שאלה אין קורצן ענין
#31 - ווי אזוי גיי איך צו א שידוך אן פחדים?
שידוכים, ספיקות, שמחה, תודה והודאה, פחדים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא די ווערטער אויסצודריקן מיין דאנק אויף די עצות און הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויפיל סבלנות דער ראש ישיבה שליט"א האט צו ענטפערן אויף יעדן איינעמ'ס שאלות.


איך וויל שוין א כלה ווערן, מען טראגט יעצט אן א שידוך, אבער איך האב פשוט מורא צוצוגיין, איך בין פול מיט פחדים וואס וועט זיין נאכדעם, איך בין אינגאנצן צעמישט וועגן דעם. ווי אזוי קען איך וויסן אויב ער איז טאקע א גוטער בחור? מיין שוועסטער האט זיך גע'גט, און דאס מאכט מיר טראכטן אויף נישט א גוטע וועג, ווער ווייסט צי איך וועל יא מצליח זיין? ווער ווייסט צי איך וועל זיך נישט דארפן גט'ן שפעטער?


איך האב פשוט מורא צו אויסהערן א שידוך, כאטש וואס מען זאגט מיר צו אז עס א גוטע זאך, עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן, בלייב איך אבער מיט פחדים, און צוליב דעם זאג איך אפ אזויפיל גוטע פארשלאגן פאר שידוכים.


איך דאווען און איך וויין צום אייבערשטן זייער אסאך, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו וויינען, איך ווייס אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס. איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה און הדרכה אין דעם, עס איז פשוט א שאלה פון פיקוח נפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט אייך א שידוך - זאלט איר חס ושלום דאס נישט אפזאגן, גייט מיט שמחה צום שידוך און דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


צעברעכט זיך נישט און דערשרעקט זיך נישט מיט די שלעכטע מחשבות וואס דער סמ"ך מ"ם פארדרייט אייך, אלע שלעכטע מחשבות איז פון די קליפות, פון די סטרא אחרא. דער הייליגער זוהר (תיקונים תיקון כא, בסופו) רופט אן די שלעכטע מחשבות 'חיות טמאות, חיות טורפות', פארציקנדע חיות וואס פארציקן דעם מענטש מיטן דערשרעקן מיט זאכן וואס איז דמיונות.


ווי שרעקעדיג קען חתונה האבן זיין אז די תורה געבט דאס פאר די ערשטע מצוה?! אז דער אייבערשטער זאגט מען זאל חתונה האבן - קען עס נישט זיין שרעקעדיג; די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין נישט חתונה געהאט, אויך זאגן די הייליגע חכמים (יבמות קיח:): "טב למיתב טן דו, מלמיתב ארמלו", עס איז בעסער צו זיין חתונה געהאט ווי זיין אליין.


געענדיגט מיט וויינען, ווער דארף יעצט וויינען? גייט צום שידוך מיט שמחה, גייט צום שידוך מיט תפילה, און מיט תודה והודאה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - מעג איך בעטן דעם אייבערשטן פאר א מיידל?
קינדער, תפילה והתבודדות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' א שטוב מיט אינגלעך, מיין ווייב וויל אבער זייער שטארק אויך האבן א טאכטער, מעג מען מתפלל זיין אז די קומענדיגע קינד זאל זיין א מיידל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו בעטן אז די קומענדיגע קינד זאל זיין א מיידל; נישט נאר דו מעגסט בעטן, נאר דו זאלסט בעטן; בעט דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דו ווילסט און אויף אלעס וואס דו דארפסט - וועסטו זען ישועות.


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און אויף דיינע זין. דאנקען דעם אייבערשטן ברענגט ניסים למעלה מדרך הטבע; ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, מען דאנקט אים אויף די לעבן - עפנט דער אייבערשטער אויף אן אוצר אין הימל, עס קומט אויפ'ן מענטש חסדים שלא על פי דרך הטבע.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - מעג איך ליינען א גוי'אישע בוך פאר מיין דייעט?
רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, דייעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין איבערוואג אויף א שטארקע פארנעם, איז בין ממש צוגעקלעבט צו עסן, ווען איך זע עסן ווער איך ממש פארגליווערט, איך קען נישט הערן און זען עפעס אנדערש, און איך עס איבער די מאס.


איך האב זיך שטארק געמוטשעט מיט דעם פראבלעם, און איך בין געגאנגען צו א געוויסע פראגראם וואס העלפט מיט דעם פראבלעם אויף א געוויסע שיטה. איך דארף אבער ליינען א דיקער גוי'אישער בוך פון די פראגראם, כדי צו קענען מיטהאלטן. מעג איך דאס ליינען?


איך שפיר אז דאס זייער וויכטיג פאר מיין געזונט, פיזיש און גייסטיש, און אויך פאר מיין מאן און קינדער, מיין מאן האט מיר געזאגט אז ער זעט אז איך בין געווארן מער רואיג זייט איך האב אנגעהויבן גיין אויף דעם פראגראם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו גיין אויף א גוטע דייעט, עס איז א מצוה אכטונג צו געבן אויף די געזונט. די תורה זאגט אונז (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם", מען דארף היטן אויפ'ן געזונט; אז מען איז איבערוואגיג קען דאס ברענגען נישט גוטע זאכן.


בנוגע די דייעט וכו'; געבט אכטונג פון גוי'שע פאנטאזיעס, די בעסטע פראגראם איז אז מען עסט געזונט, מען עסט מיט א סדר יעדן אינדערפרי, נאכמיטאג און ביינאכט. נעמט די ברסלב'ער פראגראם, מוהרא"ש ענטפערט פאר א פרוי וואס וויינט אז זי הערט נישט אויף צו עסן און וויפיל זי מאכט אפ צו גיין אויף א דייעט - פאלט זי אלץ דורך, און איר מאן טשעפעט איר אז זי איז גראב.


מוהרא"ש זאגט (שאלות ותשובות ברסלב): "בוודאי את צריכה לדעת שריבוי אכילה וכו' בא מיאוש, וכשמתייאשים מהחיים וחושבים שאין לי כבר שום תקוה, זה מה שמכניס באדם תאוה לאכול ולאכול ולאכול ולהשמין ולהשמין וכו' וכו'", וויסן זאלסטו, ווען מען ווערט צעבראכן, מען איז דעפרעסט, מען זעט נישט קיין האפענונג - דאס מאכט מען זאל עסן און עסן, עס שלעפט אריין אין א תאווה, מען עסט און מען עסט, מען ווערט גרעבער און גרעבער, "אבל כשאדם תמיד שש ושמח ושולט על עצמו, על ידי זה הוא נפטר מכל הבעיות", אבער א פרייליכער מענטש קען זיך באהערשן, דער האט נישט קיין פראבלעמען.


נעמט די ברסלב'ער פראגראם, די ברסלב'ער דייעט; הויבט אן ארבעטן אויף שמחה, זוכט אויף נאך און נאך זאכן אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן. דאס וועט אייך אויפבויען, איר וועט ווערן שטארק, איר וועט זיך קענען באהערשן. די גוי'שע פראגראם קען טאקע העלפן פאר די זאך, אבער עס קען אמאל אראפשלעפן אין אנדערע פראבלעמען השם ישמרינו.


בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די יצר הרע וואס מאכט מיך דעפרעסט, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, עסן מיט א סדר. איך וויל זיין געזונט, איך וויל אויסזען גוט, איך וויל נישט זיין איבערוואגיג. הייליגער באשעפער, דו האסט אונז מגלה געווען דורך די הייליגע צדיקים אז אלע פראבלעמען קומען פון עצבות, פון נישט זיין פרייליך, בעט איך דיר, העלף מיר איך זאל פון יעצט זיין זייער זייער פרייליך, איך זאל געדענקען אז דו ביסט דא, דו מאכסט אלעס און דו ביסט אלעס, גארנישט פאסירט פון זיך אליינס, העלף מיר מיין אמונה זאל זיין שטארק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#28 - ווי אזוי קען מען פארלירן וואג גרינגערהייט?
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, דייעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות, איך בין זיך ממש מחיה.


איך דארף אן עצה אויף א דייעט, איך ווער פעשער פון טאג צו טאג, איך קען זיך נישט צוריק האלטן פון עסן, און איך וויל נישט גיין צו א גוי'אישער דייעטישן, איך וויל קענען עסן נארמאל און זיך צוריק האלטן פון איבריגע עסן, און אזוי אפפאלן פונט. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן א תפלה אויף דעם, צו בעטן דעם אייבערשטן זיך צו קענען צוריק האלטן פון עסן איבריג, און פארלירן וואג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס בעט איך דיר זייער זאלסט נישט קוקן אויף זיך שלעכט, דיין פראבלעם איז א קליינע פראבלעם; דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און שטארק, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן אפעטיט צו עסן; בסך הכל ביסטו אביסל איבערוואגיג, דאס איז נישט געפערליך.


די וויכטיגסטע זאך איז צו זיין פרייליך און צופרידן, זיך איבערגעבן אין דעם אייבערשטנס הענט; ווען מען איז פרייליך קומט אלעס אן גרינג, מען ווערט געזונט, מען עסט געזונט; שמחה איז א רפואה פאר אלסדינג.


