שאלה אין קורצן ענין
#58 - קען איך רעדן צו די קינדער פון זאכן וואס איך האלט נישט דערביי?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מלמדים, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס העלפט מיר זייער ארויס אין מיין פאסטן, ספעציעל בין איך זיך מחי' יעדע וואך מיט'ן גליון "שיעורי חינוך", אזויפיל גוטע עצות און הדרכות אין חינוך.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב זיך איינגעפירט אז איך זאג פאר די קינדער נאר זאכן וואס איך אליין האלט דערביי, אבער דאס מאכט מיר א פראבלעם ביי געוויסע זאכן וואס איך דארף אויסלערנען פאר די קינדער, אבער איך אליין טו עס נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך שפיר זיך ווי א פאפער אויב איך וועל זיי הייסן טון א זאך וואס איך טו נישט. צום ביישפיל ווען איך זאג זיי מוסר אז מען דארף דאווענען אויף איין פלאץ און נישט ארומשפאצירן ביים דאווענען, מען דארף זיצן מיט דרך ארץ ביים דאווענען, מען רעדט יעצט צום אייבערשטן, און אזוי ווייטער; אבער אין די זעלבע צייט ווייס איך אז איך האלט נאכנישט ביי דעם דערווייל, פארשטייט זיך אז ווען איך דאווען מיט די קינדער, דאווען איך שטייטליך, אבער ווען איך דאווען צופרי אין שול, האב איך נישט צופיל געדולד צום דאווענען, איך קום אן שפעט צום דאווענען און איך גיי ארויס פרי, און איך קען זיך נישט צופיל קאנצעטרירן אויפ'ן דאווענען. איך ווייס עס איז נישט גערעכט, אבער וואס זאל איך טון אז דאס איז דערווייל די מציאות.


ווען עס קומט צו רעדן צו די קינדער וועגן דאווענען, ווייס איך נישט ווי אזוי עס צו טון אויף אן אמת'ע וועג; אפשר זאל איך רעדן הויך אזוי ווי צו מיר אליין אז אזוי דארף מען דאווענען, און די קינדער וועלן זיך צוהערן? אדער זאל איך זיי זאגן אז אפילו מען זעט ערוואקסענע מענטשן שפאצירן ארום ביים דאווענען, איז דאס נאר ווייל זיי האבן זיך שלעכט איינגעוואוינט, אבער דער אמת'ער וועג איז יא צו דאווענען אויף איין פלאץ?


איך שפיר ווי איך דארף הדרכה אויף דעם, ווייל עס איז נישט נאר ביי די נושא פון דאווענען, עס קומט כסדר אויס ביי יעדע צווייטע זאך וואס איך דארף מחנך זיין קינדער אויף דעם, אבער איך אליין בין ווייט פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד אסאך צו די קינדער פון אמונה און פון תפילה, וועט דאס אויך משפיע זיין אויף דיר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קו) דורך רעדן פון יראת שמים, חיזוק און אמונה - צו אנדערע - פועל'ט עס אויפן מענטש אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל", ווען א מענטש איז צעבראכן, "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין", אז ער קען זיך נישט מחזק זיין און זיין אן ערליכער איד, "עֵצָה לָזֶה", איז די עצה, "שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים", ער זאל רעדן צו אנדערע, "וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", דורכדעם וואס ער איז מחזק א צווייטן - וועט ער אליינס ווערן מחוזק.


דער עיקר דארף א מלמד האבן אסאך סבלנות, אזוי ווי מיר געפינען ביי די מעשה פון רבי פרידא וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד:), רבי פרידא האט געהאט א תלמיד וואס האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט מיט אים, מען האט אים געדארפט איבערזאגן פיר הונדערט מאל, רבי פרידא מיט זיין גרויס סבלנות האט מיט אים געלערנט נאכאמאל און נאכאמאל ביז פיר הונדערט מאל. איין מאל האט רבי פרידא געזען אז דער תלמיד פארשטייט נישט אפילו ביי פיר הונדערט מאל, פרעגט ער אים: "האידנא מאי שנא", וואס איז יעצט אנדערש אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט? זאגט דער תלמיד, איך האב נישט קיין קאפ צו פארשטיין, ווייל איך זע אז דער רבי יאגט זיך צו גיין, טראכט איך אגאנצן צייט אז יעצט גייט שוין דער רבי מיך איבערלאזן, איך האב נישט קיין קאפ צו פארשטיין, האט רבי פרידא אים געזאגט: "הב דעתיך ואתני ליך", לייג צו קאפ און איך וועל דיר לערנען, "הדר תנא ליה ארבע מאה זימני", און ער האט אים נאכאמאל געלערנט פיר הונדערט מאל, און ער האט זוכה געווען צו לעבן פיר הונדערט יאר און צו עולם הבא.


א מלמד דארף האבן אייזערנע נערוון פאר די קינדער, איינער וואס ווערט נערוועז פון קינדער - טאר נישט זיין קיין מלמד, א נערוועזער מלמד קען מאכן די קינדער בעלי מומין פאר זייער גאנץ לעבן רחמנא לצלן. מוהרא"ש דערציילט, א איד איז געקומען צום גרויסן גאון רבי מאיר שפירא זכר צדיק לברכה זיך אדורכרעדן אויב ער זאל ווערן א מלמד, פרעגט אים דער גאון: "וואס האסטו געטון ביז יעצט?" זאגט ער: "איך בין געווען א שוחט", פרעגט ער אים: "פארוואס האסטו דאס אפגעלאזט?" זאגט ער: "מען האט מיך אפגעזאגט ווייל איך בין נישט קיין באגלייבטער", זאגט אים רבי מאיר: "ווער נישט קיין מלמד, אז דו האסט נישט מצליח געווען מיט שחט'ן קעלבלעך ווילסטו גיין שחט'ן קינדער?!" זעט מען אז צו זיין א מלמד דארף מען זיין א ירא שמים און האבן אסאך סבלנות.


שטארק זיך מיט דיין ארבעט, צעברעך זיך נישט און צעקלאפ זיך נישט, דו לייג אריין אין די קינדער יראת שמים און דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, וועלן זיי ווערן צופלאקערט צו זיין ערליכע אידן, און אויך דיין הארץ וועט זיך אנצינדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט מען אויפגעפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - מעג איך זיין א מלמד תינוקות אלס בחור?
חינוך הילדים, בחור, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון צוואנציג יאר, איך ארבעט אלס א העלפער אין א געוויסע חדר אין כיתה א', אבער איך האב געזען שטיין אין די גמרא אז א בחור זאל נישט זיין קיין מלמד תינוקות, האב איך געוואלט וויסן צי איך זאל ווייטער אנהאלטן מיט מיין ארבעט אויף קומענדיגן זמן, אדער זאל איך עס אויפגעבן?


א גרויסן יישר כח פאר אלע גוטע עצות וואס איר געבט אונז, ביטע נישט ארויסלייגן די שאלה אין די עצתו אמונה א דאנק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פוסקים זאגן (שבט הלוי חלק ה', סימן רו, אות ב) היינטיגע צייטן, ווען די מאמעס ברענגען נישט די קינדער צום מלמד - קען א בחור אויך זיין א מלמד, און כל שכן א העלפער פאר א מלמד.


עס איז וויכטיג פאר מלמדים צו לערנען הלכות מלמדים. עס קומט מיר אויס צו טרעפן מלמדים, איך פרעג זיי אויב זיי האבן געלערנט הלכות מלמדים, זיי ווייסן ניטאמאל אז עס איז דא אזא זאך ווי הלכות מלמדים; ווי קען מען זיין א מלמד אן לערנען די הלכות?


עס איז דא וויכטיגע הלכות, צום ביישפיל, א מלמד טאר נישט זיין אויף ביינאכט, א מלמד מוז זיין גוט אויסגערוט ווען ער גייט אריין אין כתה. אויך טאר א מלמד נישט פאסטן; א מלמד מוז זיין אויסגערוט און זאט, אז מען איז אויסגערוט און זאט - האט מען געדולד צו די קינדער.


עס ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט, כדי ער זאל נישט זיין מיד; אויך טאר א מלמד נישט פאסטן.


לייג אריין אין די קינדער אמונה, זינג מיט זיי: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#56 - זאל איך לייגן א דגוש צו לערנען לשון הקודש מיט די קינדער?
חינוך הילדים, מלמדים, חדר, יראת שמים, לשון הקודש, דקדוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די ליכטיגע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט נאך פון מוהרא"ש זי"ע אז אין געוויסע פלעצער טוט מען זיך אויף אז ביי זיי איז געווען אזא שטופעניש, ממש סכנת נפשות, אבער ביי אונז איז אפשר נישטא די גרויסע שטופעניש, אבער עס איז ממש מחיה נפשות.


זייענדיג א מלמד גייען מיר קומענדיגע יאר ביי אונז אין חדר אנהויבן לערנען "שרשים ושימושים", דאס מיינט אז מען לערנט מיט די קינדער לשון הקודש, צו צעטיילן די ווערטער אין חלקים לויט די שורש, און דערנאך די שימושים בעפאר און דערנאך. למעשה זענען דא וואס קריגן אויף דעם נייעם מהלך און זאגן אז מ'דארף לאזן די קינדער אליין אויפכאפן לשון הקודש פונקט ווי ער כאפט אויף אנדערע זאכן, ער ווערט נאר צומישט פון לערנען די שרשים און דאס ברענגט נאכדעם פראבלעמען.


זייענדיג אן איינגשטעלטער דארף איך דאס ממילא טון, איך האב נישט קיין ווארט אריינצורעדן אין דעם, מיין שאלה איז נאר צי איך זאל אריינלייגן אין דעם כוחות און לייגן א דגוש דערויף, אדער עס טון מער ווי א טעכנישע ארבעט וואס דארף געטון ווערן, און זיך נישט שטעלן אויף דעם.


אויך בין איך נייגעריג אויב אין "היכל הקודש" איז דא דער סארט לימוד מיט די קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר לערנען די אלטע וועג ווי אזוי די הייליגע צדיקים האבן אוועקגעשטעלט ווי אזוי צו לערנען מיט הייליגע קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, מיר מאכן נישט קיין שום נייע זאכן.


דו לייג א דגוש אריינצולייגן אין די קינדער אמונה ויראת שמים, אלע אנדערע זאכן איז זייער שיין און זייער וואויל - נאר אז עס איז דא אמונה און יראת שמים, אן אמונה ויראת שמים איז גארנישט דא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ", דער וואס האט דעת דער האט אלעס, "דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַה בֵּיהּ", דער וואס האט נישט קיין דעת - האט גארנישט; וואס איז דעת? אמונה; דער וואס ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער פירט די וועלט, ער האט אלעס געטון, ער טוט אלעס און וועט אלעס טון, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס איז נאר א פארשטעלאכץ פון אים - דאס איז דעת; אויב האט מען די פינטעלע דעת - האט מען שוין סיי ווי אלעס.


ווען דו קומסט אין חדר לערנען מיט די קינדער זאל דאס זיין דיין איינציגסטע ציל: אריינלייגן אין זיי אמונה בהשם יתברך, אריינפרעגלען אין זיי יראת שמים, זיי זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן; זאלסט אריינבראקן אין זיי ליב האבן דעם אייבערשטן.


די טאג אין חדר איז איינגעטיילט; דאווענען מיט די קינדער, עסן מיט די קינדער, שרייבן מיט די קינדער, לערנען מיט די קינדער, דערציילן מעשיות פאר זיי, אבער אלעס דארף זיין מיט איין ציל: זיי זאלן וויסן עס איז דא א באשעפער!


אז מען הייסט דיר לערנען שרשים וכו' - זאלסטו דאס טון, אבער דאס איז נישט קיין עיקר. ווער רעדט נאך אז מען וויל לערנען דקדוק מיט קינדער, דאס איז זיכער איבריג. דער רבי זאגט בפירוש (שיחות הר"ן, סימן רלה): "בִּשְׁבִיל זֶה עָזְבוּ הָעוֹלָם חָכְמוֹת הַדִּקְדּוּק וְאֵינָם עוֹסְקִים בּוֹ כְּלָל. כִּי דִּקְדּוּק אֵין צְרִיכִין כְּלָל", די וועלט האט זיך שוין אפגעלאזט פון לערנען דקדוק, ווייל עס פעלט נישט אויס פאר עבודות השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - מעג מען זאגן מיט די קינדער לעילוי נשמת נפטרים וועמען מען קען נישט?
חינוך הילדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און זייער אסאך מאל שיקן די אנדערע מלמדים אריין צעטלעך מיט א נאמען צו זאגן פאר'ן לערנען לעילוי נשמת. איך ווייס אבער נישט אויב מען קען זאגן לעילוי נשמת א נאמען וואס איך קען בכלל נישט, איך ווייס נישט ווער דאס איז?


אפשר קען מען ענדערש זאגן סתם בכלליות לעילוי נשמת אלע נשמות וואס דארפן א תיקון?


איך האב זיך געמאכט א קליינע נוסח צו זאגן פאר'ן לערנען; הרינו לומד היום לעילוי נשמת כל הנשמות שאין להם תיקון השלם וכל הנשמות ערטילאין וכל הניצוצות הקדושות שנפלו לתוך הקליפות. א צייט שפעטער האב איך עס אבער דערציילט פאר מיין חבר, און ער זאגט מיר אז עס קען זיין אז מען טאר עס נישט טון ווייל עס קען זיין א סכנה. וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה אויב מען מעג אזוי זאגן? און אויב מען מעג עס זאגן מיט די קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק מיט יארן צוריק ווען איך בין געווען א מלמד פלעגן מלמדים זיך אפרעדן אז די צעטלעך וואס מען ברענגט אריין אינמיטן לערנען, מען זאל בעטן פאר די נאמען, מען זאל אינזין האבן דעם חולה - דאס שטערט וכו'.


איך האב זיי געזאגט אז דאס איז זייער וויכטיג פאר די חינוך פון די קינדער; ווען דער מנהל שיקט אריין א נאמען, א חולה אדער איינער וואס דארף א ישועה, אדער א יארצייט; וואס פאסירט? די קינדער ווערן נתחנך וואס צו טון בעת צרה, ווען מען האט א צרה זאל מען בעטן דעם אייבערשטן, און בעטן אז אנדערע זאלן בעטן פאר מיר.


ווען מען האלט אינמיטן לערנען און עס קומט אריין א צעטל אז מען זאל בעטן פאר איינעם וואס עס ווארט אים א שווערע משפט, דער מלמד ווערט ערנסט, ער פארמאכט די אויגן, ער זאגט: "הייליגער באשעפער העלף", אלע קינדער זאגן אים נאך: "הייליגער באשעפער העלף אז פלוני אלמוני זאל ארויסגיין זכאי בדין" וכו'; אויסער די גרויסע נס וואס גייט יעצט פאסירן מיט יענעם, די תפילות גייען זיכער יענעם העלפן - געשעט יעצט נאך א זאך, די קינדער ווערן געלערנט וואס צו טון בעת צרה.


