תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב אביסל א הייקעלע שאלה צו פרעגן, איך האב נישט וועם דאס צו פרעגן, און איך מיין אז דער ראש ישיבה שליט"א איז די ריכטיגע אדרעס וואו דאס צו פרעגן.
איך האב ברוב רחמיו וחסדיו פונעם אייבערשטן חתונה געמאכט צוויי טעכטער אין ווייניגער פון א יאר, ברוך השם זייער פיינע שידוכים, איך האב אבער לעצטנס באקומען עפעס אזא געפיל אז עס איז געווארן א שטילע קנאה צווישן זיי ביידע, איך קען עס עפעס נישט אנטאפן פונקטליך, אבער אזוי שפיר איך.
עס זעט מיר אויס ווי זיי פרובירן זיך זייער שטארק אהערצושטעלן, אדער צו אויסשטעכן די אויגן, איך ווייס אויך נישט פונקטליך וואס, איך האף אז איך בין זיך גוט מסביר; דער פרובירט צו כאפן יענעמ'ס אויג, און דער אנדערער פארקערט, און איך האב מורא אז עס גייט צווישן די מענער, דער שלעפט זיין ווייב אהער און דער אהין, כאילו צו זיין מער אהערגעשטעלט.
איך געדענק פון אלס יונגערמאן ווען איך האב מיטגעהאלטן אזא ענליכע מעשה מיט א משפחה מיינע, און צום סוף האט זיך עס געענדיגט זייער שלעכט, ביידע האבן נעבעך געדארפט זיך גט'ן רחמנא ליצלן.
איז דא עפעס וואס איך קען טון דאס אפצושטעלן, אדער בכלל צי אויסגעפונען אויס דאס איז וואר אדער גאר א דמיון, און אזוי איז ביי די יונגע?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאס בעסטע וואלט געווען אז דו זאלסט דאס דורכשמועסן פערזענליך מיט דיין רבי, דיין מורה דרך, און ער וועט דיך העלפן מיט דעם.
דער עיקר זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו חתונה מאכן דיינע קינדער, אין איין יאר האסטו חתונה געמאכט צוויי קינדער; דאס איז דאך די גרעסטע רייכטום.
דאנק און לויב דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער עפנט זיך אין הימל א טיר פאר ישועות. דער הייליגער רבי נתן זאגט, ווען מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער כביכול אין הימל פאר די מלאכים: "קוקט דעם מענטש, ער דאנקט מיר און ער לויבט מיר, איך וועל אים געבן אזויפיל גוטס, אסאך מער וויפיל ער האט, אסאך מער וויפיל עס קומט אים, ער זאל מיר נאך מער דאנקען", און אזוי זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, אז ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, ער דערציילט פאר יעדן איינעם די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים - וועט אים דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.