אז עס שטערט דיר דאס אז דו ביסט איבערוואגיג - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם בתמימות ובפשיטות. דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א חבר; נישט קיין חילוק וואס מען דארף, צי דאס איז א גרויסע פראבלעם אדער א קלייניקייט וואס שטערט וכדומה, אויף אלעס דארף מען בעטן נאר דעם אייבערשטן.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט זיין געזונט, זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט, בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין געזונט, איך זאל עסן געזונט, די עסן זאל זיך פארדייען געזונטערהייט, עס זאל מיר זיין גרינג דאס גיין און קומען, עס זאל מיר אנקומען גרינג זיך צו באוועגן.


רבונו של עולם, איך האב שוין פרובירט אלע סארט מיטלען אבער גארנישט ארבעט זיך אויס, עס ארבעט נישט מיט מיר. איך הייב אן אכטונג געבן וואס איך עס, אבער גלייך דערויף פארליר איך זיך און איך נעם צו מער און מער וואג, עס ווערט מיר אלעס זייער שווער. רבונו של עולם עס זעט אויס ווי דאס איז א קינדערישע זאך אויף וואס צו בעטן, אבער פאר מיר איז דאס זייער וויכטיג; עס איז מיין געזונט, עס איז מיין באוועגונג; העלף מיר איך זאל זיך קענען באהערשן, איך זאל עסן נאר געזונט און נישט מער וויפיל איך דארף, העלף מיר טאטע איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל דיר קענען דינען מיט שמחה און ליבשאפט".


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן 'שמחה' און 'תפילה' - וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - ווי אזוי איז מען זוכה צו נאך קינדער?
רפואה, קינדער, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, איך בין זיך ממש מחיה.


איך וויל פרעגן אן עצה וואס מ'קען טון געהאלפן צו ווערן מיט נאך קינדער. איך האב ב"ה איין קינד, פיר יאר אלט, אבער איך וויל זייער שטארק נאך קינדער. איך האב געוויסע פראבלעמען, און איך בין שוין געווען ביי גוטע דאקטורים, עס האט אבער נישט צופיל געהאלפן, און איך וויל נישט נעמען צופיל רפואות פון זיי ווייל כ'האב מורא ס'וועט מיר שאטן. איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר נאך קינדער, און איך וועל זיך פרייען צו באקומען עצות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די נסים וואס ער טוט מיט אייך, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך ניסים. בפרט אז איר האט שוין א קינד, זאלט איר נישט אויפהערן לויבן דעם אייבערשטן אויף אייער טייערע קינד וועט איר זוכה זיין צו נאך קינדער.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא", אזוי ווי עס שטייט (תהלים קנ, ו): "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם זאל מען לויבן דעם אייבערשטן; די ראשי תיבות פון כֹּ'ל הַ'נְּשָׁמָה תְּ'הַלֵּל איז נוטריקון דער הייליגן נאמען פונעם אייבערשטן, דעם שם פון ת'כ'ה'; מיר זאגן יעדן טאג ביי שמונה עשרה: "הַטּוֹב שִׁמְךָ וּלְךָ נָּאֶה לְהוֹדוֹת", און די סופי תיבות פון וּלְ'ךָ נָּאֶ'ה לְהוֹדוֹ'ת איז אויך נוטריקון דער הייליגן שם, און אויפ'ן שטערן פון משיח איז אויפגעקריצט דעם שם פון ת'כ'ה', אזוי אויך באטרעפט תכ"ה וויפיל משיח בן דוד מיטן כולל, מיט דעם שם פון ת'כ'ה' וועט משיח מכניע זיין אלע רשעים.


אז איר וועט יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן וועט איר זוכה זיין צו נאך קינדער, אן קיין רפואות און אן קיין דאקטורים.


 

#26 - מיין לעבן איז איין שטיק צרות, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, צרות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא די ווערטער צו באדאנקען, און ס'איז נישטא דאס געלט צו באצאלן, פאר אייער געטריישאפט צו אידישע קינדער. דער אייבערשטער זעט אלעס און ער וועט אייך זיכער באצאלן.


יעצט צו מיין שאלה, איך בין א מיידל פון זייער א צעפארענע צעפראסקעטע שטוב. מיינע עלטערן האבן נישט קיין שלום בית, מיר האבן א נישט געזונט קינד, ס'איז נישטא קיין געלט אין שטוב, מיין מאמע שרייט אסאך אויף מיר אין פארנט פון אנדערע מענטשן, פרעמדע מענטשן האבן מיר געוואלט שלעכטס טון, מיינע ברידער שלאגן מיר כסדר און יעדע פאר טעג דארף איך אנטלויפן פון שטוב, און צו דעם אלעם איז מיין טאטע לעצטנס קראנק געווארן און ליגט אין שפיטאל. איך האב נישט קיין זיידע באבע צו וועמען איך קען גיין, מיין סעמינאר האט זיך פארמאכט, איך האב נישט קיין נארמאלע פלאץ וואו צו זיין, און מיין לעבן איז אינגאנצן חרוב. שבת דארף איך זיך אליין צושטעלן, און ניטאמאל עסן האב איך נישט געהאט.


איך בין זיך מחזק מיט א זאך וואס איינער האט מיר אמאל געזאגט אז דער אייבערשטער שלאגט נישט צוויי מאל, און אויב לייד איך אזויפיל צרות אלס מיידל, וועט מיר מסתמא גיין גוט נאך די חתונה. איך בין אבער נישט זיכער אויב דאס איז טאקע אמת, ווייל למעשה ווייסן מיר דאך אז יעדער דארף ליידן, און אפשר וועל איך ווייטער האבן צרות נאך די חתונה אויך?


איך מוז האבן חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן, מיין הארץ איז שוין זייער שוואך פון אזויפיל צרות און יסורים טאג טעגליך, און איך האף זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קצד): "אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים, אַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵטִיב עִמָּנוּ", נאך אלע יסורים וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש געבט דער אייבערשטער אויך אסאך גוטע זאכן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ רוֹצִים לְהַקְטִין אֶת הַיִּסּוּרִים", נאר דער מענטש אליינס וויל זיך נישט גרינגער מאכן מיט'ן אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. אפילו מען גייט אריבער באמת שווערע ביטערע יסורים, "אֲבָל נֶגֶד דְּבֵקוּת אֶחָד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַה שֶּׁזּוֹכִין לְאֵיזֶה בְּחִינָה שֶׁל דְּבֵקוּת בְּמַחֲשָׁבָה אוֹ בִּבְחִינָה אַחֶרֶת", אבער ווען דער מענטש ווערט נענטער דורך דעם צום אייבערשטן ער הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן, "כָּל הַיִּסּוּרִים אֵינָם כְּלוּם נֶגֶד זֶה", איז אלע יסורים גארנישט אנקעגן דעם, "וְעַל יָדָם בְּעַצְמָם מִתְקָרְבִים וּמִתְדַּבְּקִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווייל דורך דעם ווערט א מענטש נענטער צום אייבערשטן. "כִּי נוֹטְלִין מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת גּוּפִי, מִי נוֹטֵל מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת? הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ! אִם כֵּן אֲנִי נִדְבָּק בּוֹ יִתְבָּרַךְ", מען הייבט אן פארשטיין 'ווער מאכט מיר די אלע ווייטאג? ווער נעמט מיר אוועק מיין געזונט? דער אייבערשטער אליינס ברענגט מיר דאך די יסורים, אויב אזוי ווער איך נענטער צו אים. "וְכֵן כְּשֶׁלּוֹקֵחַ חַס וְשָׁלוֹם, אֵיזֶה בֵּן. מִי לוֹקֵחַ? הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ! אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עַתָּה הוּא סָמוּךְ יוֹתֵר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בָּעוֹלָם הַבָּא סְמוּכִין יוֹתֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אויב חס ושלום מען פארלירט א קינד און מען הייבט אן פארשטיין 'ווער האט דאס מיר אוועק גענומען? דער אייבערשטער', אויב אזוי ווער איך דאך נענעטער צו אים, עיין שם.


אז איר ווילט אביסל חיזוק זאלט איר אריין קוקן אין צוואת מוהרא"ש, וועט איר אנדערש רעדן און טראכטן. איך ברענג אייך אראפ א שטיקל וואו מוהרא"ש שרייבט וועגן זיינע יסורים וואס ער האט געליטן אין זיין לעבן און ער בעט זיך ביי אונז אלע מיר זאלן אננעמען באהבה ווען עס גייט אריבער אויף אונז יסורים:


צוואת מוהרא"ש, אות יד:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין שׁוּם גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג מַמָשׁ גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דָאס אִיז וָואס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע פִילֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא, תֵצֵא): "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחֲזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי, וָאֶתְחַנַּן): "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבְיִסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס יָא אָפְּמֶעקְן זַיינֶע עֲבֵירוֹת".