דער אומדירעקטער לימוד איז נאך שטערקער פון די לימוד וואס מען לערנט; עס זענען אלץ דא קינדער וואס זיי הערן נישט אויס די שיעורים פון מוסר וכדומה, אבער די אומדירעקטע לימודים גייען אריין אין זיי, ביז זיי ווערן ערליכע אידן.


מלמדים דארפן וויסן אריינצולייגן אין די קינדער אומדירעקט אמונה, אמונת חכמים און תפילה. ביי יעדע שמועס, ביי יעדע נייעס, קינדער רעדן, קינדער דערציילן - ווארפט מען אריין ברעקלעך אמונה; צווישן די קינדערישע שמועסן, די קינדערישע נארישקייטן - ווארפט מען אריין "דער אייבערשטער פירט די וועלט", "דער אייבערשטער הערט אויס תפילות ישראל".


וואויל איז די מלמדים וואס זייער ציל איז אריינצואווארצלען אמונה אין אידישע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#54 - פארוואס צאלט מען אזוי ווייניג פאר א מלמד?
סיפורי צדיקים, פרנסה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין א מלמד א שיינע פאר יאר, איך האב ברוך ה' א גרויסע משפחה מיט קינדער, אבער איך פארדין נישט גענוג צו דעקן דעם חודש, איך באקום ממש ווי מען באצאלט אויף די גאס פאר א ביליגע ארבעטער, פאר יעדע זאך פארשטייט מען אז מ'דארף צאלן נארמאל, אויסער פאר א מלמד וואס טוט די שווערסטע ארבעט צו זיצן אין א קלאס מיט לעבעדיגע קינדער א גאנצן טאג און אויסהאלטן יעדנ'ס שוועריקייטן.


איך פארשטיי אז די מוסד וואו איך בין איינגעשטעלט האט נישט קיין געלט צו באצאלן מער, אבער איך קען נישט פארשטיין ווען איך זע מענטשן צאלן נישט די שכר לימוד אדער דינגען זיך מיט פרייז, ווען אין די זעלבע צייט וועלן זיי איינקויפן וואס זיי דארפן פאר זייער באקוועמליכקייט און אויסגעבן געלט אויף זאכן וואס זענען נישט באמת וויכטיג, און נאר ווען עס קומט צו שכר לימוד, וואס איז די וויכטיגסטע זאך פאר א מענטש, זוכט מען צו שפארן.


אויך טוט מיר זייער וויי ווען איך הער אסאך מאל מענטשן זאגן אז א מלמד ווערט א מלמד ווייל ער טויג נישט אויף קיין שום אנדערע זאך, ווען דער אמת איז אז א מלמד איז סאך א שווערערע און אסאך מער קאמפליצירטע ארבעט פון רוב אנדערע זאכן, און צו זיין א גוטער מלמד פאדערט אסאך כח און מח מיט געדולד, און צום סוף פארשטייען אפילו נישט די עלטערן וואס דער מלמד טוט פאר זייער קינד, און פאר די קלענסטע זאך וואס זיי מיינען אז מ'האט נישט גוט געטון, וועט מען רופן אנשרייען און פארהאלטן, ווען ס'איז נישט מעגליך זיי מסביר צו זיין וואס איז פארגעגאנגען פונקטליך.


איך קען נוצן חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון א גוטער מלמד, ווי גרויס זיינע זכותים זענען; אלע תורה און תפילה וואס די תלמידים גייען לערנען און דאווענען זייער גאנץ לעבן - גייט אויפ'ן זכות פונעם מלמד.


ליידער זענען מענטשן מזלזל אין מלמדים, מען שעצט נישט זייער ארבעט; דאס טוט זייער וויי, בפרט ווען מען ארבעט ביטער שווער מיט א קינד און אנשטאט צו באקומען איינערקענונג פון די עלטערן אויף די שווערע ארבעט - האט מען גאר טענות וכו'; דאס נעמט ארויס די כח פונעם מלמד.


איך בין אויך געווען א מלמד, איך פארשטיי דיר זייער גוט; מיט דעם בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן. געדענק, מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן, מען ארבעט נישט פאר קיינעם אנדערש, און אויבן אין הימל ווערט אוועקגעלייגט די שווערע ארבעט און פלאג, עס איז אנגעגרייט א גרויסער שכר פאר מלמדים.


ווער נישט צעבראכן ווען דו הערסט רעדן אויף מלמדים, ליידער זענען דא אזעלכע וואס טארן נישט זיין קיין מלמד. מוהרא"ש דערציילט: "עֶס אִיז גֶעקוּמֶען אַמָאל אַ אִיד צוּ רֶבִּי מֵאִיר שְׁפִּירָא זַצַ"ל זִיךְ דוּרְכְרֶעדְן מִיט אִים, דֶער אִיד אִיז גֶעוֶוען אַ שׁוֹחֵט אוּן מֶען הָאט אִים אָפְּגֶעזָאגְט פוּן דִי שְׁחִיטָה, אוּן עֶר הָאט זִיךְ גֶעוָואלְט שׁוֹאֵל עֵצָה זַיין וֶועלְכֶע פַּרְנָסָה עֶר זָאל נֶעמֶען. רֶבִּי מֵאִיר הָאט אִים גֶעפְרֶעגְט וָואס עֶר טְרַאכְט צוּ טוּן, הָאט דֶער אִיד גֶעזָאגְט אַז עֶר הָאט גֶעקְלֶערְט אַז אַזוֹי וִוי עֶר הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה, זָאל עֶר וֶוערְן אַ מְלַמֵד. הָאט אִים רֶבִּי מֵאִיר גֶעזָאגְט: 'אַז דוּ הָאסְט נִישְׁט גֶעקֶענְט שֶׁחְטְ'ן אָקְסְן, צִיגְן אוּן הִינֶער, וֶועסְטוּ יֶעצְט גֵיין שֶׁחְטְ'ן קִינְדֶער?!'" ער האט אים געווארנט ער זאל זיך נישט דערווייגן צו זיין א מלמד.


מוהרא"ש זאגט: "מֶען זֶעט אַן אִינְטֶערֶעסַאנְטֶע זַאךְ, אִין יֶעדֶע פַּרְנָסָה וָואס אַ מֶענְטְשׁ וִויל זִיךְ אַרַיינְלָאזְן, דַארְף עֶר זִיךְ קוֹדֶם לֶערְנֶען דִי פַאךְ אוּן עֶרְשְׁט נָאכְדֶעם קֶען עֶר אָנְהוֹיבְּן צוּ אַרְבֶּעטְן מִיט דֶעם. עֶס זֶענֶען דָא פַאכְן וָואס מֶען קֶען זִיךְ גְרִינְגֶער לֶערְנֶען, אוּן עֶס זֶענֶען דָא וָואס זֶענֶען שְׁוֶוערֶער אוּן נֶעמֶען לֶענְגֶער זִיךְ צוּ לֶערְנֶען. צוּם בַּיישְׁפִּיל וֶוען אֵיינֶער וִויל וֶוערְן אַ דָאקְטֶער, דַארְף עֶר גֵיין לֶערְנֶען אוּן שְׁטוּדִירְן פַאר לַאנְגֶע יָארְן בִּיז וֶוען עֶר קֶען זִיךְ דֶערְלֶערְנֶען אוּן קֶענֶען גוּט דֶעם פַאךְ. אֲפִילוּ קְלֶענֶערֶע פַאכְן דַארְף מֶען זִיךְ אוֹיךְ לֶערְנֶען קוֹדֶם, אֵיינֶער וִויל אַרְבֶּעטְן מִיט עֶלֶעקְטְרִיק דַארְף עֶר זִיךְ דָאס אוֹיסְלֶערְנֶען קוֹדֶם, אוֹיבּ נִישְׁט וֶועט עֶר זִיךְ עֶלֶעקְטֶערֶעזִירְן חַס וְשָׁלוֹם; אֵיינֶער וִויל זַיין אַ פֶּעינְטֶער, אַ סְטָאלֶער, אָדֶער סֵיי וָואס, דַארְף עֶר קוֹדֶם וִויסְן אוֹיבּ עֶר טוֹיג דֶערְצוּ, עֶר דַארְף קֶענֶען דֶעם פַאךְ, עֶר דַארְף לִיבּ הָאבְּן דֶעם פַאךְ. אוּן פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז קֵיינֶער וֶועט נִישְׁט אוֹיפְנֶעמֶען אַ פַאכְמַאן צוּ טוּן פַאר אִים אַן אַרְבֶּעט אוֹיבּ יֶענֶער הָאט נִישְׁט קַיין אַנוּנְג וִוי אַזוֹי מֶען טוּט עֶס, אָבֶּער עֶס אִיז דָא אֵיין פַאךְ וָואס אִיז אַן אוֹיסְנַאם, דָאס אִיז וֶוען אֵיינֶער וִויל וֶוערְן אַ מְלַמֵד. עֶס זֶענֶען טַאקֶע דָא אַסַאךְ גוּטֶע מְלַמְדִים, עֶס אִיז אָבֶּער גֶעוָוארְן אַזוֹי אַיינְגֶעפִירְט אַז וֶוער עֶס הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה, עֶר אִיז אַ שְׁלִימַזָל אוּן טוֹיג צוּ גָארְנִישְׁט - דֶער וֶוערְט אַ מְלַמֵד. דָאס אִיז זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס פּוּנְקְט בַּיי דֶעם פַאךְ קוּקְט מֶען גָארְנִישְׁט אוֹיף דֶעם מֶענְטְשׁ אֵיידֶער מֶען נֶעמְט אִים אוֹיף אַלְס מְלַמֵד צוּ זֶען אוֹיבּ עֶר טוֹיג טַאקֶע צוּ דֶעם פַאךְ אָדֶער נִישְׁט? שְׁטֶעלְט אַייךְ פָאר אַז אֵיינֶער הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה אוּן עֶר אִיז מַחְלִיט אַז אַזוֹי וִוי עֶר הָאט נִישְׁט וָואס צוּ טוּן וֶועט עֶר וֶוערְן אַ דָאקְטֶער... דָאס אִיז דָאךְ מַמָשׁ רְצִיחָה, עֶר וֶועט הַרְגְ'עֶנֶען מֶענְטְשְׁן רֶעכְטְס אוּן לִינְקְס רַחֲמָנָא לִיצְלָן".


פארשטייט זיך אז דאס מיינט מען נישט די גוטע מלמדים; אן ערליכער מלמד, א מלמד וואס געבט אכטונג אויף זיינע קינדער - דער איז זייער חשוב אויבן אין הימל. "חַזַ"ל זָאגְן (בָּבָא בַּתְרָא ח:) אוֹיפְ'ן פָּסוּק (דָנִיאֵל יב, ג'): 'וּמַצְדִיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד, אֵלוּ מְלַמְדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן' - דִי מְלַמְדִים וָואס לֶערְנֶען תּוֹרָה מִיט אִידִישֶׁע קִינְדֶער, זֵייעֶר שְׂכַר אִיז אַזוֹי פִיל אוּן אַזוֹי גְרוֹיס וִוי דִי שְׁטֶערְנְס אִין הִימְל. וֶוען מֶען קוּקְט אַרוֹיף אִין הִימְל זֶעט מֶען דִי גֶעוַואלְדִיגֶע נִפְלָאוֹת הַבּוֹרֵא, דִי גְרוֹיסְקֵייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וָואס הָאט בַּאשַׁאפְן אַזוֹיפִיל בִּילְיָאנֶען שְׁטֶערְן. אוּן דָאס וָואס מֶען זֶעט מִיט דִי אוֹיגְן אִיז נָאךְ גָארְנִישְׁט קֶעגְן דֶעם וָואס מֶען זֶעט קוּקְנְדִיג מִיט אַ סְפֶּעצִיעֶלֶע פַארְגְרֶעסֶערוּנְג גְלָאז [טֶעלֶעסְקָאוּפּ]. עֶס אִיז דָאךְ מַמָשׁ נִישְׁט מֶעגְלִיךְ צוּ צֵיילְן דִי פִילֶע בִּילְיָאנֶען שְׁטֶערְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן, אוּן עֶר הָאט זֵיי אַלֶע גֶעגֶעבְּן אַ נָאמֶען. זָאגְן חֲזַ"ל אַז אַזוֹי וִוי מֶען קֶען נִישְׁט צֵיילְן דִי שְׁטֶערְנְס אִין הִימְל, אַזוֹי קֶען מֶען נִישְׁט צֵיילְן אוּן אָפְּשַׁאצְן דִי גֶעוַואלְדִיגֶע שְׂכַר וָואס וַוארְט אָפּ פַאר אַ מְלַמֵד וָואס גֶעבְּט זִיךְ אָפּ מִיט קִינְדֶער וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין אוּן לֶערְנְט מִיט זֵיי תּוֹרָה".


דאס וואס דו קרעכצט אז דו האסט נישט קיין געלט; מיין נישט אז דער וואס ארבעט ערגעץ אנדערש - האט מער געלט פון דיר, יעדער מוטשעט זיך, יעדער וויינט; דער חילוק איז נאר, מיט וואס מוטשעט מען זיך? "אָנוּ עֲמֵלִים וְהֵם עֲמֵלִים; אָנוּ עֲמֵלִים וּמְקַבְּלִים שָׂכָר", מיר מוטשען זיך מיט טייערע אידישע נשמות, אידישע קינדער, דעם אייבערשטנ'ס קינדער; מיר בויען אויף דעם קומענדיגן דור פון כלל ישראל, "וְהֵם עֲמֵלִים וְאֵינָם מְקַבְּלִים שָׂכָר", און אנדערע מוטשען זיך און עס בלייבט גארנישט פון דעם.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - ווי אזוי שטעלט מען איין דרך ארץ אין קלאס, אן שלאגן?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד שוין זיבן יאר צום גוטן, איך לערן מיט די קינדער און איך בין ברוך ה' זייער מצליח. איך וויל נישט שטערן און אוועקנעמען די טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער איך שפיר אז איך בין א שליח ציבור פון די 24 קינדער וואס לערנען ביי מיר, און איך טאר זיך נישט צוריק האלטן פון פרעגן.


דאס איז איבער דעם ענין פון שלאגן קינדער, איך פארשטיי אז דער ענין איז זייער פארדרייט געווארן ביי מלמדים, סיי אז מ'האט געשלאגן פון כעס אן דעם וואס דאס קינד זאל אפילו וויסן פארוואס ער כאפט, און סיי אז מ'האט געשלאגן קינדער ווייל זיי האבן נישט געקענט דאס לערנען אדער פאר'ן זיך פאר'חלומ'ן, און אזוי ווייטער.


