תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, א גרושה, איך זוך יעצט א פרישע שידוך אבער ס'גייט נישט אזוי גרינג.
איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'טאר זיך נישט צופיל וועלן ביי א שידוך, מ'טאר נישט אפזאגן שידוכים ווייל ס'פאסט מיר נישט אזוי שטארק, איך ווייס אבער נישט ווי ווייט דאס גייט, דארף איך פארקוקן אפילו אויף רוחניות'דיגע זאכן, אויב ער איז נישט אזוי ערליך, אדער נאר פארקוקן אויף גשמיות'דיגע זאכן, ווי יחוס כבוד און געלט? אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען קלארשטעלן אויף וואס דארף מען יא פארקוקן און אויף וואס נישט.
אויך וויל איך וויסן ווי אזוי צוצוגיין צו א שידוך וואס מ'טראגט אן, מוז עס גיין דוקא דורך א שדכן, אדער מעג איך אליין רעדן מיט'ן מדובר, ווייל אלס גרושה איז נישט אייביג גרינג צו גיין דורך א שדכן, איז אויסגעהאלטן אליין צו רעדן מיט דעם וואס מ'טראגט אן, און נישט גיין דורך א שדכן?
דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.
א גרויסן יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן און נישט זיין קלויבעריש.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ב): עס איז געווען א מלך וואס האט געבויט פאלאצן ביים ים וכו', דער מלך האט נישט געהאט קיין ווייב – זאגט דער רבי – ווייל ער האט זיך נישט געקענט אויסקלויבן; די וואס ער האט געוואלט האט אים נישט געוואלט און אזוי אויך פארקערט, די וואס האבן אים געוואלט האט ער נישט געוואלט, דא איז דער רבי מרמז אז מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו זיין קלויבעריש, נאר אראפ גיין א שטאפל און חתונה האבן.
דער עיקר דארף מען קוקן אויף ערליכקייט; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז'): א מענטש וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן איז ערגער פון א חי', ווייל אז א מענטש לעבט נישט מיט יראת שמים איז ער מסוגל צו הרג'נען א צווייטן, אזוי ווי אברהם אבינו האט געזאגט פאר אבימלך (בראשית כ, יא): "כִּי אָמַרְתִּי רַק אֵין יִרְאַת אֱלֹקִים בַּמָּקוֹם הַזֶּה וַהֲרָגוּנִי"; ווייל א מענטש אן יראת שמים איז נישט קיין מענטש.
יעקב אבינו האט נישט געוואלט געבן זיין טאכטער דינה פאר עשיו הרשע און דערפאר האט ער באקומען אן עונש. זאגט מוהרא"ש, יעקב אבינו איז ענדערש גרייט געווען צו באקומען אן עונש ווי איידער געבן זיין טאכטער פאר עשיו הרשע; ווייל די הייליגע חכמים זאגן אונז (פסחים מט:): "כָּל הַמַשִׂיא בִּתּוֹ לְעַם הָאָרֶץ כְּאִילוּ כּוֹפְתָהּ וּמַנִּיחָהּ לִפְנֵי אֲרִי", אויב איינער מאכט חתונה זיין טאכטער צו אן עם הארץ איז כאילו ער בינדט זיין טאכטער און לייגט איר פאר א לייב; ווייל איינער וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטער איז מסוגל צו שלאגן און הרג'נען די ווייב.
בנוגע צי איר זאלט גיין דורך א שדכן אדער אליינס רעדן וכו'; ווי אזוי עס קומט אייך אויס גרינגער זאלט איר טון. דער עיקר זאלט איר זייער אכטונג געבן פון דער פיינט וואס רופט זיך: "צייט", אזוי ווי דער מאמר החכם לויטעט: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד"; אז מען וויל נישט אוועק לייגן די גאוה, נאר מען קלויבט זיך און מען קלויבט זיך, איז ביז מען כאפט זיך איז מען שוין פארעלטערט וכו'.
דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט בקרוב טרעפן א שידוך און מיר מבשר זיין א גוטע בשורה.