נאך אזעלכע ווערטער קוקט מען שוין אנדערש אויף די וועלט; מען הייבט אן זען וואס מוהרא"ש איז אריבער געגאנגען אין לעבן און מיט דעם אלעמען האט ער זיך מחזק געווען און מחזק געווען די גאנצע וועלט, ער האט אריין געבלאזן אין אונז א גייסט מיר זאלן וועלן לעבן און מיר זאלן מאכן אנדערע זאלן לעבן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער האט דאס אלעס געקענט טון נאר ווייל ער האט גענומען דעם רבינ'ס עצות בתמימות ובפשיטות, ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן.


דעריבער אז איר ווילט ארויס גיין פון אייערע צרות זאלט איר פאלגן דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות, געוואוינטס זיך צו צו אויסשמועסן אייער הארץ מיט'ן אייבערשטן.


זוך אויף דאס גוטס פון אייער לעבן; הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס וואס איר האט און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל אייך גרינגער ווערן דאס לעבן. איינמאל איר וועט אריין נעמען דעם אייבערשטן אין אייערע פראבלעבן וועט אלעס זיין גרינגער, אזוי ווי דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט נאכן באגלייטן זיין זון הרב הצדיק רבי מאיר נתן זכרונו לברכה, אז ווען א מענטש כאפט א קלאפ אין רוקן און ווען ער דריידט זיך אויס זעט ער אז זיין ליבער חבר האט אים געגעבן דעם קלאפ טוט עס נישט וויי, מען נעמט דאס ווי א פריינדליכע באגריסונג, האט דער הייליגער צאנזער רב אויסגעפירט: "איך האב געכאפט א קלאפ, מיין זון איז נפטר געווארן אזוי יונג, אבער איך געב א קוק: 'ווער קלאפט מיר? דער אייבערשטער אליינס', דערפאר טוט עס נישט וויי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - ווי אזוי דאנק איך אויף א ישועה, ווען דער אייבערשטער אליין האט מיר דאך געברענגט די צרה?
צרות, קשיות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פארשטיי נישט פארוואס מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, דער אייבערשטער האט דאך געשיקט די אידן קיין מצרים, ער וואלט דאך נישט געדארפט שיקן די אידן אהין, און אזוי וואלט ער זיי נישט געדארפט ארויסנעמען.


איך פארשטיי אז מ'קען נישט פארשטיין די וועגן פון באשעפער, אבער בעיקר שטערט מיר מיין אייגענע גלות, די צרות אין וואס דער אייבערשטער האט מיר אריינגעלייגט, ווי אזוי קען איך דאנקען דעם אייבערשטן ווען איך גיי ארויס פון מיינע צרות, ווען ער איז דאך געווען דער וואס האט געברענגט אויף מיר די צרות?


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ערקלערן, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר, י"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלעס קענען מיר פארשטיין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י.): "בְּהֲדֵי כַּבְשֵׁי דְּרַחְמָנָא לָמָה לְךָ?" מיר קענען נישט פארשטיין ווי אזוי דער אייבערשטער פירט דער וועלט, מיר דארפן אים דינען געטריי אפילו מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט.


ווען עס גייט אריבער צרות דארפן מיר שרייען צום אייבערשטן אזוי ווי די אידן האבן געטון אין מצרים, זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן ער זאל זיי ראטעווען. און ווען דער אייבערשטער העלפט אז מען גייט ארויס פון די צרות דארף מען אים דאנקען פאר דעם אזוי ווי די אידן האבן געזינגען שירה אויף די אלע ניסים. אזוי דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אונז.


בנוגע די צרות וואס גייען אריבער אויף דיר השם ישמרינו; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער ברענגט נישט קיין שום שלעכטס אויפ'ן מענטש אומזיסט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ה:) אז רב הונא האט געהאט א גרויסער שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לְעַיֵּן מַר בְּמִילֵיהּ", ער זאל זיך נאכקוקן זיינע מעשים אויב ער האט איינעם שלעכטס געטון און ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן. האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מִי חַשִׁידְּנָא בְּעֵינֵייכוּ", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "וּמִי חָשִׁיד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט? אז דער אייבערשטער האט דיר געברענגט שלעכטס איז דאס נישט אומזיסט. און די גמרא פירט אויס אז מען האט אים פארגעהאלטן אויף א געוויסע זאך און ער האט תשובה געטון דערויף און נאכדעם ער איז צוריק רייך געווארן.


אז דו גייסט אריבער שווערע צרות איז דאס נאר דיר צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו", אז מען זעט זיך פול מיט יסורים דארף מען תשובה טון, איבער בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט אים דערצערנט און זיך איבער געבן צו אים. חכמינו הקדושים זאגן אונז (פסיקתא רבתי, פרק מז): "אַשְׁרֵי אָדָם שֶׁנָּגְעוּ בּוֹ יִסּוּרִין, וְכָבַשׁ רַחֲמָיו וְלֹא קָרָא תִּגָּר", וואויל איז פאר'ן מענטש וואס ער ווערט געפייניגט מיט יסורים און ער האט נישט קיין טענות צום אייבערשטן. ער ווייסט אז דאס איז פאר זיין גוט'ס, אים אויפצוהייבן העכער אויף א העכערע מדריגה.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים, בפרט אין די הייליגע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף א פשוט'ע שפראך פאר אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן פארשטיין וואס דער רבי זאגט. דעמאלט וועסטו שוין נישט האבן די נארישע קשיות און שאלות אויף די אמונה, די אמונה וועט ביי דיר ווערן אזוי קלאר און דו וועסט צו קומען צו אזא שכל צו וויסן אז דו ווייסט גארנישט, "כִּי תַּכְלִית הַיְדִיעָה אֲשֶׁר לֹא נֵדַע (חיי מוהר"ן, סימן רפג)"; דאס איז דער עיקר צו וואס א מענטש דארף צו קומען - צו וויסן אז ער ווייסט גארנישט.


אבער צו דעם קען מען נישט צו קומען נאר אז מען ווערט מקורב צו א צדיק אמת, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן. אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט א אמונה ברורה ומזוככת.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", ווען מען לערנט דעם ספר פון א צדיק טרעפט מען דארט דעם פנים, שכל און פארשטאנד פונעם צדיק; אז דו וועסט לערנען דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זוכה זיין צו וויסן אז דו ווייסט גארנישט און עס וועט לייכטן אויף דיר די ליכט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - מ'זעט דאך יא אין רבינ'ס ספרים אז מ'זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף א צרה?
אומאן, שידוכים, חסידות ברסלב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון ארץ ישראל, איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, דאס געבט מיר א וועג צו לעבן מיט'ן אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב געהערט ביי די שיעורים אז ס'איז נישטא קיין מקור אינעם רבינ'ס ספרים אז מ'זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף א צרה, איך האב יא געטראפן אין ליקוטי הלכות (הלכות פריקה וטעינה ד אות יד) וואס רבי נתן שרייבט דארט בזה הלשון: "כִּי בֶּאֱמֶת אִם הָיוּ הַכֹּל שׁוֹמְעִים לְקוֹל הַצַּדִּיקֵי אֱמֶת לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ זֶה לְהַאֲמִין תָּמִיד בַּה' יִתְבָּרַךְ שֶׁהַכֹּל לְטוֹבָה וְלִתֵּן שֶׁבַח וְהוֹדָיָה תָּמִיד לַה' יִתְבָּרַךְ בֵּין בְּטוּבוֹ בֵּין בְּעָקוֹ כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב, בַּה' אֲהַלֵּל דָּבָר בֵּאלֹקִים אֲהַלֵּל דָּבָר, בְּוַדַּאי הָיוּ מִתְבַּטְּלִים כָּל הַצָּרוֹת וְכָל הַגָּלֻיּוֹת לְגַמְרֵי וּכְבָר הָיְתָה גְּאֻלָּה שְׁלֵמָה.", אויך ווערט געברענגט אין די גמרא (תענית ח'.) "כל השמח ביסורין שבאים עליו, מביא ישועה לעולם", וואס קען מען זאגן אויף דעם?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי האט געהייסן אז מ'מוז קומען צו אים אויף ראש השנה, און די זעלבע איז ביי פרויען אז זיי קענען שיקן זייערע מענער אויף אומאן, וואס זאל אבער טון א מיידל וואס האט נאכנישט וועמען צו שיקן קיין אומאן, ווי אזוי קען זי אויספירן דעם רבינ'ס רצון אין דעם ענין?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז איבעריג צו שרייבן איבער דעם לעצטיגן קאפ פארדרייעניש, וואס מענטשן זאגן נאך בשם דעם רבי'ן אז ווען מען האט א צרה זאל מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די צרה און דאס איז דער וועג ארויס צו גיין פון די צרה; דאס איז אנטקעגן די תורה, און בכלל איז נישט דא וואס צו שרייבן אויף דעם.


קוקטס אריין אין רמב"ם (פרק א' מהלכות תעניות, הלכה א) וואו עס איז מבואר אז עס איז א מצות עשה אין די תורה צו שרייען און וויינען צום אייבערשטן ווען מען האט לא עלינו א צרה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליינס; ווען א מענטש האט א חולה אין שטוב דארף ער וויינען און שרייען צום הייליגן באשעפער; אז א מענטש האט נישט קיין קינדער דארף ער טון וואס יצחק אבינו האט געטון (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", און וואס חנה - שמואל הנביא'ס מאמע - האט געטון (שמואל-א א, י; יב): "וַתִּתְפַּלֵּל עַל ה' וּבָכֹה תִבְכֶּה וגו', וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה' וגו'".


אז א מענטש האט נישט קיין שלום בית דארף ער וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים ליכטיג מאכן אין שטוב, ווער עס זאגט אנדערש איז א חסר דעה. ווער עס פארקויפט פאר מענטשן מען זאל דאנקען א שעה אויף א צרה, צום ביישפיל אויב איינער האט נישט קיין קינדער זאל ער זאגן במשך א שעה יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז איך האב נישט קיין קינדער", אזא איינער מאכט חוזק פונעם אייבערשטן, חוזק פון די תורה און חוזק פון די הייליגע חכמים.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות נד.): "חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה כְּשֵׁם שֶׁמְּבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן ווען עס קומט אויף אים שלעכטס אזוי ווי ער דאנקט אויף גוטס, און א מענטש דארף גלייבן אז אלעס וואס פאסירט מיט אים - סיי גוטס און סיי שלעכטס  - אלעס קומט פונעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז דער אב הרחמן וואס וויל נאר טון גוטס מיטן מענטש, און אז עס האט פאסירט א צרה איז דאס נאר פאר די טובה פונעם מענטש, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיטן אנדערן שותף מיטנעמענדיג אלע סחורה און דער מענטש מיטן צעבראכענעם פיס איז אונטער געבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן אנטקעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיהו יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


דער רבי איז מסביר ווי אזוי עס ארבעט ידיעה און בחירה וכו'; פון איין זייט דארף מען דאך וויסן: "שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ", אז אלעס וואס פאסירט מיטן מענטש איז פאר זיין טובה וועגן, און אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א פונקטליכע השגחה וכו', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ, זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא", ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז פאר זיין טובה - דאס איז עולם הבא; אבער פון די צווייטע זייט דארף מען וויסן אז דער מענטש האט א בחירה, ער קען בעטן פונעם אייבערשטן וואס ער וויל, אויף יעדן פרט ופרט; ווי אזוי ארבעטן אבער די צוויי זאכן צוזאמען? איז דער רבי מסביר אז ווען א מענטש איז מקדש די שבעה נרות, ער הייליגט זיינע אויגן, אויערן, נאז און מויל דעמאלט איז ער זוכה צו האבן א ריינע מח ביז עס איז אים שוין נישט שווער די קשיא פון ידיעה און בחירה, ער ווייסט אז מען דארף בוחר זיין אין ידיעה צו וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא).


תפילה איז נישט קיין סתירה צו אמונה; אפילו ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען נאך אלץ ווייטער גלייבן אז אלעס איז לטובה, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי עקיבא זאגט (ברכות ס:): "לְעוֹלָם יְּהֵא אָדָם רָגִיל לּוֹמַר כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן שטענדיג: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; ווען א מענטש נעמט דאס אריין אין זיך, ער לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים קומט פונעם אייבערשטן און דאס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה, דער מענטש לעבט שוין יעצט אין 'גן עדן', אזוי ווי די גמרא פארציילט די מעשה (שם) אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט און קיינער האט אים נישט געוואלט אריין נעמען געבן אן אכסניא, מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט פארלוירן, נאר ער האט געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, און ער איז געגאנגען איבער נעכטיגן אין וואלד; ער האט געהאט מיט זיך אן אייזל, א הינדל מיט א ליכט, פלוצלינג איז געקומען א ווינט און פארלאשן די ליכט, מיט דעם האט זיך דער הייליגער תנא רבי עקיבא נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, עס גייט אריבער אפאר מינוט און עס קומט א לייב און פארציקט דעם אייזל, מיט דעם אלעם האט זיך דער הייליגער תנא רבי עקיבא נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, נאכדעם איז געקומען א קאץ און האט פארציקט דאס הינדל, מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, שפעטער הערט ער א געשריי און זעט ווי רויבערס קומען צו גיין אריין אינעם שטאט וואו קיינער האט אים נישט געוואלט ארייננעמען, און הרג'ענען אויס די גאנצע שטאט, האט ער געזען די חסדים פונעם אייבערשטן קלאר מיט זיינע אויגן; ער האט שוין פארשטאנען פארוואס קיינער פון שטאט האט אים נישט אריין גענומען, און פארוואס דער אייזל און דער הינדל מיט די ליכט זענען אוועק גענומען געווארן פון אים, אלעס כדי אים צו היטן פון די רויבערס.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז א מענטש וואס געפונט זיך אין א צרה זאל נישט בעטן ארויס צו גיין פון די צרה; אדרבה, ווען א מענטש גייט אריבער צרות ויסורים איז די איינציגסטע עצה ארויס צו גיין דערפון - דורך בעטן דעם אייבערשטן, אבער אסאך מאל איז דער מענטש אזוי צעבראכן פון דאס וואס גייט אריבער אויף אים אז ער האט נישט קיין ווערטער וואס צו בעטן פון גרויס עצבות ומרירות וכו', איז די עצה אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. עס איז כדאי דורך צו לערנען אין ליקוטי הלכות (ליקוטי הלכות יורה דעה, כלאי בהמה הלכה ד', אות ד, ה, ו) וואו ר' נתן רעדט ארום פון דעם באריכות, אז ווען א מענטש זעט ווי ווייט ער איז פונעם אייבערשטן און ווי שווער עס גייט אים - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ער מוטשעט זיך מיט פרנסה וכו', זאל ער זוכן עפעס גוטס וואס צו דאנקען דערויף דעם אייבערשטן, אזוי וועט ער זיך נאכדעם קענען גוט אויסגיסן זיין הארץ און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים העלפן.


בנוגע אומאן וכו'; עס איז נישט שייך פאר מיידלעך צו קומען קיין אומאן אום ראש השנה; וואו מען געפונט זיך איז מען זיך פון דארט מקשר צום הייליגן רבי'ן. יעדער איד וואס גלייבט אינעם רבי'ן איז צוגעבינדן צום רבי'ן און ער איז זוכה צו אלע תיקונים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין צו שיקן אייער מאן און קינדער קיין אומאן יעדע יאר ראש השנה.


 

#23 - כ'בין שוין א חתן, ווי אזוי רעד איך יעצט ווייטער צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א יישר כח פאר די הערליכע דרשות, נישטא קיין ווערטער אייך צו באדאנקען.


געלויבט דער באשעפער אז איך בין א חתן געווארן למזל טוב, ביז יעצט האב איך נישט אויפגעהערט צו בעטן דעם אייבערשטן פאר א שידוך, איך האב געוויינט און פארפירט צום אייבערשטן אויף דעם. יעצט אבער, ווען איך בין שון א חתן געווארן, וואלט איך געדארפט האלטן אין איין דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים, אבער יעצט האב איך שוין דעם שטארקן געפיל צו דאנקען און דאנקען די גאנצע צייט אזוי ווי איך האב געבעטן אזוי סאך פאר דעם.


יישר כח.


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע ערליכע שטוב און דו זאלסט שטענדיג געדענקען די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר און וואס ער טוט מיט דיר.


יעצט אז דו האסט שוין דיין שידוך ביסטו שוין רואיג, ווייל ווען מען טרעפט א שידוך ווערט מען רואיג. דאס איז דער לשון פון 'שידוך' אזוי ווי דער תרגום זאגט אויפן פסוק (שופטים ג, ל): וַתִּשְׁקֹט הָאָרֶץ – "וּשְׁדוֹכַת אַרְעָא". ממילא איז יעצט די צייט אז דו זאלסט אנהייבן לערנען שיעורים כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). זע צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה וכו'; אז דו וועסט יעצט אנהייבן צו לערנען וועסטו אויך לערנען שפעטער נאך די חתונה, און אז דו וועסט לערנען נאך די חתונה וועלן דיינע קינדער אויך לערנען, און דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב לשם ולתפארת.


ביז יעצט האסטו געבעטן נאר פאר א שידוך, יעצט אז דו ביסט א חתן געווארן דארפסטו מתפלל זיין פאר געזונט, פרנסה, קינדער און נחת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם; תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", צען מאס רעדן איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין האבן גענומען די פרויען און די איבעריגע איז געגאנגען פאר די גאנצע וועלט. מוהרא"ש זאגט אויף דעם זייער א שיינעם פשט. ביז מען טרעפט א שידוך האט מען נאר איין זאך אויף וואס צו מתפלל צו זיין, דאס הייסט איין קב תפילה, ווייל דער עיקר בעט מען פאר א שידוך, אבער ווען מען טרעפט שוין די שידוך דעמאלט האט מען די אייגענע קב און די ניין קבים פון די פרוי, צוזאמען האט מען אלע צען קבים. ווייל דעמאלט הייבט מען אן צו בעטן פאר זיך און פאר די ווייב און קינדער, און אזוי ווייטער.


ברסלב'ער חסדים פירן זיך יעדן צופרי גלייך ווען זיי שטייען אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף זייער שידוך, זיי זאגן: "רבונו של עולם, איך לויב דיר און איך דאנק דיר אז איך האב חתונה געהאט". און יעדעס יאר ווען עס געפאלט דעם טאג וואס מען האט חתונה געהאט, פירט מען זיך צו זאגן הלל (אן א ברכה), מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסד וואס דער אייבערשטער האט געטון אז מען האט געטראפן א שידוך; דאס איז שעשוע עולם הבא, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אופצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים, אמן.

#22 - איך בין ב"ה געהאלפן געווארן, יישר כח
תפילה והתבודדות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א


דא שרייבט צו אייך דער אינגערמאן וואס האט געשריבן דעם בריוו מיט'ן קעפל "מיר ווילן האבן נאך קינדער".


עס איז שוין אריבער אביסל מער פון א חודש זייט איך האב אייך געשריבען מיט מיין צובראכן הארץ דעם דאזיגען בריוו, אין איר האט מיר ווארעם מחזק גיווען און מיר געשריבן: "הער נישט אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר דיין קינד, וועסטו בקרוב זוכה זיין צו גרויסע ניסים. איך ווארט צו הערן פון דיר ווי דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן". דעריבער שפיר איך יעצט א חוב ווען איך האב א פרייליכע און א גליקליך הארץ אייך מבשר צו זיין די גוטע בשורה וואס איר ווארט צו הערן...


א גרויסן יישר כוח פאר די בריוו, און אזוי אויך אויף אלע חיזוק הדרכות און עצות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר אז עס איז דא גוטע נייעס ביי אייך וכו'.


ביי דיר איז ממש מקוים געווארן וואס דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: "קוקט אן דעם איד, ער דאנקט און לויבט מיר, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט", און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט זיך נישט אויף אפצורעדן, זאגט ער: "איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט"; דערפאר זאלסטו נישט אויפהערן צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער האט געטון מיט דיר. דאנק אים אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט א לעכטיג קינד און יעצט ווארט איר שוין וכו', אזוי וועט דער אייבערשטער טון מיט דיר וואונדערליכע ניסים.


איך בין דיר זייער דאנקבאר אז דו האסט מיר מבשר געווען די גוטע בשורה; הלואי זאלן אלע צוריק קומען פארציילן די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט זיי. ווען א מענטש איז אין א צרה קומען ער זיך אויסגיסן דאס הארץ און בעט עצות, אבער ווען מען ווערט געהאלפן פארגעסט מען צו דערציילן וכו'.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען רופט אים זאגן אז מען איז אין שפיטאל און מען דארף א ישועה, די פרוי איז א מקשה לילד, אבער ווען זי האט דאס קינד רופט מען נישט אן זאגן די גוטע בשורה און ער זיצט א גאנצע נאכט און איז מתפלל וכו' בשעת די ישועה איז שוין דא. דערפאר דאנק איך דיר אז דו ביסט געקומען דערציילן די גוטע בשורה.


איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר אייך.

#21 - פארוואס שטערט מיר אז מיין ווייב לעקט די פינגער?
שלום בית, שמחה, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח הייליגער באשעפער, דער הייליגער רבי, רבי נתן, מוהרא"ש, און דער ראש ישיבה שליט"א, פאר מיין הערליכע לעבן, נחת, שלום בית, און נאך אזויפיל גוטע זאכן.


איך האב ברוך ה' זייער שטארק ליב מיין ווייב, איך האב איין זאך וואס טוט מיר זייער שטארק וויי, אז נאך אסאך בעטן שטערט מיר נאכאלץ אז מיין ווייב לעקט איר פינגער, אלעס ווערט נאס פון די נאסע פינגער, און יעצט מיט די איידימער אינדערהיים שטערט עס מיר נאך מער.


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי ארויס צו ווארפן דעם שטן פון אונזער שטוב. איך האב צו שטארק ליב מיין ווייב, איך קען זיך נישט ערלויבן אז די שלום בית זאל חס ושלום ווערן צעשטערט. איך ווייס עס איז נאריש, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי ארויסצוקריכן פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווענדט זיך וויפיל די ווייב איז ווערד; אויב איז זי טייער און באליבט - מאכן די זאכן נישט אויס, עס מאכט נישט קיין חילוק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נה, ח): "אהבה מקלקלת את השורה", ליבשאפט שטופט אוועק אלעס; זאכן באדערן נישט.


די בעסטע עצה איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט; אז מען האט א ווייב, מען האט קינדער, מען מאכט חתונה קינדער, דער אייבערשטער מאכט אזויפיל גוטס. עס דארף דיר נישט באדערן די זאכן, דער רבי האט געזאגט: "אויב באדערן, באדערט מיר אסאך זאכן, באדערט מיר גארנישט"; מען דארף זוכן די מעלות פון זיך און פון יעדן איינעם.


דער עיקר זאלסטו זיין פרייליך, וועסטו האבן א גוטע שלום בית. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מי ששמח תמיד, הוא מצליח", ווער עס איז שטענדיג פרייליך - איז מצליח; מען האט א גוטע שלום בית.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - ווי אזוי פירט מען זיך זייענדיג ביי די שוויגער אינדערהיים?
שלום בית, שווער און שוויגער, קינדער, תפילות אויף אידיש, דרך ארץ, מדות טובות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס ווארט אויף א שמחה קיין עין הרע, מיר האלטן ביים ערשטן קינד מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומוצלחת, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גייט מיין ווייב קימפעטן ביי מיין שוויגער און מיר גייען זיך אריינציען צו מיין שוויגער אינדערהיים פאר א שיינע פאר וואכן; וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר צוגרייטן ווי אזוי מען פירט זיך אויף ווען מען וואוינט ביי די שוויגער, בכלל ווי אזוי מ'דרייט זיך ארום אין די הויז, צי קען מען זיך דרייען מיט נאכט קליידער, און ווי אזוי מען רעדט מיט די שוויגער אז מען באגעגנט זיך אזויפיל מאל, און אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים אויף קול ברסלב, און ספעציעל פאר די שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט פאר אינגעלייט יעדן דאנערשטאג נאכט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, מען גרייט זיך אויף א שמחה; וויפיל משפחות שטייען און ווארטן עס זאל זיי שוין ליכטיג ווערן, זיי זאלן זוכה זיין צו קינדער; וויפיל עלטערן וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז זייערע חתונה געהאטע קינדער זאלן שוין זוכה זיין צו קינדער, און אז מען איז זוכה, מען גייט האבן א קינד - דארף מען טאג און נאכט זאגן: "שכוח אייבערשטער, איך דאנק דיך אייבערשטער, ביסט אזוי גוט צו מיר אייבערשטער", און בעטן פאר אידישע קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו קינדער און צו נחת פון די קינדער.


אז דיין ווייב'ס עלטערן נעמען דיך אריין פאר אפאר וואכן - דארפסטו זיי זייער דאנקען. ווען דו קומסט אהיים צו זיי זאלסטו זיי גרוסן און זאגן שכוח, קיינמאל נישט אריינקומען אן קלאפן, און ווארטן מען זאל דיר עפענען; אפילו מען מאכט דיר שפירן היימיש וכו' - זאלסטו זיך פירן מיט דרך ארץ.


ווען דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו זען צי דו קענסט עפעס העלפן, ווי למשל ארויס טראגן די מיסט וכדומה לזה. אזוי אויך, ווען מען געבט דיר עסן זאלסטו זיך באדאנקען אויף די עסן. דריי זיך נישט ארום מיט די נאכט קליידער, פיר זיך אויף אזוי ווי מען פירט זיך אין די פרעמד, און אפילו זיי וועלן דיר באקוועם מאכן און דיר זאגן זאלסט זיך פירן היימיש, זאלסטו זיי באדאנקען אבער זיך ווייטער פירן מיט דרך ארץ. א שוויגער גריסט מען, און אז מען פרעגט שאלות ענטפערט מען, מען פירט זיך מיט שכל און מיט יראת שמים.


קוק אוועק אויף דיינע באקוועמליכקייטן, און אז עס איז דיר באקוועמער צו זיין אין דיינע אייגענע ד' אמות - זאלסטו געדענקען אז א קימפעטארין דארף זיך אפרוען, בפרט ביי די ערשטע קינד דארף מען האבן די מאמע זיך אפצורוען, זאלסטו נישט זאגן און אויך נישט מרמז זיין אז עס איז דיר נישט אזוי באקוועם, זאלסט זיך פרייען אז דיין ווייב קען זיך אפרוען, און ווען עס וועט קומען די צייט וועסטו צוריק אהיים גיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - וויפיל נאך דארף איך וויינען און בעטן פאר א שידוך?
שידוכים, תפילה והתבודדות, תודה והודאה, וויינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן פון שידוכים, און איך ווארט אויף ניסים און ישועות. איך ווייס אז נאר דער אייבערשטער קען מיר העלפן, מיין ישועה איז נישט געוואנדן אין קיינעם אויסער אים, און מיין הילף וועט נאר קומען פון דעם וואס איך וועל נאכאמאל און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן, נאכאמאל וויינען צום אייבערשטן, ווייל נאר ער האט אמת'דיג רחמנות אויף מיר.


יעצט אין חנוכה, א צייט פון ניסים למעלה מדרך הטבע, איך ווייס אז יעצט דארף איך נאך מער בעטן און בעטן און איינרייסן הימלען, איך בעט און איך וויין און איך בין מתפלל, צומאל שפיר איך אבער אז עס איז מיר שוין צו שווער מתפלל צו זיין, שוין גענוג, איך האב שוין פארגאסן צופיל טרערן, ווי אזוי קען איך נאך וויינען? וויפיל קען איך נאך בעטן אזוי סאך? הייליגער באשעפער, גענוג, איך בעט דיר, העלף מיר שוין, ברענג מיר שוין מיין ישועה!


ווי אזוי קען מען אזויפיל בעטן א גאנצן צייט און זיך נישט מייאש זיין, ווען עס איז מיר אזוי שווער?


איך ווייס אז צום סוף וועט מיר דער אייבערשטער העלפן, איך האף בקרוב, אבער דערווייל איז מיר נאך אזוי שווער, כאטש וואס איך ווייס אז דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפלה, און איך וועל נאך זען גרויסע ישועות.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן עפעס חיזוק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער וואס בחורים און מיידלעך גייען אריבער ביים ווארטן אויף זייער שידוך, קיינער האט נישט קיין אנונג פון די צער און ווייטאג וואס זיי שפירן יעדע מינוט און יעדע רגע. זייער גוט אז איר רעדט זיך אויס צום אייבערשטן, איר וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, איר גייט מיט די וועג פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט די עצה פון התבודדות, מען זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אויף די מאמע לשון, אין א פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט, דערציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, ברוחניות ובגשמיות, דערציילן ווי שווער עס איז צו זיין אליין און ווי שטארק מען וויל שוין אויפגעראכטן ווערן מיטן טרעפן א שידוך.


אבער מען דארף וויסן אז דאס רעדן, שמועסן און וויינען צום אייבערשטן אליין - איז נישט גוט, מען מוז דאס טון אינאיינעם מיט תודה והודאה; שטענדיג ווען מען בעט אויף א צרה, ווען מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן - מוז דאס גיין אינאיינעם מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב), דאס רעדן צום אייבערשטן איז ווי א שארפע שווערד וואס האט צוויי שארפן, וואס זענען די צוויי שארפן? פון איין זייט דאנקט מען און מען לויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט שטענדיג מיטן מענטש, און פון די אנדערע זייט איז דא דאס בעטן דעם אייבערשטן, און דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות נחלות, הלכה ד), אז די ביידע זאכן גייען אינאיינעם, און עס קען נישט גיין באזונדער, ווייל נאר אז מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - האט מען כח צו בעטן אויף ווייטער, דורך תודה והודאה ווערט דער סמ"ך מ"ם פארברענט, דער סמ"ך מ"ם וויל נאר מחליש דעת זיין, ער זאגט: "וואס האסטו צו דאווענען? וואס האסטו צו בעטן? מען הערט דיך נישט אויס, דו ווערסט סיי ווי נישט געהאלפן, א שאד די תפילות" וכו' וכו', אבער אז מען דאנקט און מען לויבט אויף די שטענדיגע חסדים - ווערט מען שטארק אז מען קען יא פועל'ן ביים אייבערשטן.


מהיום והלאה זאלט איר נאר וויינען צום אייבערשטן אינאיינעם מיט דאנקען און לויבן; הויבט אן מיט תודה והודאה און ענדיגט מיט דאנקען און לויבן, און אינדערמיט זאלט איר זיך גוט אויסוויינען פאר אלעס וואס איר דארפט, וועט איר זען וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#18 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך אין אזעלכע שווערע מצבים?
התחזקות, שלום בית, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז ברוך ה' אן עובד ה', אן אמת'ער עובד ה', אבער מיט דעם אלעס איז ער זייער געטריי און גוט און וואויל. יישר כח אייבערשטער אז איך האב גוט חתונה געהאט, איך דאנק דעם אייבערשטער פאר דעם.


מיין מאן גייט יעצט אריבער א שווערע תקופה, און ער דארף שלאפן זייער אסאך כדי ער זאל זיך קענען אויסהיילן זיין נפש, ברוך ה' אז עס איז מטופל ביי ערליכע אידן, אבער מיר איז עס ביטער ביטער שווער, און עס גייט נאך נעמען וואכן, און איך שפיר אז איך בין נישט מסוגל עס אריבערצוטראגן, איך האב נישט קשיות אויפ'ן אייבערשטן, אבער פארוואס פונקט פאר מיר און פאר מיין מאן?


מיין מאן דארף יעצט פון מיר אסאך הילף און חיזוק, און געווענליך איז ער דער וואס איז מחזק אין שטוב, און עס איז מיר זייער שווער אז די מצב איז יעצט פארקערט. איך קען נישט, איך קען טאקע נישט, איך בין צו קליין פאר אזעלכע זאכן, און ברוך ה' אז מען איז אפגעשוואכט פון שמחות, מען איז פארנומען מיט די קינדער, און דאס אליין איז שוין שווער, און מיין טאטע און מיין מאמע האלטן אז איך מוז ממשיך זיין מיין לעבן און גיין צו די ארבעט, און אזויפיל זאכן וואס איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו דערהאלטן מיט דעם.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר וואס צו זאגן? אן עצה, עפעס חיזוק, ווייל איך בין זייער צעבראכן און צעשאסן פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אזא צער פון וואס עס גייט אויף אייך אריבער, עס רייסט מיר מיין הארץ פון וואס איר מאכט מיט, איך בעט אייך זייער דערהאלט אייך מיט אלע כוחות.


איין עצה איז דא, איר זאלט יעדן טאג אוועק געבן אפאר מינוט פאר תודה והודאה, איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אייך. ערשטנס אז איר האט אן ערליכער מאן אן עובד השם, און פאר דעם וואס ער גייט יעצט אריבער, אז דאס איז נאר אן איבערגאנג, עס איז מיט גרויסע חסדים, ער וועט צוריק ווערן געזונט און שטארק, דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער, און דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע קלוגע עלטערן וואס שטארקן אייך צו האלטן די שטוב און נישט עס צעברעכן.


תודה והודאה איז אזוי וואונדערליך, ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען געזונט פיזיש און גייסטיש, מען באקומט פרישע כוחות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן ברענגט אויף די וועלט כוחות פון עולם הבא, פון גן עדן; מען זעט ניסים ונפלאות.


איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער, איר זענט יונג און מען פרובירט אייך אויס מיט אזא שווערע נסיון, אבער וויסן זאלט איר, עס איז נאר אן אריבערגאנג, און אז איר וועט זיך דערהאלטן, איר וועט ווייטער פירן די שטוב, איר וועט ווארטן מיט סבלנות - וועט קומען א שנעלע ישועה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - איך קען נישט מער, זאל איך אנטלויפן?
אומאן, שלום בית, תהלים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, פרנסה, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל ווי איך קען נישט מער, איך וויל ארויסטשעקן, איך גיי וואוינען אליין.


איך האב זייער ליב מיין ווייב, אבער איך האב נישט קיין געלט צו צאלן די גראסערי, מיין אינגל גייט באקומען פיאות, איך דארף קויפן ציצית און קאפל, און איך האב נישט קיין פרוטה.


אפשר זאל איך וואוינען אליין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, נישטא וואו צו אנטלויפן, אין איין פלאץ קענסטו אנטלויפן: "אנטלויף צום אייבערשטן"; גיי אין א ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים פאר פרנסה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך דארף פרנסה, איך האב נישט קיין געלט צו קויפן עסן פאר מיין ווייב און קינדער", נאר דאס וועט דיר העלפן.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביי רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, אמאל איז געווען ביי אים די מצב אזוי ווי ביי דיר, זייער ענג, ער האט נישט געהאט צו געבן פאר די קינדער קיין עסן, האט ער געטראכט ער וועט פארן קיין אדעסא וואו עס וואוינט זיין פעטער א גרויסער גביר, דער פעטער וועט אים זיכער ארויסהעלפן.


ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דינגען א פערד און וואגן קיין אדעסא, האט ער זיך ארויסגעלאזט צופיס, ווען ער איז אנגעקומען קיין אדעסא, קלאפט ער אריין צו זיין פעטער, קומט איינער צום טיר און פרעגט: "ווער איז דארט?" ענטפערט ער: "נחמן פון טולטשין!" ער קומט אריין, דער פעטער געבט אים א קאלטע שלום עליכם, און זאגט אים: "אנטשולדיגט, איך קען נישט רעדן יעצט", און ער מאכט צו די טיר.


רבי נחמן טולטשינער האט שיער גע'חלש'ט, ער איז געווארן זייער צעבראכן, אויפן וועג אהיים האט ער זיך זייער צואוויינט צום אייבערשטן און ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, איך שעם זיך פון דיר פארוואס איך האב זיך פארלאזט אויף מיין רייכער פעטער פון אדעסא און נישט אויף דיר, זיי מיר מוחל אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל אייביג געדענקען אז נאר דו קענסט מיר העלפן, און איך זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם".


שפעטער האט ער דערציילט פאר זיין רבי, רבי נתן - די מעשה, זאגט אים רבי נתן: "אז מען האט א צרה פארט מען קיין אדעסא?! אז מען האט א צרה פארט מען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן".


לויף נישט אוועק פון דיין ווייב און קינדער, אוועק לויפן וועט דיר נישט העלפן, דוד המלך זינגט אין תהלים (תהילים קלט, ו-יב): "פְּלִיאָה דַעַת מִמֶּנִּי נִשְׂגְּבָה לֹא אוּכַל לָהּ, אָנָה אֵלֵךְ מֵרוּחֶךָ, וְאָנָה מִפָּנֶיךָ אֶבְרָח", עס איז מיר א וואונדער ווי א מענטש קען טראכטן ביי זיך אז ער קען אנטלויפן פונעם אייבערשטן, "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם שָׁם אָתָּה", ווייל אז איך וועל ארויפגיין אין הימל - ביסטו דארט רבונו של עולם, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ", אז איך וועל זיך באהאלטן אין תהום - ביסטו ווייטער דארט רבונו של עולם, "אֶשָּׂא כַנְפֵי שָׁחַר אֶשְׁכְּנָה בְּאַחֲרִית יָם, גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", איך וועל אנטלויפן צו א ווייטע לאנד אריבער דעם גרויסן ים - דארט ביסטו אויך רבונו של עולם, "וָאֹמַר אַךְ חֹשֶׁךְ יְשׁוּפֵנִי וְלַיְלָה אוֹר בַּעֲדֵנִי, גַּם חֹשֶׁךְ לֹא יַחְשִׁיךְ מִמֶּךָ, וְלַיְלָה כַּיּוֹם יָאִיר כַּחֲשֵׁיכָה כָּאוֹרָה", איך וועל מיר באהאלטן אין די פינסטערניש - דארט ביסטו אויך רבנו של עולם, ביי דיר איז נישט קיין חילוק צי עס איז טונקל צו ליכטיג; איז ווי קען מען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן?!


נעם א תהלים און זינג צום אייבערשטן, דאנק אים פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר און אויך בעט אים פאר א נס, פאר פרנסה; וועסטו זען אז גרויסע ניסים וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - פארוואס טוט מיין ווייב גארנישט אינדערהיים?
שלום בית, רפואה, סבלנות, קינדער, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס שוין נישט וואס צו טון, איך קען שוין מער נישט אנגיין אזוי. מיין ווייב טוט גארנישט אינדערהיים, אבער ממש גארנישט, זי ליגט נאר א גאנצן טאג אין בעט און שלאפט. איך גיי צו די ארבעט, און ווען איך קום אהיים קען איך זיך ניש אפרוען, איך דארף אויפרוימען די הויז, וואשן די געשיר, וואשן די וועש, צוזאמלייגן די וועש, אלעס מסדר זיין, ווייל מיין ווייב וויל גארנישט טון; די פראבלעם איז אבער אז דאס איז וואס שטערט מיך נאך די ווייניגסטע.


עס שטערט מיך אז איך שפיר נישט אז איך האב בכלל א ווייב, קוים קוים וואס זי רעדט צו מיר אפאר ווערטער, זי וויל בכלל נישט שמועסן און פארברענגען מיט מיר, זי ווילן נאר שלאפן און שלאפן טאג און נאכט. איך וויל ארויסגיין מיט איר עסן אין א רעסטוראנט, אין זי האלט נישט ביים ארויסגיין, שוין עטליכע חדשים וואס מיר זענען נישט ארויסגעגאנגען עסן.


איך בין זייער צעבראכן און איך שפיר אז איך קען נישט ווייטער אזוי אנגיין. איך ווייס נישט אויב דאס איז ווייל מיר ווארטן א שמחה ברוך ה', טייל זאגן אז דאס מאכט איר אזוי אפגעשוואכט, אבער אנדערע זאגן אז עס דארף נישט גיין אזוי ווייט אז זי זאל ממש גארנישט טון, נאר שלאפן טאג און נאכט.


איך ווייס נישט וואס צו טון און וואס צו טראכטן, איך האב ממש נישט קיין ווייב. שבת ווען מיר גייען עסן צו מיינע עלטערן זאגט זי מיר שוין אינמיטן די סעודה אז זי וויל שוין יעצט אהיימגיין, זי האט שוין נישט קיין כח מער. און אויב בעט איך איר צו ווארטן ביז סוף סעודה, איך קען נישט אנטלויפן אינמיטן די סעודה, ווערט זי שוין ברוגז אויף מיר.


אויסער דעם שפיר איך אז זי שעצט בכלל נישט מיין שווערע ארבעט, איך טו אלעס אלעס אינדערהיים, נאכ'ן ארבעטן א גאנצן טאג, און קוים קוים וואס איך באקום עפעס א שטיקל שוואכע ש'כח פון איר.


איך קען נישט מער, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין אז די צייט וואס מען ווארט וכו' - איז א שווערע צייט, מען האט נישט קיין מוט, מען האט נישט קיין כח, מען איז נישט זיך. עס איז דא ביי פרויען די זאך אז מען לאזט זיך נאך, מען טוט נישט די ארבעט פון שטוב; דארפסט איר דן זיין לכף זכות און אויסווארטן מיט געדולד, עס וועט אריבער גיין די חדשים און עס וועט קומען א מזל טוב און אויפלעבן די שטוב.


קוק אויף די טובה, קוק אויף דאס גוטס; טאנץ פאר שמחה אז נאך אביסל וועסטו האבן א קינד. אלעס אין דער וועלט לוינט זיך צו קענען האבן א קינד; זאל די שטוב פליען, זאל אלעס זיין איבערגעדרייט, זאל נישט זיין קיין עסן - אבי ברענגען קינדער; וואס האט מען פון א שיינע גלאנציגע שטוב ווען עס איז נישטא קיין דורות... בקיצור, אלעס וואס דו רעכנסט אויס - לוינט נאכאלץ צו קענען ברענגען ליכטיגע דורות.


בעט דעם אייבערשטן פאר איר און פאר דיר, בעט דעם אייבערשטן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת, עס זאל זיין פרייליך און די שכינה זאל רוען ביי ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - וואס זענען די מנהגים ביים ניינטן חודש?
רפואה, קינדער, מנהגים, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט נאכאמאל פרעגן, אזוי ווי איך האב נישט באקומען קיין ענטפער, וואס זענען די מנהגים ביים ניינטן חודש? איז דא ביי אונז ספעציעלע מנהגים וואס מען דארף טון? דער מאן דארף עפענען דעם ארון קודש? אדער איז דא נאך זאכן וואס מיר דארפן וויסן?


איך וויל נישט שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז קענען ענטפערן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די מנהגים פון די ניינטע חודש אין ברסלב איז איין זאך: "דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, און בעטן אויף ווייטער".


אלעס אנדערש איז פיין און וואויל, אבער דאס איז דער עיקר - דאנקען און לויבן, און בעטן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת.


עס איז דא א גוטער מנהג אז מען גייט פתיחת הארון אין די ניינטע חודש, אבער דער עיקר איז - האלטן קאפ וואס איז עיקר און וואס איז אויך גוט; דער עיקר איז נוצן די מויל אויף דאנקען און לויבן, און בעטן.


די מנהגים איז נישט נאר אין די ניינטע חודש; אויך אין די אכטע חודש, אויך אין די זיבעטע און אזוי ווייטער.


נישטא וואס צו וויסן און נישטא וואס צו זארגן, עס קומט די מינוט און מען באקומט א מתנה פון אייבערשטן, א קינד; אן וויסן און אן זיך לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - פעלט אויס צו נעמען א באגלייטער אין שפיטאל פאר א שמחה?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, תודה והודאה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך זייער באדאנקען פון טיפן הארצן פאר די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אזוי שיין, מיט אבנארמאלע כוחות.


די עצות פון רבי'ן באשיינען מיין נייע חתונה געהאטע לעבן אויף א פארנעם וואס מען קען נישט באשרייבן. איך קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך באגאנגען אן דעם.