איך אלס מלמד האב אויך געגעבן פעטש פאר קינדער, אבער נאר פאר חוצפה, און אויך נאר ווען איך בין נישט אין כעס, און אויך ווען דאס קינד ווייסט פארוואס ער באקומט עס. געווענליך פלעג איך עס טון נאר אנהויב יאר, ווען עס מאכט זיך אלץ דער ערשטער מחוצף וואס וויל אויספרובירן דעם מלמד, אדער צומאל עטליכע, און זיי האבן געכאפט און נאכדעם האבן שוין אלע קינדער געוואוסט אז חוצפה איז נישט אקצעפטירט אין דעם קלאס.


דאס יאר האב איך מאיזה סיבה שיהיה פארקוקט אנהויב יאר, און איך האב נאר גערעדט, "הער אויף", "רעד נישט ווען א רבי רעדט", "מען קען נישט זיצן אויפ'ן רבינ'ס פלאץ", אבער למעשה האב איך פארשפילט דאס יאר, עס איז געווען א יאר פון חוצפה, איך האב שטארק חרטה געהאט פארוואס איך האב נישט איינגעשטעלט סדר אין כיתה אנהויב יאר, אבער עס איז צו שפעט יעצט, די כיתה פארט שוין אויף רעדער.


איך וויל הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון די קומענדיגע יאר הבעל"ט, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן מיט דעם, איך הער אז דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן.


יישר כח פאר אלע שיעורים, בריוון, און אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו שלאגן קיין קינדער, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט שלאגן קינדער. בדרך כלל, ווען קומט אויס א מלמד זאל שלאגן קינדער? ווען דער מלמד איז נערוועז און אנגעצויגן, ער איז נישט געשלאפן געהעריג ביינאכט, ער איז הונגעריג וכדומה, דעמאלט פאסירן די אלע מעשיות פון שלאגן קינדער השם ישמרינו; קינדער פרובירן אויפצורעגן דעם מלמד, זיי טוען ווילדע זאכן, זיי ווילן זען אויב עס גייט זיי געלונגען אויפצורעגן דעם מלמד; אויב דער מלמד פארלירט זיך און שלאגט די קינדער - דאן האט ער אלעס פארלוירן, ווייל די קינדער זעען אז מען קען אים אויפרעגן און אים ארויסנעמען פון די גלידער, גייען זיי ווייטער אויף דעם וועג, די פעטש שטעלט זיי נישט אפ.


דעריבער ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמה, סעיף יח) אז א מלמד טאר זיך נישט מסגף זיין; מען דארף גוט עסן און גוט שלאפן, זיין זאט און אויסגערוט, כדי צו האבן אייזערנע נערווען פאר די קינדער. א מלמד וואס איז גוט אויסגערוט און גוט זאט, ווען א קינד וויל אים אויפרעגן - פארלירט ער זיך נישט, ער ווערט נישט נערוועז, ער שלאגט נישט, אדער מאכט ער זיך ווי ער זעט נישט. רוב מאל איז דאס די וועג מיט די קינדער וואס זוכן צו אויספרובירן דעם מלמד, מען זאל זיך מאכן ווי מען זעט נישט, מען זאל ווייטער אנגיין מיט די סדר היום, און ווען דער קינד זעט אז ער האט נישט מצליח געווען - הערט ער אויף צו שטערן, און ווען מען דארף יא זאגן, מען קען נישט פארזען - דעמאלט געבט מען א קנס אדער באקומט נישט דער קינד א גוטע זאך וכו'; אבער ער שלאגט נישט, ער האלט זיך רואיג.


די שטערקסטע זאך וואס א מלמד קען טון מיט קינדער וואס מען דארף זיי לערנען דרך ארץ וכדומה - איז נישט ארויסלאזן ביי הפסקה; מען הייסט זיי בלייבן זיצן אין כתה דורכאויס די צייט וואס די קינדער גייען זיך שפילן, דאס שטעלט א קינד אין פלאץ. פארשטייט זיך דער קינד וועט פרובירן אלע מיטלען צו קענען גיין שפילן, ער וועט שרייען, ער וועט וויינען און פארפירן, אבער אז דער מלמד בלייבט שטארק, ער ווערט נישט פארלוירן, ער זאגט דעם קינד: "היינט האסטו געשטערט די כתה, קענסטו נישט ארויסגיין שפילן", "היינט ביסטו געווען נישט דרך ארץ'דיג - וועסטו בלייבן דא"; דער קינד וועט וויינען, ער וועט ווילדעווען אבער ער וועט זיך בארואיגן און ביז אפאר מאל וועט ער פארשטיין אז ער דארף זיך פירן מיט דרך ארץ.


נאך א וויכטיגע זאך צו וויסן, מען טאר נישט ווייזן פארלוירנקייט פאר די קינדער. אז דער קינד הייבט אן פארפירן, ער קען נישט נעמען די עונש, די קנס וכו'; אז דער מלמד ווערט שוואך און ער זאגט פאר'ן קינד: "אוקעי, יעצט קענסטו גיין, איך בין דיר מוחל", האט דער מלמד פארלוירן אלעס, ער האט גארנישט אויפגעטון; די קינדער דארפן וויסן אז א ווארט פונעם מלמד איז א ווארט, אז מען האט אים געזאגט בלייבן אין כתה בלייבט עס אזוי, מען זאגט רואיגערהייט פאר'ן קינד: "מארגן וועסטו קענען גיין שפילן".


פארשטייט זיך מען דארף האבן שכל, מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס; ווען יא צו געבן אן עונש און ווען נישט; נישט אויף יעדע זאך געבט מען אן עונש, אבער ווען מען געבט שוין יא, דארף מען זיין זייער שטארק מיט דעם.


עס איז זייער א גוטע זאך אז מלמדים און מחנכים זאלן געבן פרסים, און מיט דעם קען מען אויך אויפטון זיי מחנך זיין אויף דרך ארץ. די קינדער וואס זענען דרך ארץ'דיג, זיי באקומען, און א קינד וואס פארפירט און פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף - ער באקומט נישט די פרס, פרסים איז א שטארקע מיטל פאר'ן מלמד.


אויב א קינד שטערט די לימודים מיט א זאך וואס ער האט געברענגט פון שטוב - נעמט מען אוועק די זאך און מען געבט דאס נישט צוריק פאר אפאר טעג, אזוי לערנט ער זיך אויס נישט צו שטערן מער, אפילו דער קינד קומט וויינען און שרייען אז ער דארף צוריק די שפיל, לערנט מען אים אויס, מען זאגט אים: "ניין, דו באקומסט נישט צוריק די שפיל; האסט געשטערט דאס לערנען וועסטו דאס נישט קענען האבן פאר א וואך". אזוי און דאס גלייכן קען מען מחנך זיין די קינדער, אבער נישט שלאגן; שלאגן איז בכלל נישט קיין חינוך, שלאגן מאכט נאר ערגער, שלאגן ווייזט אז דער מלמד איז שוואך און ער קען זיך נישט קיין עצה געבן אין כתה.


א מלמד דארף זיין זייער שטארק שטענדיג געדענקען דעם כלל וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה מא.): "שמאל דוחה וימין מקרבת", פון איין זייט זיין שטארק, אבער אין די זעלבע צייט - זיין ווייך, ווייזן א שטארקע ליבשאפט פאר די קינדער. דער מלמד דארף געדענקען אז די כתה איז נישט קיין תפיסה, די תכלית איז נישט איינצושפארן די קינדער, בינדן די קינדער מיט קייטן, זיי זאלן שפירן ווי זיי זיצן אין תפיסה, די כתה דארף זיין אין די אויגן פונעם מלמד און ביי די קינדער - ווי א פאלאץ, די חדר איז די פאלאץ פונעם אייבערשטן; אין כתה לערנט מען פונעם אייבערשטן, דער מלמד דארף שטענדיג רעדן צו די קינדער אז דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז ער, און ער איז אלעס.


אז מען שטעלט אוועק די כתה אויף דעם אופן דארף מען בכלל נישט שלאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים.

#52 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס האט גרויסע פחדים?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע עצות און שכל וואס איר געבט פאר מיר, פאר מיין ווייב, פאר מיינע קינדער, און פאר וועם נישט. איך בין ברוך ה' א מלמד, און איך שעפ מיין חכמה פון אייערע בריוון, גליונות שיעורים, חיזוק יומי, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב א קינד אין מיין קלאס וואס איז א שרעקליכער פחדן, איך האב קיינמאל נישט געהערט איינעם אדרעסירן דעם פראבלעם, אבער היות איך הער אויס יעדע שיעור, בין איך אנגעקומען צו א שיעור ווי דער ראש ישיבה רעדט איבער די מלמדים אין קרית ברסלב ווי זיי געבן אכטונג אויף די כבוד פון די קינדער און אויף זייערע געפילן, הער איך דארט ווי דער ראש ישיבה דערציילט פון א קינד וואס איז אריין אין א פחד אז דער מלמד אדער באס דרייוער גייט אים איבערלאזן, און דער ראש ישיבה רעדט דארט ארום ווי אזוי מען אכטונג אויף דעם קינד, דער מלמד מאכט עס מיט חכמה נישט איבערצולאזן דאס קינד קיינמאל אליין.


איך וויל וויסן אויב דאס איז אן הנהגה אזוי זיך צו פירן מיט א קינד וואס האט פחדים, ווייל איך טראכט אז מען קען דאך נישט באגלייטן דאס קינד זיין גאנץ לעבן, ווי אזוי לערנט מען אויס אזא קינד זיך צו ספראווען מיט די פחד? איז דאס טאקע די לעזונג אז דער מלמד זאל מיטנעמען דאס קינד מיט זיך איבעראל וואו ער גייט? דאס קינד וועט דאך אזוי זיך נישט אויסלערנען צו לעבן נארמאל?


איך פרעג ווייל איך האב יעצט אזא קינד אין מיין קלאס וואס האט שרעקליכע פחדים, איך הייב אים אויף, און איך רעד אסאך מיט אים אז ער זאל רעדן צום אייבערשטן, אבער דער חלק אז ביזדערווייל באגלייט מען דאס קינד כסדר, כאפ איך נישט געהעריג. איך וועל זיך פרייען צו האבן א קלארע מהלך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייג אריין אין די קינדער, דיינע תלמידים – אמונה, רעד אסאך פון אייבערשטן, ווי מער דו וועסט רעדן דיבורי אמונה - אלץ מער וועלן זיי נישט מורא האבן, ווייל אמונה נעמט אוועק אלע פחדים.


בנוגע דיין תלמיד וואס האט שטארקע פחדים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אים און דו וועסט רעדן צו אים פון אייבערשטן - וועט ער ווערן א געזונט קינד.


אז דו רעדסט פון די מעשה וואס מיר האבן געהאט אין חדר אין קרית ברסלב ליבערטי, וועל איך דיר דערציילן די סוף פון די מעשה.


פאר לאנגע חדשים האט דער קינד נישט געהאט קיין מנוחה, ער פלעגט זיך ווארפן פאר שרעק, עס איז אריין אין אים א פחד נאכדעם וואס א באס דרייווער האט געוואלט מאכן סדר צווישן די לעבעדיגע קינדער וואס טאנצן און שפרינגען אויפ'ן באס אויפ'ן וועג אהיים, ער האט געזאגט פאר די קינדער: "ווער עס גייט נישט פאלגן וועט נישט קענען מיט קומען אויפ'ן באס, ער וועט בלייבן אליין אין חדר!" דער קינד האט דאס אנגענומען זייער ערנסט, עס איז אריין אין אים א פחד אז מען גייט אים איבערלאזן אין חדר, ער האט מער נישט געוואלט קומען אין חדר; גאנצע טעג איז ער געבליבן אין שטוב און ווען זיינע עלטערן האבן אים געהייסן גיין איז ער געגאנגען מיט וויינען און שרעק.


אין חדר האט ער זיך נישט אוועק גערירט פון זיין מלמד; דער מלמד איז אן ערליכער, א פארשטענדליכער, פלעגט ער אים מיט נעמען מיט זיך, ער האט זייער אכטונג געגעבן אויפ'ן קינד. ווען דער מלמד איז געגאנגען אין אפיס - איז ער מיט געגאנגען, ווען ער איז געגאנגען רעדן אויפ'ן טעלעפאן - איז ער מיט געגאנגען. די קינדער פון כתה האבן אים מקנא געווען, ער פלעגט זאגן פאר זיינע עלטערן 'די קינדער זענען מיר מקנא, זיי מיינען אז איך גיי מיט די רבי ווייל איך בין א מיוחס, זיי ווייסן נישט וואס פאר א יסורים איך האב'.


ער פלעגט אהיים גיין א שעה פריער ווייל די לעצטע שעה פלעגט ער זיך ממש ווארפן פאר שרעק אז אפשר גייט מען אים איבערלאזן. ער האט נישט געוואלט גיין זונטאג און פרייטאג אין חדר, ווייל דעמאלט האט ער נישט קיין וועג אהיים פריער.


עס איז נישט שייך אראפ צו שרייבן וואס ער איז אריבער די פאר חדשים; די עלטערן האבן נישט געהאט קיין מנוחה, זיי האבן נישט געוויסט וואס צו טון, זיי האבן פארגאסן אסאך טרערן צום אייבערשטן, איך האב אסאך געבעטן פאר'ן קינד און דער מלמד האט אסאך מתפלל געווען פאר'ן קינד.


דער סוף פון די מעשה איז, איך בין געווען אין שטעטל קרית ברסלב דעם יום טוב שבועות; דערציילט מיר דער טאטע פונעם קינד אז זיין זון זאגט אים ער ווייסט נישט פארוואס ער האט אזוי מורא געהאט, ער קען נישט פארשטיין וואס איז דא מורא צו האבן...


אזוי אויך דערציילט מיר דער טאטע, אז זיין קינד האט נישט געוואלט גיין אין שול ווייל אויפ'ן וועג זענען דא הינט וואס בילן, דער קינד פלעגט האבן שרעקליכע פחדים פון די הינט. די עלטערן האבן אלץ גערעדט פון אמונה אז קיינער קען גארנישט טון, נאר דער אייבערשטער; די הינט בילן - אבער קענען גארנישט טון, דער אייבערשטער היט אונז, אז מען בעט דעם אייבערשטן פאסירט גארנישט; ביז דער קינד האט שוין נישט מורא, ער גייט אין שול אן קיין שום פחד, דאס איז די איינציגטסע עצה אוועק צו נעמען שרעק, רעדן פון אמונה.


מען דארף האבן מלמדים און טיטשערס וואס האבן אמונה, ווייל מען קען נישט לערנען אמונה מיט תלמידים נאר אז מען האט אליינס א שטארקע אמונה; אז דער מלמד אליינס קווענקלט און איז נישט זיכער מיט אמונה, ער אליינס פאר זיך האט פחדים, ער נעמט פילן פאר פחדים - ווי אזוי קען ער העלפן זיינע תלמידים?


