תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א בחור, 17 יאר אלט, איך וויל פרעגן דעם ראש הישיבה אויף דעם בריוו פון א בחור וואס פרעגט וועגן זאגן תיקן הכללי אויף מוציא זיין זרע לבטלה, צי דאס העלפט אויך אויף טון עבירות מיט א פרעמדע בחור (משכב זכר), אדער עס העלפט נאר אויף מוציא זיין זרע לבטלה? אויב עס העלפט נישט, וואס קען יא זיין א תיקון אויף דעם?
אהרן
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת מקץ - חנוכה, ד' דחנוכה, כ"ז כסליו, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד הבחור אהרן נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה איז זייער הארב, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. און עס איז "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.
עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד): ווי מער א מענטש איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט ער אפגעשוואכט און פארעלטערט, מען פארלירט די כוחות, אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערן אים אפגעשוואכט, עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פונעם קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפן מענטש; זעט מען פון דעם וואס די עבירה ברענגט אויפן מענטש בגשמיות.
אין זוהר הקדוש שטייט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז עס העלפט נישט קיין תשובה אויב מען זינדיגט אין פגם הברית; דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור, און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן. האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט".
דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט, און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; מען זאל דערציילן פארן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל דער מענטש מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה.
דערפאר טייערער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, און זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגע באשעפער ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך האלט אין איין אראפפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דער לעבן איז מיר נמאס", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.
זאג יעדן טאג דעם "תיקון הכללי"; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ); דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים, דארף שוין גארנישט זארגן; דאס העלפט אויף אלע עבירות.
ליידער רעדט מען נישט צו קינדער און צו בחורים זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון עבירות, אפילו די מלמדים וואס רעדן שוין יא, רעדן זיי נאר בדרך רמז. רוב בחורים פארשטייען נישט וואס זיי רעדן, און נאכדעם פאלן זיי אריין אין עבירות בלא יודעים. זאג פארן אייבערשטן: "וואס זאל איך טון אז איך בין אראפ געפאלן אין אזא עקעלדיגע עבירה מיט אן אנדערע בחור, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז די ערגסטע זאך אויף דער וועלט, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז אויב מען גייט מיט א צווייטע בחור וכו' פארלירט מען דער וועלט און אויך יענע וועלט, הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ווערן צוריק געזונט, איך זאל נישט טראכטן פון טון עבירות מיט א צווייטער בחור".
איך האף אז דו וועסט פאלגן דעם רבינ'ס עצות, וועסטו האבן א גוט לעבן. אויב אבער דו וועסט נישט תשובה טון אויף די עבירה, וועט זיין זייער ביטער דיין סוף. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "אָסוּר לְלַמֵּד זְכוּת עַל זֶה שֶׁעָבַר עַל מִשְׁכַּב זָכָר", מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף א מענטש וואס טוט די עבירה; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות פדיון שבויים, סימן ו): "בַּעֲווֹן מִשְׁכַּב-זָכָר נִתְפָּס בִּתְפִיסָה", ווער עס טוט די עקעלדיגע עבירה, וועט צום סוף אנקומען אין תפיסה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה.