שאלה אין קורצן ענין
#1 - אויף לערנען האב איך שוין אן עצה, איז דא אן עצה אויך פאר דאווענען?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע שיעורים און עצות, וואס העלפן מיר אזויפיל ארויס אין לעבן. איך האב ברוך ה' אנגעהויבן לערנען תורה נאך א דאנק דעם סדר דרך הלימוד, און איך גיי שוין ענדיגן בקרוב צום ערשטן מאל אין לעבן גאנץ ששה סדרי משנה.


אבער כאטש וואס אין לערנען בין איך געהאלפן געווארן, בין איך אבער נאך זייער שוואך אין דאווענען, איך מוטשע זיך זייער שטארק מיט'ן דאווענען, אפשר איז דא עפעס א סדר דרך התפלה פון רבי'ן? עפעס אן עצה ווי אזוי צו קענען דאווענען מיט געשמאק? איך שפיר ממש א ביטערן טעם ווען מ'הויבט נאר אן דאווענען, פארוואס איז דאס אזוי?


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה און דו גייסט יעצט מסיים זיין דעם ערשטן מאל אין דיין לעבן "ששה סדרי משנה"; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אלע ברכות וואס ליגט אין די תורה.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות ראש חודש, הלכה ה, אות כט): 'תורה' ווערט אנגערופן 'רחל', און 'תפילה' ווערט אנגערופן 'לאה'; ער טייטשט אויס מיט דעם דער פסוק (בראשית כט, יח): "וַיֶּאֱהַב יַעֲקֹב אֶת רָחֵל", א איד האט ליב צו לערנען תורה ווייל מען זעט דאס שיינקייט פון תורה; ווען מען ענדיגט לערנען א מסכתא זעט מען וואס מען האט אויפגעטון, מען קען דאס אנכאפן וכו', אבער ביי לאה שטייט (בראשית כט, יז): "וְעֵינֵי לֵאָה רַכּוֹת", לאה'ס שיינקייט זעט מען נישט אן; קיינער ווייסט נישט וואס פאסירט מיט די תפלות וואס מען בעט דעם אייבערשטער, וואו די תפילות גייען וכו', ווייל תפילה איז א באהאלטענע זאך, אזוי ווי עס שטייט (דברים כט, כח): "הַ'נִּסְתָּרֹת לַ'ה' אֱ'לֹהֵינוּ", דאס איז די ראשי תיבות לא"ה; תפילה איז פארהוילן פון אלעמען, נאר דער אייבערשטער זעט די תפילות וואס מיר דאווענען, דעריבער כאפן זיך מענטשן שטערקער צו צו לערנען ווי צו דאווענען און מען איז מזלזל אין תפילה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יב, ט): "כְּרוּם זֻלֻּת לִבְנֵי אָדָם", און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "אֵלּוּ דְּבָרִים הָעוֹמְדִים בְּרוּמוֹ שֶׁל עוֹלָם, וּבְנֵי־אָדָם מְזַלְזְלִין בָּהֶם", ווי רש"י זאגט מיינט דאס תפילה; תפילה איז פון די זאכן וואס איז די העכסטע זאך אויף דער וועלט אבער מענטשן זענען אין דעם זייער מזלזל.


אבער א מענטש וואס לעבט מיט אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, דעמאלט וועט ער זיכער בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס ער דארף, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


אויף דעם אליינס דארף מען אויך מתפלל זיין, אז מען זאל זוכה זיין צו בעטן יעדע זאך פונעם אייבערשטן. מען זעט ווי דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים כז, ד): "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי", רבונו של עולם איך בעט דיר איין זאך, איך זאל מיין גאנץ לעבן נאר גיין צו דיר, זיך נאר ווענדן צו דיר, איך זאל לעבן מיט אמונה אין דיר; אזוי דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן (אסתר ה, ז): "שְׁאֵלָתִי וּבַקָּשָׁתִי" איך בעט דיר אז איך זאל קענען בעטן און דאווענען.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, אזוי וועל איך האבן חשק צו דאווענען צו דיר.


רבונו של עולם איך ווייס נישט וואס צו טון; עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, טרינקען טרינקט זיך, אבער וואס זאל איך טון אז עס דאווענט זיך נישט? וואס זאל איך טון אז איך האב נישט קיין געדולד צו דאווענען? דאווענען איז מיר ממש אן אפקומעניש, העלף מיר איך זאל דיר שפירן, איך זאל האבן א קלארע אמונה אז עס איז מלא כל הארץ כבודו, דעמאלט וועל איך דאווענען און לערנען אזוי ווי עס דארף צו זיין", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביז דו וועסט זוכה זיין צו שפירן אלע זיסע טעמים אינעם דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.