וואויל איז דער וואס איז מקורב צום רבי'ן, דער האט א קלארע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - אלס מלמד, מעג איך פארן אינמיטן זמן קיין אומאן?
אומאן, חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כתה א' מלמד, איך האב חשק צו פארן מיט מיין ווייב צום הייליגן רבינ'ס ציון, ערגעץ וואו אינמיטן די יאר. די שאלה איז אויב איך מעג דאס טון אינמיטן זמן.


יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוק און עצות, און הדרכה פאר מלמדים, איך ווייס באמת נישט ווי אזוי מלמדים געבן זיך אן עצה אן דעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שווערע שאלה; דו ברענגסט צוויי זאכן וואס יעדע איינע פון זיי איז די חשוב'סטע זאך.


ווען מען רעדט פון רבינ'ס ציון, איז דאס די גרעסטע זאך פאר'ן מענטש; איז דאך זיכער אז מען דארף ענטפערן "אודאי פארן" - אן קיין שום שאלה נישט; ווידער ווען מען רעדט פון מלמדות, וואס איז דא גרעסערס פון זיין א מלמד פון קינדער? דאס איז דאך פון די גרעסטע זאכן אויף די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בְּהֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט דאך נאר אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן; נאך מער, ווען משיח קומט יעצט און בעט די מלמדים זאלן אים קומען העלפן אויפבויען דעם בית המקדש, וואס מיר ווארטן שוין דערויף איבער צווייי טויזנט יאר - טארן מלמדים נישט גיין העלפן, די מלמדים דארפן בלייבן אין חדר מיט די קינדער, לערנען מיט זיי די הייליגע תורה (שבת, שם); איז ווען מען לייגט צאם ביידע, איז דאס א שווערע שאלה.


פרעג דעם מנהל ביי דיר אין מוסד אויב דו קענסט שטעלן א במקום; רעכן אויס א צייט וואס די קינדער וועלן נישט פארלירן פון די לימוד וכו', דער במקום וועט דאווענען מיט זיי, לערנען מיט זיי די פרשה און חזר'ן מיט זיי אביסל עברי, אזוי וועסטו זיך קענען אריבערכאפן צום ציון המצוינת, קודש הקדשים - זוכה זיין צו די גרויסע תיקונים וואס דער רבי האט מבטיח געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - דארף מען רעדן צו קליינע קינדער וועגן חתונה מאכן ביליג?
חתונה, אידיש געלט, חינוך הילדים, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די נארישע טייערע חתונות וואס מענטשען בארגען זיך אן מיט חובות, און איבער די נארישקייט דערפון.


האב איך געוואלט פרעגן, היות איך בין א מלמד, צי איז דא א וועג און צי איז דאס וויכטיג פאר א מלמד איבערצוגעבן פאר זיינע תלמידים ווען זיי זענען נאך יונג אז מען דארף לעבן מיט א חשבון, און דאס גלייכן. וואס לכאורה וועט זיי דאס זיין אסאך גרינגער ווען זיי וועלן אויפוואקסען. אויב יא ביטע שרייבט אן עצה אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער אמונה אינעם אייבערשטן און יראת שמים. דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, די קינדער זאלן אויך וועלן זיין צדיקים; קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, עס פלאקערט אויף זייער הארץ לעבודת הבורא.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווען מען הערט מעשיות פון צדיקים ווערט מען אויפגעפלאמט, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד, ווייל מען הערט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען, מען פארשטייט אז זיי האבן אויך געהאט שווערע נסיונות און דאס בייגעקומען - וויל מען אויך ווערן א צדיק; בפרט ווען קינדער הערן זיך איין מעשיות פון צדיקים, ווערן זיי זייער נתעורר דורך דעם.


צו יונגע קינדער איז נישט שייך צו רעדן פון די זאכן, אז מען איז א מלמד פאר עלטערע קינדער דארף מען אסאך רעדן צו זיי וואס איז דער תכלית פון לעבן, וואס האט מען פון א טייערע בר מצוה? אלעס איז נאריש, דאס קומט פון די עשירים וואס האבן ווייניג שכל. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד): "כָּל הַנְּגִידִים הַגְּדוֹלִים, כִּמְעַט כֻּלָּם, הֵם מְשֻׁגָּעִים מַמָּשׁ", די גרויסע עשירים זענען אלע אינגאנצן משוגע; זיי מאכן זיך נאריש פאר אביסל כבוד, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", פאר די מענטשן וואס האבן ווייניג שכל דארף מען געבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל ווי ווייניגער שכל מען האט, וויל מען מער כבוד; דעריבער מאכן זיי זיך נאריש מיט טייערע שמחות. מען דארף רעדן צו די קינדער פון דעם.


דער עיקר דארף מען אריין לייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו תורה און מצוות, אכטונג געבן קיינמאל נישט וויי טון א קינד און זיכער נישט קיינמאל פארשעמען. עס ליגט א חיוב אויפ'ן מלמד צו מחנך זיין די קינדער אבער ער האט נישט קיין רשות זיי צו פארשעמען; א מלמד וואס פארשעמט קינדער, א מלמד וואס שלאגט די קינדער - דארף מען לייגן אין חרם. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי מועד קטן ג, א) א מלמד איז געקומען פרעגן דעם הייליגן רבי אחא "וואס דארף איך טון, א דינסט האט מיר געלייגט אין חרם, דארף איך טאקע זיין אין חרם?" פרעגט אים רבי אחא: "פארוואס האט זי דיר געלייגט אין חרם?" זאגט דער מלמד: "ווייל זי האט געזען ווי איך שלאג א קינד מער וויפיל איך האב אים געדארפט שלאגן, האט זי מיר געלייגט אין חרם", האט אים רבי אחא געזאגט: "צָרִיךְ אַתְּ חָשֵׁשׁ עַל נַפְשָׁךְ", יא, דו ביסט אין חרם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים .

#49 - מ'האט מיר פארשיקט פון מלמדות פאר גארנישט, וואס טו איך?
חינוך הילדים, פרנסה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען א מלמד פאר לאנגע יארן און זייער שיין מצליח געווען מיט די קינדער ברוך ה', און די תלמוד תורה איז געווען זייער צופרידן פון מיר.


אין די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה און לכבוד דעם האב איך אריינגעלייגט אסאך יראת שמים אין די קינדער.


דאס יאר האט די הנהלה באשלאסן אז איך בין שוין צו אלט און איך טויג נישט מער צו זיין א מלמד, אפילו ס'איז קיינער האט זיך נישט אפגערעדט קעגן מיר.


יעצט האב איך נישט קיין פרנסה, זיי ווילן מיר נישט געבן קיין געלט, איך קען שוין נישט יעצט אנפאנגען א נייע פאך, איך שפיר ווי אן אויסגעקוועטשע בלעטל וואס קיינער דארף נישט.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי מ'גייט דא ווייטער אין לעבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז מען פירט זיך אזוי אויף מיט א מלמד וואס האט יארן לאנג געלערנט תורה מיט אידישע קינדער.


פארוואס שפירסטו ווי אן אויסגעקוועטשטע בלעטל? פריי זיך אז דיינע יארן זענען נישט אריבער מיט גארנישט; ערשט יעצט ווען מען האט דיר אפגעזאגט קענסטו זען וואס די וועלט איז. יעצט זעסטו דעם הלוך ילך אויף די וועלט, דאס וואס דו גייסט אריבער - דאס גייט יעדער אריבער, מען ארבעט יארן לאנג ביז מען קען שוין נישט ארבעטן, דעמאלט נעמט מען יונגערע ארבעטערס און מען שיקט אוועק דעם פריערדיגן דור, דעמאלט קוקט מען צוריק, מען טראכט: 'אוי וויי, וויי איז מיר, א גאנץ לעבן אוועק געגעבן פארוואס? פארוועם?' דער לעבן קומט און פאטשט דעם מענטש אין פנים. דו האסט דאך אבער דיין גאנץ לעבן געלערנט תורה מיט אידישע קינדער, דו האסט אויפגעברענגט כלל ישראל, אלע גוטע זאכן וואס דו האסט איינגעפלאנצט אין זיי - דאס בלייבט אויף אייביג.


איך דערמאן זיך א מעשה וואס וועט דיר זיין פאר חיזוק. איינמאל בין איך געווען צעבראכן און מוהרא"ש האט מיר גערופן, ער האט מיר געפרעגט: "שטעל זיך פאר דו ארבעטסט אין א סחורה געשעפט, שטעל זיך פאר דו ענדיגסט דיינע זיבעציג יאר און דו קומסט ארויף אין עולם העליון, מען וועט דיר פרעגן 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר?' און דו וועסט ענטפערן 'איך האב געשניטן סחורה, איך האב גענייט בעקיטשעס', מען וועט דיר אנקוקן אויבן אין הימל און דיר פרעגן 'וואס? זיבעציג יאר האסטו געשניטן סחורה? זיבעציג יאר האסטו גענייט בעקיטשעס? נישט מער פון דעם? ביסט ביים דעת?' יעצט, האט מוהרא"ש אויסגעפירט, וועסט ארויף קומען אויבן און מען וועט דיר פרעגן 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר?' וועסטו זאגן 'איך האב מחזק געווען בחורים, איך האב געלערנט מיט בחורים', - ווי גרויס וועט זיין די שכר, ווי גרויס וועט זיין די פרייד אויבן אין הימל".


דאס זעלבע ביי דיר, פארוואס שפירסטו ווי אן אויסגעקוועטשטע בלעטל? דו האסט דאך געלערנט תורה מיט אידישע קינדער, דו האסט אויפגעבויט אידישע שטובער, אריין געברענגט דעם אייבערשטן אין זיי! דאס בלייבט, דאס אלעס וועסטו מיט נעמען, דאס באגלייט דיר.


אז מען האט דיר אפגעזאגט פון די מלמדות און זיי ווילן דיר נישט באצאלן - זאלסטו זיי רופן צו דין תורה, היתכן זיי געבן דיר נישט ווייטער א געהאלט פאר די אלע יארן וואס דו האסט געארבעט ביי זיי; אבער זיך שפירן צעבראכן? - דאס איז אן עוולה פון דיין זייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - זאל מען געבן כשר'ע ווידיאס פאר קינדער?
חינוך הילדים, מאוויס, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א סגן מנהל אין א מוסד פאר קינדער פון נוירסערי ביז כיתה ד', איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך האב זייער הנאה צו הערן נייע חידושים וויאזוי צו ארבעטן מיט קינדער.


ביי אונז אין מוסד איז דא א פראגראם די לעצטע שטיק צייט צו מאכן די קינדער זאלן זיין וואויל אינדערהיים, אז מ'שיקט אהיים יעדע וואך אינטערעסאנטע זאכן וואס האלטן די קינדער פארנומען אינדערהיים, און די עלטערן זענען אונז זייער דאנקבאר אויף דעם. אויך שיקן מיר סידי'ס פון מעשיות פון צדיקים.


לעצטנס האבן עלטערן געבעטן אויב די מוסד קען ארויסגעבן ווידיאס פאר די קינדער פון מעשיות פון צדיקים און פון די פרשה, ס'איז געווארן א גאנצע ויכוח צי מ'זאל עס טון אדער נישט, טייל האבן געהאלטן אז אזוי ווי רוב עלטערן ווייזן ממילא אידישע פלעיס וכדומה פאר די קינדער, איז יא כדאי ארויסצוגעבן ערליכע ווידיאס, אבער אנדערע האבן געזאגט אז אויב ס'קומט אפיציעל פון די מוסד געבט עס א בליק כאילו ווידיאס איז מותר.


איך האב געהאלטן אז ס'איז יא א וויכטיגע זאך, ווייל אזוי קען מען אריינלייגן אסאך מוסר און יראת שמים אין די קינדער, וויל איך הערן פון די ראש ישיבה שליט"א וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נייע חידושים?! וואס פאר א נייע חידושים? מיר זענען גארנישט מחדש קיין נייע וועגן, מיר גייען צוריק צום אלטן וועג. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רסד; שצב): "איך פיר אייך אויף א נייעם וועג וואס איז אן אלטער וועג, אויף דעם וועג זענען געגאנגען אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו".


וויסן זאלסטו אז א מנהל טראגט א גרויסע אחריות; די הצלחה פונעם תלמוד תורה ליגט אין די הענט פונעם מנהל. א מנהל וואס איז שטענדיג מחזק די מלמדים, ער רעדט שיין צו די מלמדים וועלן זיי ארבעטן געטריי, זיי וועלן מצליח זיין אין זייער ארבעט. דערפאר זאלסטו געדענקען צו געבן גוטע ווערטער טעגליך פאר אלע דיינע ארבעטערס - די געטרייע מלמדים, יעדן טאג זאלסטו רעדן מיט זיי אפילו א ווארט צוויי, דאס וועט זיי געבן מוט אנצוגיין מיט די קינדער.


ארבעטן מיט קינדער איז נישט קיין גרינגע ארבעט, זיין א מלמד איז א שווערע ארבעט; ווער רעדט נאך פון זיין א געדולדיגער מלמד - דאס איז א ביטערע שווערע ארבעט. רוב מאל ווייסט קיינער נישט וואס דער מלמד גייט אריבער; די עלטערן ארבעטן ביטער שווער א גאנצע וואך, זיי ווייסן בכלל נישט וואס טוט זיך מיט די קינדער, זיי פארגעסן אז זיי האבן בכלל קינדער, זיי ווייסן נישט וואס דער מלמד גייט אריבער מיט זיינע קינדער, דער איינציגסטער וואס קען מחזק זיין איז דער מנהל.


ווייז נישט פאר קינדער קיין שום מאווי"ס און קיין שום ווידיאו"ס, נישט קיין חילוק אידישע אדער חסידישע; עס האט נישט צו טון אויב די עלטערן ווייזן ממילא פאר די קינדער, אויב די עלטערן ווייזן פאר די קינדער איז דאך ערשט א סברא נישט צו ווייזן, זאלן די קינדער זיין אפאר מינוט אין חדר געזונט און זען זאכן פארן, קומען, גייען וכו'; קליינע קינדער האבן א הייקעלע מח, דארף מען אויף זיי נאך מער אכטונג געבן.


ווייז נישט פאר די קינדער גארנישט; איך האב געהאט ביי אונז אין תלמוד תורה, די ערשטע יאר ווען מיר האבן געעפנט די חדר האט מען געוויזן פאר די קינדער א ווידיא"ו און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געלערנט אז דאס טאר מען נישט טון, דאס איז א זאך וואס איז קעגן חינוך.


