תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מלמד ביי די קלענסטע כתה, וואס זיי ווערן דריי יאר; ברוך ה' איך לייג אריין די גאנצע הארץ און נשמה אין די קינדער, זיי געבן א געשמאק אין תורה, תפלה, ציצית, קאפל און פיאות.
די דרשות פונעם ראש ישיבה געבן מיר אזויפיל צו, און בפרט די חשיבות פון א מלמד, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך פיר זיך אזוי און די פיצלעך קינדער רעדן צום אייבערשטן און רעדן פון באשעפער.
איך ארבעט דא נישט וועגן געלט און נישט פאר די געהאלט, איך קען טון אנדערע זאכן פון וואס מ'פארדינט פיל מער, נאר צו זען מיינע פירות פאר די אויגן.
אבער יעצט פורים ווען ס'איז די איינציגסטע געלעגנהייט פון די עלטערן צו געבן די הכרת הטוב צום מלמד ביי די משלוח מנות, בין איך געווארן אזוי צעבראכן, זעענדיג ווי די עלטערן שעצן כמעט נישט, שיקן נארישע זאכן, מיט שוואכע פדיונות, אן א גוט ווארט, נאר גע'ירשנ'ט פון אנדערע.
אנדערע זאגן אז ביי א גרעסערע כתה באקומט מען מער, אדער אז עלטערן האבן נישט געלט, אדער מענטשן קענען נישט ארויסגעבן געפילן.
אויב אזוי טראכט איך צו פארלאזן דעם פלאץ צום נייעם זמן; כאטש וואס איך ווייס אז דער לאך וועט זיין גרויס, קיינער וועט נישט אריינלייגן אזויפיל אין די קינדער. נאר פאר די לעצטע החלטה האב איך געוואלט הערן פון אייך צי איך זאל עס טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווער עס ארבעט מיט א רבים, צום ביישפיל א מלמד וכדומה - איז זייער וויכטיג צו וויסן אז מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן, מען ארבעט נישט פאר קיינעם אנדערש. אז מען ווייסט אז מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן דעמאלט האט מען הנאה פון די ארבעט, אנדערש איז ווען מען מיינט אז מען ארבעט פאר דעם און פאר יענעם, דעמאלט ווען מען זעט ווי מענטשן פירן זיך, מען איז נישט מכיר טובה וכו' - באקומט מען חלישות הדעת.
דעריבער זאלסטו נישט ווערן צעבראכן אז עס איז אריבער דעם יום טוב פורים און די עלטערן האבן דיר נישט געגעבן קיין געלט; קוק נישט אויף דעם, דו וועסט באקומען באצאלט פונעם אייבערשטן, די תורה און מצוות פון דיינע תלמידים דאס זאל זיין דיין ציל, אך און וויי פאר מלמדים וואס ארבעטן צו באקומען געלט וכו', עס איז נישטא קיין געלט אין די וועלט וואס קען באצאלן מלמדים און מחנכים וואס לערנען מיט קינדער.
די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ח:) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - "אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.
אז דו ביסט מצליח מיט די קינדער זאלסטו אודאי ווייטער ממשיך זיין מיט די ארבעט; קלאפ ארויס די סארט מחשבות פון אפלאזן, דיין גאנץ לעבן זאלסטו בלייבן מלמד.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין מגילה יג ע"ב; פרקי דרבי אליעזר פרק נ) אז מרדכי הצדיק איז געווען פון די גרעסטע אין די סנהדרין; מיט דעם אלעם ווען עס איז געווען די גזירה פון המן איז ער געגאנגען צאמנעמען טויזנטער קינדער, ער האט מיט זיי געדאווענט און אזוי מבטל געווען די גזירה (אסתר רבה ט, ד); עס האט אים געפאסט, אפילו ער איז געווען אזוי גרויס, ער איז געווען פון די ראשי סנהדרין - צו נעמען קינדער, צוויי און צוואנציג טויזנט קינדער - לערנען מיט זיי און אזוי מבטל געווען די גזירה. דארפן מיר דאך זיכער דאס טון, בפרט ווער עס האט די כח און השפעה אויף קינדער, צו לערנען תורה מיט קינדער - און אזוי ברענגען די גאולה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.