תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל אנהויבן צו ארבעטן אויף מיר, אויף שמירת עינים, שמירת הברית, און אויף שמירת הדיבור. איך שפיר אז איך וועל נישט קענען טון אלעס אויף איין מאל, וויל איך וויסן מיט וואס איך זאל קודם אנהויבן.
א גרויסן יישר כח.
יוסף
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד יוסף נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
שמירת עיניים, שמירת הברית און שמירת הדיבור זענען נישט דריי באזונדערע זאכן נאר דאס אלעס איז שמירת הברית; זיך היטן די אויגן און זיך היטן פון רעדן ניבול פה - דאס אלעס איז שמירת הברית, איינס ברענגט דאס צווייטע; אז מען היט זיך נישט די אויגן פאלט מען נאכדעם אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן און נאכדעם רעדט מען ניבול פה. אז דו ווילסט אנהייבן לעבן אן ערליכע לעבן גייט דאס אלעס צוזאמען; דער יסוד פון אן ערליכער לעבן איז שמירת הברית, און מען קען נישט זיין אפגעהיטן בקדושת הברית נאר אז מען האט הייליגע אויגן און א ריינע מויל.
זאג נישט אז דו קענסט נישט טון אלעס אויף איין מאל, ווייל א מענטש האט שטענדיג א בחירה אפילו ווען עס קוקט אים אויס אז ער קען זיך נישט אפטיילן פון זיינע שלעכטע מעשים. א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה"? עס איז דאך אוממעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיר נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.
לייג זיך אריין אין אמונה וועסטו זיך קענען מתגבר זיין אויף דיין יצר הרע. ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ער ווייסט אז עס איז (ישעיהו ו, ג): "מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער איז איבעראל; דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים וועט ער זיך היטן די אויגן, און אז מען האט ריינע אויגן מען קוקט נישט קיין זאכן וואס דער אייבערשטער לאזט נישט קוקן ווערט מען אפגעהיטן פון פגם הברית און אזוי האט מען א ריינעם דיבור.
זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאג די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר העלפן זיך מתגבר זיין אויף די קליפה וואס איז מכשיל דעם מענטש אין פגם הברית. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.