הער נישט אויס מאדערענע חסידים; מיר דארפן טון וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - ווי אזוי געבט מען זיך אפ מיט א יתום אין קלאס?
חינוך הילדים, מלמדים, בריוו, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און צום נייעם זמן באקום איך צום ערשטן מאל אלס תלמיד א קינד וואס איז א יתום פון זיין טאטע. ברוך ה' אז איך האב קיינמאל נישט געשפירט וואס דאס מיינט, ממילא איז מיר טאקע אוממעגליך אים צו פארשטיין, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אים, ווייל חז"ל זאגן כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און די זעלבע אויף פארקערט חס ושלום.


וואס איז מיין חוב זיך איבערצוגעבן פאר אים מער ווי פאר אן אנדערער קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו וויסן, שכרך הרבה מאוד, דיין שכר איז זייער גרויס; אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב, בפרט ווען דער מלמד געבט זיך אפ מיט די תלמידים ווי אייגענע קינדער, דעמאלט איז ער נאך מער חשוב אין הימל. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", ווער עס לערנט מיט תלמידים איז דאס אזוי ווי זיינע אייגענע קינדער; און ווי צדיקים טייטשן, אז דאס איז נישט פשט מען געבט דעם מלמד א גוט ווארט, נאר דאס איז אן התחייבות, מען זאגט פאר'ן מלמד 'ווען דו לערנסט מיט תלמידים זאלסטו טראכטן כְּאִילוּ יָלְדוֹ - דאס איז אזוי ווי דו לערנסט מיט דיינע אייגענע קינדער'.


דארפסטו זיין זייער פרייליך און דאנקען דעם אייבערשטן ששמת חלקך מיושבי בית המדרש, אז דיין לעבן גייט אריבער מיט גוטע זאכן, מיט הייליגע זאכן; מיט לערנען מיט אידישע קינדער תורה. בפרט אז דו ביסט א הארציגער מלמד, דו זארגסט פאר דיינע תלמידים, דו האסט רחמנות אויף זיי - ביסטו זייער חשוב אין הימל.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר אמאל זייער מחזק געווען און געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעסט אין א געשעפט וואס פארקויפט קליידער? שטעל זיך פאר דו ארבעסט אין אזא געשעפט און עס גייט אריבער די זיבעציג יאר, דו קומסט ארויף אויבן אין הימל און מען פרעגט דיר 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר? זיבעציג יאר האסטו פארקויפט בעקיטשעס? זיבעציג יאר האסטו געשניטן סחורה?'" מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דארפסט דאך זיין זייער פרייליך אז דו וועסט קענען ענטפערן 'זיבעציג יאר האב איך געלערנט מיט אידישע קינדער'".


בנוגע דעם יתום; זאלסט אכטונג געבן אויף אים מער ווי אנדערע קינדער, ווייל יתומים זענען זייער נאנט צום אייבערשטן, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך אננעמען פאר זיי, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי אויסהערן; דער אייבערשטער - ער איז זייער טאטע, ער נעמט זיך אן פאר זיי, ער איז דער (תהילים סח, ו): "אֲבִי יְתוֹמִים".


ווען עס קומט אויס צו רעדן מיט די קינדער וועגן זייערע עלטערן, צום ביישפיל דו זאגסט די קינדער זיי זאלן לערנען מיט זייער טאטע אדער זאלן מאכן נחת פאר זייער טאטע, זאלסטו שטענדיג געדענקען פון דעם יתום; אים געבן א וועג מיט זיין טאטע עליו השלום, זאלסט באזונדער מאכן אן עסק פונעם יתום, זאלסט אים זאגן: "דיין טאטע איז אין הימל, אין גן עדן נעבן דעם אייבערשטן; ער זעט ווי פלייסיג דו לערנסט, ער האט נחת פון דיר, ער זארגט פאר דיר".


אויך זאלסטו ארויסנעמען די שרעק פון אים און פון אלע קינדער פון שטארבן; רעד צו די קינדער אז שטארבן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך פאר אידישע קינדער, ביי אידישע קינדער ווען מען שטארבט - גייט מען אין גן עדן, דארט לערנט מען תורה מיט אלע צדיקים און מיט'ן אייבערשטן, אין גן עדן איז דא אלע גוטע זאכן, מען איז זייער נאנט צום אייבערשטן, און נאך אביסל וועלן אלע אויפשטיין תחיית המתים, עס גייט זיין אזוי פרייליך צו זען ווי אלע טאטעס, זיידעס, עלטער זיידעס, עלטער עלטער עלטער זיידעס גייען אויפשטיין תחיית המתים.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט ביז יעצט, בדרך כלל פרוביר איך צו ענטפערן פאר מלמדים שנעלער ווי אנדערע בריוו; עס האט זיך יעצט פארשלעפט צוליב די נסיעה קיין אומאן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - האט דער רבי געלאזט זיינע מענטשן זיין מלמדים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאלג ברוך ה' דעם ראש ישיבה און איך לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אזוי ווי דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן אין א בריוו, איך האב געקויפט א חיי מוהר"ן און איך לערן א שטיקל כמעט יעדן טאג.


נעכטן בין איך אנגעקומען צו א שטיקל וואס איז מיר געווען א גרויסער וואונדער, רבי נתן שרייבט דארט אין אות תס"ה "אמר רצונו שכל אנשי שלומנו לא יהיה אחד מהם מלמד וכמה פעמים דבר מזה". איך ווייס דאך אז דער ראש ישיבה איז זייער שטארק מחזק מלמדים, און זייענדיג אליין א מלמד זאג איך בפה מלא אז דאס גאנצע חיזוק וואס איך באקום איז דאך נאר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז אמת אז דער רבי האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן. ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט (הובא בבעל שם טוב על התורה פרשת יתרו, אות יט) אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".


עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד. זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין מלמדות ביתר שאת וביתר עוז, לייג אריין אין די קינדער אמונה; רעד צו די קינדער פונעם אייבערשטן מיט א שטארקייט און א קלארקייט, לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס די קינדער בעטן דיר, יעדע זאך וואס זיי ווילן - זאלסטו זיי אויסלערנען זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן; דאס וועט זיי באגלייטן פאר זייער גאנצע לעבן.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי ער געדענקט פון די זעקס יאר ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה, וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד", א ברסלב'ער חסיד - פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קושן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קוש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף; דאס האט אים באגלייט לאנגע יארן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטנס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד', נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - איך געב איבער די לימודים פאר מיינע תלמידים
חינוך הילדים, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אביסל מיטטיילן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א עטליכע פרייליכע זאכן.


איך בין א מלמד דא אין ארץ ישראל, און זייענדיג מקורב צום ראש ישיבה האב איך יעדן טאג כמעט פרובירט איבערצוגעבן פאר מיינע תלמידים די שיינע זאכן וואס איך האב באקומען.


אזוי ווי עס ענדיגט זיך יעצט די יאר, האב איך געפרעגט פאר מיינע תלמידים [8 יאר אלט] וואס זיי האבן ספעציעל קונה געווען דאס יאר, די תשובה האבן אלע געענטפערט אינאיינעם, א. תפילה ב. זיך פרייען מיט די ציצית ג. מ'דארף רעדן שיין צו טאטע מאמע.


בנוסף צו דעם גייען אסאך תלמידים מסיים זיין מסכת תענית [אלס א זייטיגע לימוד אין די פרייע צייטן] לכבוד די ניין טעג. נאכדעם וואס איך האב זיי אויף דעם מחזק געווען. היינט האט מיר א תלמיד געוויזן א ששה סדרי משנה וואס זיין טאטע האט אים געקויפט, האב איך אים געפרעגט וואו ער האלט, און איך האב אים געלייגט א סטיקער.


די קרעדיט קומט זיך פאר'ן ראש ישיבה וואס שפארט נישט קיין מיה און כח אלעס כדי אריינצוברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין די וועלט. איך שפיר אלס א חוב דאס מיטצוטיילן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות פון זיין א מלמד - אויבן אין הימל; א מלמד וואס געבט אכטונג אויף די קינדער, ער לערנט מיט זיי תורה - האט א גרויסע כח אין הימל, ער קען פועל'ן אלעס וואס ער וויל.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעהויבן רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד אדער א טיטשער געבט אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


ווער רעדט נאך א מלמד מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן - איז דאך גאר עפעס אנדערש; מען האט וואס צו פארקויפן, מען האט וואס אריין צו לייגן אין די קינדער. דער רבי געבט סחורה אין די האנט, מען האט וואס צו פארקויפן ווייטער; אפגערעדט אז מען קען אריין באקן אין די הערצער פון די קינדער ריינע אמונה, ווייל אמונה קען מען נאר איבערגעבן אויב מען האט דאס אין זיך; א מלמד וואס די אמונה שיינט אין אים - דער קען איבער געבן פאר זיינע תלמידים זיי זאלן אויך שפירן דעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט: "איך וויל נישט מיינע לייט זאלן זיין מלמדים (שיחות הר"ן, סימן רמ, רמא; חיי מוהר"ן, סימן תסה, תקצא), אבער אז מען דארף שוין יא זיין א מלמד, ווער דען זאל זיין א מלמד אויב נישט פון מיינע לייט?" ווייל מען דארף אליין האבן א שטארקע אמונה דאס צו קענען איבערגעבן פאר תלמידים, זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ריינע אמונה; דאס איז דער יסוד פון א איד, מען זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער, מען זאל לעבן מיט דעם און קיינמאל נישט פארגעסן פון די אמונה.


ליידער ליידער הייטיגע טעג רעדט מען פון אלעם נאר נישט פון די פשוט'ע אמונה; מען רעדט צו קינדער פון לימוד התורה, מען רעדט פון לערנען רצופות, מען רעדט פון זיין א מצוין, מען רעדט פון זיך פארהערן און באקומען אן אויסצייכענונג - נאר פון די פשוט'ע אמונה רעדט מען נישט, שפעטער וואונדערט מען זיך פארוואס בחורים האבן נישט קיין יראת שמים, מען וואונדערט זיך פארוואס מען טרעפט בחורים און אינגעלייט וואס טוען עבירות און האבן נישט קיין געפיל צו א שבת, צו מצוות; וואלט מען ווען געפילעוועט אין זיי אמונה, וואלטן זיי געבליבן ערליכע פשוט'ע אידן.


שטארק זיך און זיי ממשיך בית שאת וביתר עוז, ויהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם.

#44 - מעג מען דערציילן פאר קינדער שרעקעדיגע מעשיות פון צדיקים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כתה ב' מלמד, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך דערצייל אסאך מאל איבער פאר די קינדער די מעשיות וואס איך הער ביי די שיעורים.


אסאך מאל דערצייל איך זיי די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע ווי אזוי זיין טאטע איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען גאר קליין, און ווי אזוי ער האט געלעבט מיט'ן אייבערשטן וכו'. ס'זענען אבער דא קינדער וואס זאגן מיר איך זאל נישט דערציילן די מעשה ווייל ס'איז צו שרעקעדיג.


פון איין זייט קען דאס זיין גאר א שטארקע חיזוק פאר די קינדער אויב זיי וועלן אויך אמאל אריבערגיין שוועריקייטן און צרות אין לעבן און דאס וועט זיי געבן חיזוק אז דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז האבן טאקע שרעקעדיגע חלומות פון דעם ביינאכט, אז אפשר וועט זייער טאטע שטארבן וכדומה.


זאל איך ווייטער דערציילן די מעשה פאר די קינדער אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דערצייל פאר די קינדער אסאך מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


ווען דו דערציילסט זיי מעשיות וואס רעדט זיך פון נפטר ווערן זאלסטו זיי דאס אראפלייגן אן קיין פחד און שרעק; ווען די קינדער פרעגן וואס עס מיינט שטארבן, געב זיי צו פארשטיין אז דעם גוף לייגט מען אין דער ערד און די נשמה גייט ארויף אין הימל, אויב מען פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען האט געטון אסאך מצוות און מען האט געלערנט תורה - דאן גייט מען אין גן עדן צוזאמען מיט'ן באשעפער.


שטארבן איז נישט א שרעקעדיגע זאך, יעדער איינער דארף אמאל צוריק גיין צום אייבערשטן. די עצם זאך פון שטארבן איז בכלל נישט שרעקעדיג, עס איז אזוי ווי מען גייט ארויס פון איין שטוב צו א צווייטע שטוב (שיחות הר"ן, סימן קנו); שרעקעדיג איז ווען מען גייט אוועק פון די וועלט אן קיין תורה און מצוות, דעמאלט איז זייער ביטער. אז א נשמה קומט ארויף אויבן אין הימל נאקעט אן קיין תורה, אן קיין מצוות און אן קיין גוטע זאכן - דאס איז שרעקעדיג.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אויף די קינדער וואס כאפן נישט אויף אזוי שנעל דאס לערנען, זיי זאלסטו מקרב זיין. און אויך אויף די קינדער וואס ווילן נישט גלייך לערנען זאלסטו אכטונג געבן; זיי זאלסטו אונטערקויפן מיט גוטע זאכן ביז זיי וועלן לערנען און זיך פירן אזוי ווי מען דארף.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס קויפט אונטער די קינדער וואס ווילן נישט לערנען און ער דריידט ארום מיט זיי ביז זיי ווערן ערליכע אידן, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט און מען האט גוזר תענית געווען אבער עס האט נישט גערעגנט, איז א פשוט'ער איד צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען בין איך אים משחד, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך רעד אים צו אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישלעך, ביז ער הייבט אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אסאך מאל דארף מען משחד זיין קינדער מיט בעלי חיים וכדומה, אז זיי זאלן לערנען פלייסיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#43 - ווי אזוי קען זיך א מלמד שטארקן אין שמירת הזמנים?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע בריוו וואס איך האב באקומען, ווי אזוי מ'שטעלט אוועק א תלמוד תורה, און ווי אזוי מ'דארף מחנך זיין די קינדער.


יעצט וויל איך בעטן חיזוק אויף שמירת הזמנים, איך בין בטבע א פארשלעפטער, אבער דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט כסדר ביי די שיעורים איבער די וויכטיגקייט אז א מלמד זאל זיין צייטליך. יעצט האט מען שוין געעפנט ברוך ה' די חדרים דא אין ארץ ישראל, און איך וויל זיך זייער שטארקן צו זיין צייטליך, איך דארף אבער חיזוק און עצות אויף דעם, ווייל דאס איז קעגן מיין נאטור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיין א מלמד איז פון איין זייט זייער א גרויסע זאך, עס איז פון די חשוב'סטע זאכן אויבן אין הימל, אבער פון די אנדערע זייט איז דאס א גרויסע אחריות; אויב מען טוט נישט די ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז נישט צייטליך, מען קומט שפעט אדער מען גייט ארויס פון כיתה און מען לאזט די קינדער אויף הפקר - איז דאס א גרויסע עבירה, אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד): "מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מַנִּיחַ אֶת הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא", א מלמד פון קינדער וואס גייט ארויס פון כיתה און לאזט איבער די קינדער, "אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָּהֶן", אדער ער טוט מיט די קינדער אנדערע זאכן, "אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּתַּלְמוּדָן", אדער ער לערנט נישט מיט זיי – איז ער אינעם כלל פון: "אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה (ירמיה מח, י)".


א מלמד מוז זיין צייטליך; אז דו קענסט נישט האלטן קיין זמנים זאלסטו זיך אפזאגן פון מלמדות. אזוי ווי דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד (שיחות הר"ן, סימן רמ): "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן די וועלט און יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער, ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין".


נישטא קיין חיזוק פאר דעם, די חיזוק איז: "אדער קומסטו צייטליך, און אז דו קענסט נישט זיין צייטליך זאלסטו זיך זוכן א צווייטע פרנסה"; א מלמד דארף וויסן אז זיין פרנסה איז נישט אבי א פרנסה, ער ארבעט פאר'ן אייבערשטן, ער זיצט מיט נשמות פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער כביכול איז אין כיתה און הערט ווי ער לערנט מיט די קינדער, ער ווארט צו זען ווי דער מלמד רעדט צו די קינדער פון אמונה און פון יראת שמים.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען יארן א מלמד פאר קינדער, די תלמידים זיינע דערציילן אז ווען זיי האבן געלערנט ביי מוהרא"ש האבן די קינדער געשפירט ווי דער אייבערשטער איז אין כיתה, מען איז געזיצן מיט א שטארקע דרך ארץ, מען האט געשפירט דעם אייבערשטן; מוהרא"ש האט אזוי אריין געברענגט אמונה אין די קינדער, מען האט געלערנט און געדאווענט אויפ'ן קול אזוי ווי ווען א גאסט וואלט ווען אריינגעקומען און מען וויל אים ווייזן ווי שיין מען דאווענט און מען לערנט; מען האט געשפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.


א איד דערציילט (עיין ספר פרנסה טובה שיחות והתחזקות, סימן מא) ער האט געדארפט אמאל א טובה פון מוהרא"ש איז ער געגאנגען צו די תלמוד תורה וואו מוהרא"ש איז געווען איינגעשטעלט, ער איז אנגעקומען ווען מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען חומש פרשת ויצא, מען האט געהאלטן ביי דעם פסוק (בראשית כח, טז): "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", איז דער איד געבליבן שטיין אינדרויסן פון כיתה, ער האט אריין געקוקט און זיך צוגעהערט ווי אזוי מוהרא"ש לערנט פאר דעם פסוק פאר די קינדער: "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב", יעקב האט זיך אויפגעוועקט, "מִשְּׁנָתוֹ", פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער האט געזאגט "אָכֵן", עס איז אמת, "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא - און מוהרא"ש האט געוויזן מיט די פינגער אויף די כתה - "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי", און איך - און מוהרא"ש האט געוויזן אויף זיך - "לֹא יָדָעְתִּי", האב נישט געוואוסט. מוהרא"ש האט דאס איבער גע'חזר'ט עטליכע מאל; דער איד האט דערציילט אז ער האט ממש געשפירט ווי ער געפונט זיך אין 'גן עדן', ער האט געהאט אזא התעוררות פון דעם, ער האט געשפירט ווי דער פסוק מיינט אים אליין, ווי ער וועקט זיך אויף און טראכט צו זיך: 'איך האב נישט געכאפט אז דער אייבערשטער איז דא, נעבן מיר, איך קען דאך רעדן צו אים'; אלע קינדער האבן געשפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.


א מלמד דארף אריין לייגן אין די קינדער יראת שמים, זיי פארציילן מעשיות פון צדיקים; ווען קינדער הערן מעשיות פון צדיקים פלאקערט עס אויף זייער הארץ צו וועלן זיין ערליכע אידן, זיי הייבן אן מקנא זיין די צדיקים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט מען אויפגעפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; דורכדעם וואס מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט קינדער ווען זיי הערן מעשיות פון צדיקים ווערן זיי זייער נתעורר דורך דעם.


עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו וועלן זיין אן ערליכער איד.


אז דו וועסט האלטן די זמנים, דו וועסט זיין צייטליך און בשעת דו ביסט מיט די קינדער וועסטו אויסנוצן די צייט אריין צו לייגן אין זיי נאך תורה און נאך יראת שמים - וועסטו זוכה זיין צו גרויסע זכותים, אזוי ווי עס שטייט: "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד (דניאל יב, ג)", וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם (בבא בתרא ח:): "אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", די וואס לערנען תורה מיט אידישע קינדער זענען צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט; אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים דער וואס לערנט תורה מיט תלמידים קויפט זיך איין.

#42 - זאל איך ענדערש לערנען בעיון, אדער ענדערש שנעל?
לימוד התורה, מלמדים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען אויף די געוואלדיגע חיזוק וואס איך הער שוין פאר עטליכע חדשים, עס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן.


איך האב א זאך וואס לאזט מיר נישט קיין מנוחה, כלל ישראל האט לעצטנס אנגעהויבן ש"ס על הסדר, און דאס האט מיר געצויגן אויך אנצוהויבן לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, איך ווייס אויך פונעם סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגע רבי האט אונז געגעבן אז מ'קען לערנען גמרא אפילו מ'זאגט בלויז די ווערטער, איך בין אבער נאכאלץ מסופק אויב איך זאל ענדערש לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג אפילו אן פארשטיין, אדער ענדערש לערנען אביסל אויף אמאל און יא פרובירן צו פארשטיין.


איך בין א מלמד און איך האב נאר אביסל צייט אין טאג צו לערנען, איך האב נישט קיין צייט פאר צוויי שיעורים, איינס צו לערנען אביסל בעיון און די צווייטע צו זאגן אסאך, וואס זאל איך ענדערש טון.


דערווייל האב איך אנגעהויבן מסכת ברכות צו לערנען א בלאט יעדן טאג, אבער איך בין נישט רואיג אויב איך גיי אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין סתירה, מען קען טון ביידע; אפילו א מלמד האט גענוג און נאך צייט צו טון ביידע, סיי לערנען אסאך אויפ'ן סדר דרך הלימוד און אויך האבן א שיעור בעיון. אינעם זעלבן שיחה וואו דער רבי זאגט מען זאל לערנען שנעל אפילו מען פארשטייט נישט, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענטש זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג.


לערן ווי אזוי עס קומט דיר אויס בעסער; קענסט לערנען שנעל, קענסט לערנען בעיון, דער עיקר זאלסטו זען זיך נישט צו לאזן נארן, עס זאל נישט אריבער גיין א טאג אן לערנען די הייליגע תורה. ווען עס קומט צו גשמיות דארט לאזט זיך דער מענטש נישט נארן, קיינער גייט נישט שלאפן הונגעריגערהייט, אז מען האט נישט קיין פיש און פלייש וועט מען עסן גרינצייג און דאס גלייכן, אזוי דארף א מענטש זיך פירן מיט לערנען תורה, זיך נישט לאזן נארן; נישט טראכטן 'מארגן וועל איך זיין אויסגערוט וועל איך דעמאלט לערנען', 'קומענדיגע וואך וועל איך זיין מער מסודר וועל איך נעמען א חברותא', 'דעם קומענדיגן חודש ווען אלעס וועט אריבערגיין וכו' הויב איך אן מיט א פרישקייט צו לערנען', 'דעם אנדערן יאר וועל איך אנהויבן לערנען', דאס מיינט זיך גענאר'ט; וואלט דער מענטש געלערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ער וואלט נישט געקוקט אויף דעם אויב ער פארשטייט יא אדער ער פארשטייט נישט, דאן וואלט ער זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג און ער וואלט זוכה געווען אנצוקומען אזויפיל לערנען וואס א צווייטער קומט בכלל נישט אן דורכאויס דעם גאנצן לעבן. ביי אים וועט מקוים ווערן דער פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; וואס די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת?" ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט אלץ געטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט וועלן אפיר קומען אלע פרקים משניות און דפים גמרא, דעמאלט וועט מען זען די ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד; דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם; דו זיי ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג כאטשיג א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, ווען מען וועט דיר באגלייטן ביי דיין לויה וועט מען טראגן א ספר תורה, מען וועט נישט טראגן סתם אן ארון פון א נפטר, עס וועט זיין אן ארון הקודש, א ארון מלא ספרים; עס וועט ליגן אינעם ארון: חֲמִשָּׁה חוּמְשֵׁי תּוֹרָה, נְבִיאִים וּכְתוּבִים, שִׁשָּׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי, תּוֹסֶפְתָּא, רַמְבַּ"ם, טוּר, שֻׁלְחָן עָרוּך, אלע מִּדְרָשִׁים, זוֹהַר וְתִּקּוּנִים, כָּל סִפְרֵי רַבֵּינוּ וכו', וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - ווי אזוי מאכט מען אז אלע קינדער אין קלאס זאלן זיך שפירן אייניג?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין א שיינע פאר יאר א מלמד פאר עלטערע קינדער, אבער זייט איך הער די שיעורים האט זיך אלעס געטוישט. מען קען נישט גענוג מסביר זיין ווען מ'לערנט מיט קינדער מיט די הקדמות אין חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, איך גיי נישט אריין אין קלאס איידער איך הער אויס א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך דארף אן עצה ווי אזוי צו מאכן א געשמאקע לופט אין קלאס, אז אלע קינדער זאלן זיך שפירן אייניג. ליידער איז דא היינט אזא זאך אז מ'טיילט איין די קינדער וועט ס'איז פון די בעסערע, ווער ס'איז פון די שוואכערע, און ווער איז נאך שוואכער. איך וויל דאס זייער נישט טון, אבער למעשה איז דאך דא קינדער וואס איך דארף זיי זאגן אז איך בין צופרידן בלויז ווען זיי קענען די גמרא, און אנדערע קינדער דארף קענען אויך די תוספות וכדומה. ווי אזוי קען איך מאכן אז פון דעסט וועגן זאלן אלע קינדער זיך שפירן אייניג?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א מלמד דרדקי; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט אויבן אין הימל פון מלמדים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט. ווייל א מלמד פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד.


דער עיקר זאלסטו אריין לייגן אין די קינדער יראת שמים; דערצייל זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים, דאס וועט אויפפלאמען זייער הארץ זיי זאלן וועלן אויסוואקסן צדיקים. עס איז באוויסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנז'ער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


אויף דיין פראגע ווי אזוי מען מאכט די קינדער זאלן שפירן אייניג; דאס ווענדט זיך אינעם מלמד. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד): "כִּי יֵשׁ בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל דָּבָר יָקָר מַה שֶּׁאֵין בַּחֲבֵרוֹ, כְּמַעֲשֵׂה דְּאַבַּיֵי וְאַבָּא אֻמָּנָא, שֶׁהֵשִׁיבוּ לוֹ: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט, איינער צייכנט זיך אויס אין לערנען, א צווייטער צייכנט זיך אויס אין גוטע מידות, א דריטער האט א שטארקע דרך ארץ און דער פערטער האט זייער אסאך יראת שמים. און די ארבעט פונעם מלמד איז, ארויס צו ברענגען דאס גוטס פון יעדע תלמיד; אפילו דער קינד וואס פארשטייט נישט גמרא פרש"י ותוספות, דארף מען אויסרומען מיט זיין נקודה. ווען מען זעט א גוטע נקודה ביי דעם קינד מאכט מען פון דעם אן עסק, מען בויט אים אויף דורך דעם וואס מען ברענגט ארויס דאס גרויסקייט און חשיבות פון זיין גוטע זאך וואס ער פארמאגט.


אז דו וועסט קוקן גוט אויף אלע קינדער, דו וועסט זוכן אין זיי גוטע זאכן - וועלן זיי אלע זיין פרייליך, זיי וועלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - דער מלמד הערט נישט אויף שלאגן מיין אינגל, ווי אזוי ראטעווע איך אים?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין אינגל איז אריין דאס יאר צו א נייער מלמד אין כתה ו', און דער מלמד האט א מנהג אז אנהויב יאר שלאגט ער יעדן איינציגסטן טאג די קינדער מיט א שטארקע רציחה פאר יעדע קליינע זאך, ווי למשל נישט טייטלען אינמיטן פארלערנען, און אזוי קומט מיין אינגל אהיים יעדן טאג וויינענדיג.


איך האב שוין גערעדט צום מנהל עטליכע מאל, ער פארשטייט אבער נישט וואס דער פראבלעם איז, ער זאגט אז זיינע אייניקלעך האבן אויך געלערנט ביי דעם מלמד און ער שעפט פון זיי נחת, און ס'איז גארנישט אז מ'שלאגט א אינגל, אזוי וואקסט מען אויף ערליכע אידן.


וואס נאך קען איך טון דערוועגן? איך וויל נישט אז מיין אינגל זאל חרוב גיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער צום מלמד און רעד מיט אים; קודם זאלסטו רעדן מיט אים מיט שיינעם, זאג אים ווי שטארק דו ביסט צופרידן אז דיין קינד לערנט ביי אים און ווי שטארק דיין זון האט ליב זיין רבי. דערנאך דערצייל אים אז דיין קינד קומט אהיים וויינען יעדן טאג, ער ציטערט צו גיין אין חדר, ממש ער וויינט פון פחד. בעט אים שיינערהייט אז ער זאל נישט שלאגן דיין קינד.


אויב וועט דאס נישט העלפן און דיין קינד וועט ווייטער אהיים קומען וויינען אז ער כאפט פעטש, זאלסטו אנכאפן דעם מלמד ביים קארג און אים זאגן חד משמעתי: "אויב דו וועסט שלאגן מיין קינד וועל איך דיר געבן אזעלכע קלעפ, איך וועל דיר צעברעכן די ביינער". ווייל איינער וואס שלאגט טאר נישט ארבעטן מיט קינדער, אזא איינער דארף ארבעטן ביי די מיסט. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז די וואס שלאגן דארפן ארבעטן ביים שלעפן די מיסט און ווארפן און האקן די מיסט קאנעס (גארבידזש קענס).


וויפיל קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט ווייל מען האט זיי געשלאגן און גע'הרג'ט וועגן טייטלען וכדומה; אז דער מנהל האט א נס אז ער האט מצליח געווען מיט זיינע קינדער מיינט נאך נישט אז אלע וועלן מצליח זיין אויף דעם וועג, "אֵין סוֹמְכִין עַל הַנֵּס (פסחים סד:)".


דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט שלאגן קיין קינדער. אז מען טראכט גוט אריין זעט מען אז פעטש איז בכלל נישט קיין חינוך; ווען מען שלאגט א קינד איז דאס נאר אויסצוגעבן די נערוון, דעריבער טאר מען נישט שלאגן קיין קינדער. נישט נאר עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר מאכן אסאך ערגער וכו'.


(אויב דו וועסט דארפן נוצן דעם וועג, זאלסטו אכטונג געבן אז דיין קינד זאל נישט וויסן פון דעם כדי ער זאל נישט מזלזל זיין אין זיין מלמד, מען דארף זייער אכטונג געבן צו שעצן דעם מלמד פאר'ן קינד. דאס זאל זיין פריוואט צווישן דיר און דער מלמד וד"ל).


בעט דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#39 - פארוואס רעדט מען נישט אפן צו קינדער און בחורים?
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א וואוילער אינגערמאן, כאטש הייס איך אזוי, אבער אין הארץ שפיר איך אז איך בין חרוב אינגאנצן, מיין גאנצער מח איז פול מיט נארישע און שלעכטע געדאנקען כסדר. דאס קומט נאך פון אלס בחור וואס איך האב זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, און קיינער האט מיר נישט געגעבן קיין חיזוק און געזאגט קלאר וואס מ'טאר נישט טון, ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן צו זיין ערליך ווי דער אייבערשטער וויל.


איך שפיר אז ווען איך זאל האבן איינעם אלס אינגל און בחור וואס זאל מיר זאגן פערזענליך וואס איך טאר נישט טון, און זאל מיר געבן חיזוק אויף דעם, וואלט איך נישט געטון קיין שלעכטע זאכן. איך קען באמת נישט פארשטיין פארוואס די מלמדים און מחנכים, מגידי שיעור און און ראשי ישיבות, רעדן נישט אפן צו די קינדער און בחורים זיי זאלן וויסן וואס זיי טארן נישט טון, דאס וואלט דאך געקענט פארמיידן אזויפיל צרות און עגמת נפש אין די שפעטערדיגע יארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א גרויסע וואונדער אויף מלמדים און מחנכים פארוואס זיי גרייטן נישט אן די קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט צו זינקען אין פגם הברית רחמנא לצלן, בשעת וואס אלע צדיקים פון פריערדיגן דור, ובפרט הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו האבן מזהיר געווען די מלמדים זיי זאלן רעדן צו די קינדער אפענע דיבורים פון שמירת הברית.


עס זענען געווען געוויסע ביי די אסיפת המלמדים וואס האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, מיט'ן טענה אז מען וועט רעדן צו די קינדער וועלן זיי וויסן וכו', האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר געקלאפט אין טיש און געזאגט אז מען דארף יא רעדן, און אז מען רעדט נישט ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן.


ביי יענע אסיפה האט ער דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יח): אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב אמאל אנגעטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הונדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו די שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזוכט דעם מלמד זיך צו קענען טרעפן מיט אים האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע זיינע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען 'פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן', ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן, זיי האבן פוגם געווען באות ברית קודש דעריבער זענען זיי אלע געשטראבן יונג"; האט דער רבי זי"ע מסאטמער אויסגעפירט פאר די מלמדים: "דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן".


עס ליגט א חוב אויף עלטערן זיי זאלן רעדן צו זייערע קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן נישט אנרירן ביים ברית קודש, און זיכער זאלן זיי אכטונג געבן פון מניוולים אז זיי זאלן נישט טון מיט זיי מעשי תועבה; עס איז א ווייטאג צו הערן פון מענטשן ווי זיי מוטשען זיך אין זייער לעבן נאר ווייל זיי האבן נישט געוויסט ווי שעדליך דאס איז.


אויף דעם וואס דיין מח איז פול מיט שלעכטע מחשבות וכו'; טו דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, גיי יעדן טאג אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף דיין מאמע לשון, זאג אים וואס דו ביסט אריבער, דערצייל אים אלעס וואס דער יצר הרע טוט מיט דיר און ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד; דורכדעם וועט ארויס גיין פון דיר אלע שלעכטע מחשבות.


אויך זאלסטו לערנען אסאך פרקים משניות; משניות האט א כח אויס צו וואשן דעם מענטש, עס ברענגט א נייע נשמה און א נייע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - קען מען יוצא זיין "קמחא דפסחא" דורכ'ן צאלן די געהאלט פאר מלמדים?
מלמדים, צדקה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב באקומען א בריוו פון די מוסדות, צו געבן געלט פאר "קמחא דפסחא" צו קענען אויסצאלן די מלמדים אויף פסח. איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'קען טאקע יוצא זיין מיט דעם דער ענין פון קמחא דפסחא, אויב איז עס פשוט צו צאלן געהאלט פאר די איינגעשטעלטע, דארף מען דאס צאלן, דאס איז נישט ווי מ'געבט פאר ארעמעלייט אויף פסח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו ענטפערן די שאלה; וואס איז א נפקא מינה פארן ארימאן ווען מען געבט אים געלט - צי די געלט קומט אים אלס געהאלט צי דאס איז באזונדער פאר פסח? וואס זאל דיר אנגיין אז מען צאלט מיט די געלט פון קמחא דפסחא זייער געהאלט?! אז די מלמדים ווערן נישט באצאלט וואכן נאכאנאנד וואלסטו זיך זיכער געדארפט משתתף זיין אז זיי זאלן האבן אויף יום טוב; דו קוקסט באלד אויס ווי דער וואס האט גע'טענה'ט צום רב אז מען נעמט צוזאם קמחא דפסחא און מען בא'גנב'עט די ארימעלייט ווייל מען ברענגט זיי פיש און פלייש אנשטאט מעל וואס דאס איז די אפטייטש פון "קמחא דפסחא" - מעל פאר פסח...


וואויל איז דער מענטש וואס געבט צדקה, דאס וועט אים ראטעווען פון אלע גזירות רעות; בפרט אז מען העלפט ארויס ארימע משפחות זיי זאלן קענען האבן אויף יום טוב ווערט מען ניצול פון אלעם שלעכטס.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "'צְדָקָה תַּצִּיל מִמָּוֶת' רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'מַצַּת', "סְגֻלָּה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, עס איז א סגולה ניצול צו ווערן פון די מחלה פון חולי נופל אז מען געבט צדקה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קיב, ט): "פִּזַּר נָתַן לָאֶבְיוֹנִים" וואס דאס איז די רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'נֶפֶ"ל'; דאס גייט ארויף סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אויב א מענטש האט רחמנא לצלן די מחלה פון חולי נופל זאגט דער רבי ער זאל געבן צדקה, און דאס גייט אויך ארויף ברוחניות, אז א מענטש וואס זעט אז ער האלט אין איין פאלן און וויפיל ער וויל זיין ערליך און ער נעמט זיך פאר צו טון נאר גוטע זאכן, פאלט ער צוריק צו זיינע רגילות'ן וכו', זאל ער געבן צדקה.


דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל קענען אויסצאלן אלע מלמדים און איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער, איך זאל קענען אויסצאלן זייער ארימע געהאלט וואס זיי פארדינען און זיי נאך קענען צו געבן באזונדער לכבוד יום טוב. הלואי זאל איך אנקומען צו קענען געבן פאר אלע מלמדים און איינגעשטעלטע באזונדער פאר יום טוב, הלואי זאל איך זיי קענען צאלן צייטלעך, אבער וואס זאל איך טון אז נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד. עס ליגט אויף מיר א שווערע לאסט צו שאפן געלט פאר זיי וועכנטליך; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין שטיצע פון אינדרויסן דארפן מיר זיך ווענדן צום אייבערשטן, און וואונדער איבער וואונדער, שוין ניין יאר - פון שנת תש"ע זייט די מוסד שטייט – האט דער אייבערשטער געהאלפן אז מיר האבן געקענט אויסצאלן די מלמדים אויף פסח נאר דורך תפלה פון אלע קינדער וואס בעטן יעדן טאג מיט די מלמדים פאר די מוסד אז מען זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע.


איך האף דו האסט זיך משתתף געווען און דו האסט נישט געלאזט די מלמדים אויסגיין ביז'ן באקומען די תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין ירושלים - (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#37 - מיין מאן איז א מלמד, דארף ער האבן אויסער דעם נאך א שיעור?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קינדער, לימוד התורה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען זייער מחזק, און פאר די הערליכע ניגונים מיט וואס מיר זענען זיך ממש מחיה.


איך בין א פרוי, און מיין מאן איז א מלמד. איך וויל זייער שטארק אז ער זאל גיין ביינאכט צו א שיעור תורה, אבער ער זאגט אז ער לערנט תורה מיט די קינדער אין חדר און ער איז שוין יוצא מיט דעם, איך ווייס אבער נישט אויב ער איז גערעכט מיט דעם.


איך וויל זייער האבן א חלק אין זיין תורה, איך שטיי אויף יעדן אינדערפרי און איך גרייט אים צו עסן און אלעס וואס ער דארף, ער זאל קענען לערנען רואיגערהייט מיט די קינדער אין חדר, איך וויל אבער אזוי שטארק אז ער זאל האבן אויך א געהעריגע שיעור אין תורה יעדע נאכט.


זאל איך אים מחזק זיין ער זאל גיין לערנען ביינאכט? און אויב יא, וואס זאג איך אים? ווי אזוי קען איך מאכן ער זאל וועלן גיין לערנען ביינאכט?


אגב, מיר ווארטן שוין דריי יאר אויף קינדער, לעצטנס האב איך אנגעהויבן מאכן אביסל התבודדות אויף דעם, איך פיר זיך צו שרייבן צום אייבערשטן, איך האב געשריבן פאר'ן אייבערשטן א דאנק בריוו אז מיר האבן נישט קיין קינדער, אבער ווען איך האב עס געוויזן פאר מיין מאן האט ער געזאגט אז ער פארשטייט דאס נישט, פארוואס זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין קינדער? מיר דארפן נאר בעטן אויף דעם. וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ריכטיגער וועג צו טון וועגן דעם.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד; אמת, ביי די וועלט איז א מלמד נישט אזא חשוב'ע שטעלע, אבער עס איז נישט אזוי. מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט און אן אחריות'דיגע ארבעט, ווייל א מלמד קען אויפהייבן קינדער און זיי אויפבויען פאר זייער גאנצן לעבן, און פארקערט אויך - ער קען נעמען א קינד און אים אזוי אראפקלאפן, אז דער קינד זאל בלייבן א צעקלאפטע נשמה אויף זיין גאנץ לעבן.


הדבר הראשון בעט איך אייך איר זאלט זיך זייער פרייען אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די זכיה צו האבן א מאן וואס איז עוסק אין אזא הייליגע ארבעט און עס זאל אייך נישט באדערן אז ער גייט נישט ביינאכט לערנען וכו'. איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים וואס זענען מלמדים ווען זיי קומען צו מיר מיט די טענה אז זיי קומען נישט אן צו לערנען זייער אייגענע שיעורים: "לערנען מיט קינדער איז מער ווי לערנען פאר זיך"; ווען מען לערנט מיט קינדער איז דאס תורה לשמה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה מט:): אויפן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז תורת חסד און וואס איז נישט קיין תורת חסד? "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹּא לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט א צווייטן - בפרט מיט ריינע קינדער תינוקת של בית רבן וואס זענען נאך לויטער און ריין - דאס איז תורה לשמה, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון אזא תורה.


דערפאר זאלט איר זיך פרייען אז אייער מאן איז זוכה צו לערנען א גאנצן טאג תורה לשמה; איר דארפט פארשטיין אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו זיצן מיט קינדער א גאנצן טאג, די גאנצע כח און מח ווערט אפגעשוואכט נאך א טאג זיצן מיט קינדער, זאלט איר אים נאר מחזק זיין און אים מכבד זיין.


בעטס דעם אייבערשטן אז ער זאל אייך געבן ערליכע קינדער. עס פעלט נישט אויס צו שרייבן פאר'ן אייבערשטן בריוון וכו'; ווען מען איז צוקריגט מיט איינעם און מען שעמט זיך צו רעדן צו יענעם הייבט מען אן מיט א בריוו, ווייל מען שעמט זיך אנצוהייבן רעדן מיט יענעם וכו', אבער מיט'ן אייבערשטן דארף מען זיך נישט שעמען צו רעדן, דעם אייבערשטן דארף מען בעטן נאכאמאל און נאכאמאל אן אויפהער, ביז ער וועט אייך העלפן.


אודאי זאלט איר אים דאנקען אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך. אז איר האט א טייערע מאן וכו', אז איר זענט ביידע געזונט וכו' און אז איר ווייסט פון הייליגן רבינ'ס עצות אז מען קען רעדן צום אייבערשטן און וואס מען דארף זאל מען זיך נאר ווענדן צו אים, אויף דעם אלעם זאלט איר אים דאנקען און נאכן דאנקען בעטס אים: "רבונו של עולם, גרויסער באשעפער, וואס דו האסט באשאפן אזא גרויסע שיינע וועלט, העלף מיר, געב מיר קינדער"; שמועסט מיט אים אזוי ווי חנה – שמואל הנביא'ס מאמע - האט געבעטן קינדער, אזוי ווי מיר געפונען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "כַּמָּה הִלְכָתָא גִּבָּרָתָא אִיכָּא לְמִשְׁמַע מֵהָנֵי קְרָאֵי דְּחַנָּה", זייער אסאך הלכות אין הלכות תפילה לערנט מען ארויס פון חנה – די מאמע פון שמואל הנביא; זי האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן ביז זי האט זוכה געווען צו אזא הייליג קינד. זי האט גע'טענה'ט מיטן אייבערשטן: "ה' צְבָאוֹת" זאגן חז"ל (ברכות, שם) אז זי האט געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט באשאפן אזא גרויסע וועלט, בעט איך דיר געב מיר א קינד", בעטס אויך אזוי דעם אייבערשטן וועט איר זען אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן.


איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב וועט איר מיר מבשר זיין א פרייליכע בשורה.

#36 - אפשר קענט איר געבן מער חיזוק פאר מלמדים?
מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד שוין עטליכע יאר, און זייט איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט, ובפרט האב איך הנאה פון די חיזוק פאר מלמדים, דאס געבט מיר מוט און שמחה זיך אפצוגעבן מיט די קינדער ווי עס דארף צו זיין, און נישט נאר איך פארדין דערפון נאר אויך אלע מיינע תלמידים פון דעם.


איך האב געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א צו רעדן מער חיזוק פאר מלמדים ביים סוף פון די גמרא שיעור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דער אייבערשטער אז ער האט מיר מזכה געווען פארצולערנען יעדן אינדערפרי א בלאט גמרא בבלי און א בלאט גמרא ירושלמי; אזוי ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט אז אלע מלמדים ביי אונז אין תלמוד תורה זיצן יעדן אינדערפרי ביים גמרא שיעור זאג איך זיי יעדן טאג אפאר ווערטער ביים סוף פונעם שיעור, אביסל חיזוק און הדרכה. אויב דער שיעור ענדיגט זיך גענוג פרי דעמאלט איז דא צייט פאר זיי צו בלייבן הערן אפאר גוטע ווערטער, אבער אז דער שיעור ציט זיך אריין ביז דער זמן וואס זיי דארפן אריין גיין אין כיתה דעמאלט גייען זיי אלע אריין אין חדר. דאס איז דער סיבה פארוואס נישט אלע שיעורים ענטהאלטן חיזוק פאר מלמדים.


אז דו ביסט א מלמד וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך אומקוקן אויף די צעבראכענע קינדער; א מלמד וואס געבט אכטונג אויף די צעבראכענע קינדער - דער איז א ריכטיגע מנהיג ישראל. חכמינו זכרונו לברכה פארציילן (מדרש שמות רבה ב, ב-ג): דוד המלך איז געווען א פאסטוך אלץ יונגער בחור און ער פלעגט שטענדיג אכטונג געבן אויף די שוואכע און יונגע שעפעלעך זיי זאלן האבן וואס צו עסן. ער פלעגט קודם ארויסברענגען די קליינע שאף צו פאשען ווייל זיי האבן נאך נישט קיין גרויסע ציין און זיי קענען נישט עסן פון די אונטערשטע חלק פון די תבואה וואס דארט איז זייער הארט, אז זיי זאלן ערשט אפ עסן די ווייכע תבואה. נאכדעם האט ער געעפנט די טיר פאר די די עלסטע שאף אז זיי זאלן עסן פון די מיטלסטע חלק פון די תבואה, נאכדעם האט ער ארויסגענומען די מיטלגארטיגע שאף וואס זיי האבן גאר שארפע ציינער און קענען עסן די הארטע תבואה און דאס אויסרייסן מיט די ווארצלען. האט דער אייבערשטער געזאגט פאר דוד: "דוד, איך זע ווי דו האסט רחמנות אויף די שעפעלעך, ביסטו ראוי צו זיין דער מנהיג ישראל", אזוי ווי עס שטייט (תהלים עח, עא): "מֵאַחַר עָלוֹת הֱבִיאוֹ, לִרְעוֹת בְּיַעֲקֹב עַמּוֹ, וּבְיִשְׂרָאֵל נַחֲלָתוֹ".


לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ צו וועלן זיין ערליכע אידן, זיי וועלן מקנא זיין די צדיקים און זיי וועלן נאכטון. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט מען אויף געפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; דורכדעם וואס מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט קינדער ווען זיי הערן מעשיות פון צדיקים ווערן זיי זייער נתעורר דורך דעם.


עס איז באוויסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנז'ער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואספארא מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#35 - ווי אזוי ערקלערט מען פאר קינדער די גמרא "ננעלו שערי תפלה"?
תפילה והתבודדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד מורי ורבי דער ראש ישיבה שליט"א,


איך רוף אייך מורי ורבי, כאטש וואס איך האב קיינמאל נישט געלערנט ביי אייך און איר קענט מיר אפילו נישט, זאלט איר אבער וויסן אז איר רעדט טאקע צו די בחורים אין ניו יארק, אבער אייער השפעה קומט אן איבער די גאנצע וועלט. די דרשות, בריוון, חיזוק יומי, האט געטוישט מיין גאנצע וועלט, מיין גאנצע שטוב איז געווארן איין שטיק אמונה אין אייער זכות. אויסער די שלום בית, לימוד התורה, און נאך פילע עצות וואס האט מיר אזויפיל געהאלפן.


איך בין א מלמד, און איך האב פארגעלערנט פאר די קינדער די גמרא אין מסכת ברכות, אז פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן איז פארשפארט געווארן די טויערן פון תפלה, אבער די טויערן פון טרערן איז יא געבליבן אפן. די גמרא איז מיר זייער שווער געווען, ווי אזוי קען מען זאגן אז ווען א איד דאווענט צום אייבערשטן זענען די טויערן צוגעשפארט פאר אים? אויב בעט ער נישט מיט טרערן וועלן זיינע תפלות נישט אנקומען צום אייבערשטן? איך וועל אייך זייער מכיר טובה זיין אויב איר וועט מיר דאס קענען קלאר שטעלן.


אגב, דער אינגערמאן וואס האט מיר געוויזן דעם ערשטן מאל א דרשה פון אייך, איז א מתנגד פון ברסלב. ער האט מיר דאס געוויזן אויף צו מאכן ליצנות דערפון, און ער האט גארנישט געכאפט אז איך וועל אנהויבן אויסהערן די שיעורים בקביעות, און דאס וועט מיר אזויפיל העלפן אין לעבן...


בהוקרה ובברכה, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד המלמד שלמה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד; עס נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי א מלמד וואס לערנט תורה ויראת שמים מיט אידישע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד. א מלמד פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד.


דאס וואס דו פרעגסט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב.): "וְאָמַר רַבִּי אֶלְעָזָר מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ נִנְעֲלוּ שַׁעֲרֵי תְפִלָּה", פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן זענען פארמאכט די טויערן פון תפילה; וויסן זאלסטו אז עס איז דא אסאך שיטות אין חז"ל, אין די מדרשים זענען דא כמה דרכים - איינער זאגט אזוי און דער אנדערער זאגט אזוי, אבער אויף יעדע זאך איז דא א פשט. חכמינו הקדושים זאגן (פסחים פה:): "אֲפִילוּ מְחִיצָה שֶׁל בַּרְזֶל אֵינָהּ מַפְסֶקֶת בֵּין יִשְׂרָאֵל לְאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", אפילו א אייזערנע וואנט איז נישט מפסיק צווישן אונז אידן מיטן אייבערשטן, נאך זאגן חז"ל (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", דוד המלך האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונזערע דורות ווען מיר וועלן זיין אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.


מיר ווייסן נאר וואס צדיקים האבן אונז געזאגט - בפרט דער הייליגער רבי - אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און זיך מתבודד זיין יעדן טאג. דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) אז ער האט געהערט פון אסאך צדיקים, אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן תפילה והתבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדן נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


עס איז נישט געווען קיין שמועס ביים רבי'ן וואס דער רבי זאל נישט רעדן צו אונז פון תפילה, אונז מחזק זיין אז מיט תפילה ווערט מען נאנט צום אייבערשטן און אז דורך תפילה קען מען געהאלפן ווערן, נישט קיין חילוק ווער עס זאל נאר זיין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וירא, א): "הֱווּ זְהִירִין בִּתְפִלָּה, שֶׁאֵין מִדָּה אַחֶרֶת יָפָה הֵימֶנָּה וְהִיא גְדוֹלָה מִכָּל הַקָּרְבָּנוֹת", דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן, זייט נזהר אין תפילה ווייל דאס איז די שענסטע זאך, און דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלע קרבנות, "וַאֲפִלּוּ אֵין אָדָם כְּדַאי לַעֲנוֹת בִּתְפִלָּתוֹ וְלַעֲשׂוֹת חֶסֶד עִמּוֹ, כֵּיוָן שֶׁמִּתְפַּלֵּל וּמַרְבֶּה בְּתַחֲנוּנִים, אֲנִי עוֹשֶׂה חֶסֶד עִמּוֹ", און אפילו א מענטש וואס איז נישט ראוי מען זאל אים העלפן און טון מיט אים חסדים, אויב ער דאווענט און בעט מיר - וועל איך אים העלפן.


פארצייל פאר די קינדער מעשיות איבער דאס גרויסקייט פון תפילה, פארצייל זיי וואס חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (מדרש דברים רבה ב, טז): עס איז געווען אמאל א שטורם ווינט אויפן וואסער, און א שיף איז פארבלאנדשעט געווארן און אנגעקומען צו א ווייטע שטאט, אויפן שיף האבן זיך געפונען איין איד מיט אסאך גוים, ווען דער שיף איז אנגעקומען צו די פרעמדע מדינה זענען אלע גוים צוגעקומען בעטן פון דעם איד ער זאל זיי גיין קויפן עסן, האט דער איד זיי צוריק געפרעגט מיט וואונדער: "איך בין דען באקאנט דא, אז איר אלע קומט מיר בעטן איך זאל קויפן עסן?" האבן די גוים געשריגן צו דעם איד און געזאגט: "א איד איז קיינמאל נישט אליין, א איד האט אייביג דעם אייבערשטן מיט זיך", פירט דער מדרש אויס: "הֲוֵי אַשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרוֹבִים אֵלָיו (דברים ד, ז)".


פאר די קינדער זאלסטו מסביר זיין וואס די ראשונים זאגן פשט אין דעם (עיין במאירי בבא מציעא נט), אז דאס מיינט נישט צו זאגן אז דער אייבערשטער הערט נישט אויס די תפילות פון אונז אידן, עס איז נאר אנדערש היינט ווי אין די צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, אז היינט דארף מען קלאפן אויפן טיר אז די תפילות זאלן ארויפגיין, מה שאין כן ווען מען וויינט דעמאלט האט דער אייבערשטער גלייך רחמנות אפילו היינט אויך, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (שמות יב:): "אָמַר רַבִּי יְהוּדָה, כָּל מִלִּין דְּעָלְמָא תַּלְיָין בִּתְשׁוּבָה, וּבִצְלוֹתָא דְּצַלֵּי בַּר נָשׁ לְקוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא, וְכָל שֶׁכֵּן, מַאן דְּאוֹשִׁיד דִּמְעִין בִּצְלוֹתֵיהּ, דְּלֵית לָך תַּרְעָא, דְּלָא עָאלִין אִינּוּן דִּמְעִין", עס איז נישט דא א זאך וואס עס נוצט נישט דערויף תשובה, בפרט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן; קיין שום טיר איז נישט פארמאכט פאר א מענטש וואס קומט צום אייבערשטן און וויינט זיך אויס צו אים.


לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ צו זיין ערליכע אידן, זיי וועלן מקנא זיין די צדיקים און זיי וועלן נאכטון די צדיקים. עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג עוסק זיין נאר אין תפילה.

#34 - א מלמד וואס האט נסיונות, מעג דען זיין א מלמד?
קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט דעם בריוו וואס איר ענטפערט פאר א מלמד וואס מוטשעט זיך מיט שווערע נסיונות, און ער האט מורא צו זיין א מלמד, און איר זאגט אים אז ער זאל ווייטער בלייבן ביי די מלומדות. דאס האט מיר זייער געשטערט, וועלכע עלטערן וואלטן דען געוואלט שיקן זייערע קינדער צו א מלמד וואס פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אפשר האסטו נישט פארשטאנען די שאלה וואס יענער מלמד שרייבט; דא רעדט מען נישט פון א מלמד וואס איז א קראנקער מענטש, וואס נעמט קינדער און טוט מיט זיי עבירות. אזא איינער - נישט נאר ער טאר נישט זיין א מלמד, ער טאר בכלל נישט זיין אויף דער פריי; א מענטש וואס לאקערט אויף קינדער וכו' דארף מען מסרס זיין און איינשפארן אין תפיסה און דארט זאל ער אויסגיין. אויף דעם איז נישט דא קיין שום רחמנות, פארקערט, אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מדרש שמואל יח, ד): "כָּל שֶׁהוּא רַחֲמָן עַל אַכְזָרִים, לַסּוֹף נַעֲשֶׂה אַכְזָר עַל רַחְמָנִים", ווער עס האט רחמנות אויף אכזרים וועט צום סוף ווערן אן אכזר אויף וועם מען דארף רחמנות האבן; ווייל די קינדער וואס פאלן א קרבן פאר די מניוולים ווערן בעלי מומין אויף א גאנץ לעבן רחמנא לצלן.


דא רעדט מען א מלמד וואס מוטשעט זיך אליינס מיט זיינע נסיונות, און ווער מוטשעט זיך נישט... שלמה המלך זאגט (משלי כ, ט): "מִי יֹאמַר זִכִּיתִי לִבִּי, טָהַרְתִּי מֵחַטָּאתִי", ווער קען זאגן אז ער איז ריין פון עבירות? אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן לט): "וְכֻלָּנוּ אֵין פָּנֵינוּ יָפוֹת כְּלָל";  אלע דארפן מיר תשובה טון.


איז דאס אליינס אז ער פרעגט און וויל זיין גוט - ווייזט אז ער קען זיין א מלמד. אזוי ווי עס איז געווען א מעשה ביים רבי'ן, אז א שוחט איז געקומען צום הייליגן רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "איך האב מורא צו זיין א שוחט", האט אים דער רבי געענטפערט: "ווער דען זאל זיין א שוחט, דער וואס ציטערט נישט?!"


דאס זעלבע איז געווען ביי רבי נתן; ער האט געפרעגט דעם רבי'ן אז מען טראגט אים אן א רבנות שטעלע, אבער ער האט מורא אז אפשר וועט ער פסק'נען נישט ווי מען דארף, האט אים דער רבי געזאגט די זעלבע זאך: "ווער דען זאל זיין א רב, דער וואס האט נישט מורא?!"


דער עיקר דארף מען נעמען מלמדים וואס האבן ריינע השקפות, זיי גלייבן אינעם אייבערשטן, זיי גלייבן אין יעדעס ווארט וואס די הייליגע חכמים זאגן אונז און גלייבן אין צדיקים פון פריערדיגע דורות; אז מען זעט א מלמד מאכט ליצנות פון ערליכע אידן, אזא איינער איז סם המות פאר קינדער, ווייל ער קען זיי פאר'סמ'ען רחמנא לצלן אויף אייביג.


אזוי אויך א מלמד וואס איז א כעסן אדער ער איז א מכנה שם לחבירו - אזא איינער טאר נישט זיין קיין מלמד, ווייל ער קען רחמנא לצלן אפ'הרג'נען גאנצע דורות מיטן שפעטן פון א קינד, אדער פון געבן א צי נאמען פאר א קינד, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נח:): "הַמְכַנֶּה שֵׁם לַחֲבֵירוֹ אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס געבט א צונאמען פאר א צווייטן וועט נישט האבן קיין חלק אין עולם הבא; ווער רעדט נאך אז דער מלמד איז א כעסן און הייבט הענט, קען ער דאך שעדיגן דעם קינד בגוף ובנפש פאר זיין גאנץ לעבן.


אז מען וויל האבן ערליכע מלמדים דארף מען טון די עצה וואס דער רבי האט אונז געגעבן; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך, חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי וִדּוּי דְּבָרִים גּוֹרְמִין שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַזְמִין מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלּוֹמְדִים בֶּאֱמוּנָה", אז מען איז זיך מתוודה צום אייבערשטן, געבט דער אייבערשטער גוטע און ערליכע מלמדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן גוטע מלמדים פאר אונזערע קינדער און זען פון זיי אסאך נחת, אמן.