איך וואלט געוואלט וויסן דעם ראש ישיבה'ס מיינונג אויף די פאלגענדע:


ברוך ה' אז מיר ווארטן אונזער ערשטע קינד בשעה טובה ומצלחת, איך בין אבער נישט רואיג מיט דעם וואס איך האב זיך איינגעשריבן פאר קלאסן וואס העלפן זיך צוגרייטן צו די שמחה, און גענומען די זעלבע פרוי זי זאל זיין מיין באגלייטער אין שפיטאל, כאטש וואס איך האב געהערט נאר גוטע אינפארמאציע אויף איר. איך פיל אז איך וויל גיין נאר מיט'ן אייבערשטן, ברוך ה' אז דער אייבערשטער האט אלעס געפירט אזוי גוט און פיין ביז אהער, און איך ווייס ער וועט מיר העלפן אויך ווייטער, איין מאל איך מיש דא אריין א פרעמדע, פיל איך ווי זאכן טוישן זיך.


איך טראכט אז איך זאל ענדערש דאס אפלאזן, און צוריק נעמען דאס געלט און עס נוצן אויף זיך צו גיין אפרוען אויף נאכדעם. איז דאס ריכטיג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק. איר שרייבט אינעם בריוו, איר ווייסט נישט ווי אזוי איר וואלט געקענט לעבן אנעם רבי'ן, דער ענטפער איז, מען קען טאקע נישט לעבן אנעם צדיק; מען לעבט א פארלאשענעם לעבן, אן טעם, אן חיות, פול מיט צער און ווייטאג, און דער צדיק, דער הייליגער רבי - געבט א טעם אין לעבן, מען שפירט א זיסקייט יעדע רגע אינעם לעבן.


בנוגע וכו'; עס פעלט טאקע נישט אויס, דאס גרינגסטע איז ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן. דאס גאנצע לעבן ווערט גרינגער ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן, און זיכער ווען מען גייט צום געבוירן - איז דאס פונעם אייבערשטן אליינס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "שלשה מפתחות בידו של הקדוש ברוך הוא שלא נמסרו ביד שליח", איינע פון די שליסלען איז דער שליסל פון געבוירן.


ענדערש נעמט די געלט און גייט זיך אפרוען נאכן האבן דאס קינד, ווי איידער אויסגעבן געלט פאר זיך לערנען ווי וכו'; מען ווערט דארט גארנישט קלוגער, מען ווערט נאר מער דערשראקן.


פון ווען איר גייט אריין אין שפיטאל זאלט איר זיך אונטער זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט", דאס איז מסוגל פאר א גרינגע געבורט. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), מזמור לתודה איז מסוגל להולדה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי קענען מיר זיך באדאנקען פאר די חיזוק אין די שווערע צייטן?
התחזקות, רפואה, קינדער, הכרת הטוב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט מרת ... בשם מיין מאן שיחי'. פאר א יאר צוריק האבן מיר געשריבן א בריוו, אנגעזאפט מיט טרערן, וואס וועט זיין?! שוין אפאר חדשים פון די חתונה און עס הערט זיך נאך נישט קיין נייעס, דער ראש ישיבה האט אונז אזוי שיין מחזק געווען, געשטארקט אויף תפילה, צדקה און אמונה.


יעצט, יישר כח אייבערשטער, וויל איך מבשר זיין אז עס הערט זיך שוין א גוטע בשורה.


די בריוו פון דער ראש ישיבה ליגט אונטער מיין קישן, און די ווערטער "איר וועט נאך האבן א שיינע שטוב מיט קינדער", האבן מיר געגעבן די חיזוק אין די מינוטן וואס די אמונה האט זיך פארלאשן. יישר כח.


מיר בעטן כסדר אז דער אייבערשטער זאל געבן כח און געזונט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט. נישטא קיין ווערטער צו דאנקען.


יישר כח


משפחת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטן אויף ווייטער, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער זעט מען ניסים אין לעבן.


יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט אויף קינדער איז כדאי צו זאגן די נעמען פון די צדיקים. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט פאר אלע פרויען וואס ווארטן אויף קינדער, זאלן זאגן שמות הצדיקים. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסנווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מען זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#12 - ווען איך ווער געהאלפן מיט איין זאך, וועט גלייך אנקומען נאך א צרה?
תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, תודה והודאה, חכמות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געשמועסט מיט א חבר פון היכל הקודש, און ער זאגט מיר אז די גאנצע סיבה פארוואס א מענטש האט פראבלעמען איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל מען זאל רעדן צו אים, און אין די מינוט וואס עס גייט אוועק גיין די פראבלעם וואס מאכט מיך יעצט רעדן צום אייבערשטן, וועט גלייך קומען א צווייטע זאך וואס וועט מיך מאכן רעדן צו אים.


איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט. אויב איז דאס טאקע אזוי, וואס איז דעמאלט די גאנצע פשט פון בעטן דעם אייבערשטן אויף זאכן וואס שטערן מיך, אויב עס גייט סיי ווי קומען פרישע פראבלעמען? עס איז שוין גריגער אפשר אז מען בעט נישט און עס בלייבט אזוי ווי עס איז? סתם בעטן עס זאל אוועקגיין, אז עס זאל קומען נאכדעם אן אנדערע פראבלעם?!


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט פאר מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך, דער אייבערשטער פירט דער וועלט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס און אלעס וואס ער טוט איז נאר פאר אונזער טובה, און אז מיר פארשטייען נישט פארוואס מען דארף אריבערגיין וואס מען גייט אריבער - איז דאס אויך פאר אונזער טובה.


נעם אריין אמונה אין זיך - וועט דיר אלעס זיין גרינגער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה", ווער עס האט אמונה, "חַיָּיו חַיִּים", דער לעבט א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", אלעס גייט גרינגער און עס איז אים שטענדיג גוט, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, "בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ", און אפילו ווען עס איז נישט אזוי, "דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר", ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, "וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם", און ער ליידט יסורין חס ושלום, "גַּם כֵּן טוֹב", איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס - איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר, "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים איבער עפעס שלעכטס - האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה - האט א שיינע זיסע לעבן.


לאז זיך אפ פון די אלע שטותים וואס זעען אויס ווי חכמות, דו בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס טוט דיר וויי און אין די זעלבע צייט זאלסטו אים דאנקען, און עס אזוי נאריש צו זאגן אויב די זאך וואס דו בעטסט וועט אוועק גיין וועט קומען אן אנדערע צרה; דו בעט דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות וואס דו דארפסט און אויך דאנק אים פאר אלע גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווי אזוי שטארק איך זיך, נישט צו טראכטן פון אנדערע?
שלום בית, קדושה, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, מחשבות

תוכן השאלה‎

א גרויסן ישר כח אויף די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה, איך ליין עס יעדע וואך פון דעקל צום דעקל, און עס געבט מיר אסאך חיזוק און הדרכה.


איך בין שוין חתונה געהאט שוין אפאר יאר ברוך ה', און איך בין זייער צופרידן פון מיין לעבן, מיין מאן איז אויסערגעווענליך געטריי צו מיר און ער איז וואויל און ערליך.


איך האב אבער א פראבלעם אז אסאך מאל קומען מיר ארויף שלעכטע מחשבות וואס איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף זיי, און עס שטערט מיר זייער דאס לעבן, איך שעם זיך זייער דאס צו שרייבן איך וויל אבער ארויסגיין פון דעם.


אלס מיידל האב איך אסאך נאכגעקוקט בחורים, בפרט איין בחור וואס איז געווען זייער א שיינער, און עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, אסאך מאל טראכט איך פארוואס האב איך נישט חתונה געהאט מיט א שיינע מאן.
איך וויל לעבן מיט מיין מאן אן צו טראכטן פון אנדערע, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט אן ערליכער מאן, א וואוילער מאן, א געטרייער מאן; וויפיל פרויען וואלטן געוואלט זוכה זיין צו דעם, צו האבן א מאן מיט די דריי מעלות: ערליך, וואויל און געטריי; וואס איז שענער ווי ערליך, וואויל און געטריי?! וואס האט מען פון שיינע פיאות מיט א שיינע געפוצטע בארד? ערליך, וואויל און געטריי - דאס איז די שענסטע זאך אויף די וועלט.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל ארויסגיין פון אייער קאפ די שלעכטע מחשבות וכו', און בעטס ביים אייבערשטן עס זאל זיין חן אויף אייער מאן, בעטס די תפילה:


"רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערער מאן; מיין מאן איז אזוי גוט און געטרייע צו מיר.


רבונו של עולם העלף מיר עס זאל זיין חן צווישן אונז, מיין מאן זאל האבן חן אין מיינע אויגן און איך זאל האבן חן אין זיינע אויגן, מיר זאלן לעבן בשלום און באהבה.


הייליגער באשעפער איך האב זיך נישט געהיטן מיינע אויגן און דאס מאכט מיר האבן שלעכטע מחשבות, עס פייניגט מיר, עס לאזט מיר נישט לעבן, איך האלט עס נישט אויס, העלף מיך איך זאל האבן הייליגע און ריינע מחשבות, נישט טראכטן פון אנדערע און נישט גליסטן צו פרעמדע, וטהר לבנו לעבדך באמת, מיין הארץ זאל זיין ריין, מיין מח זאל זיין זויבער.


רבונו של עולם איך וויל האבן א שטארקע אמונה צו וויסן און צו גלייבן אז אלעס אויף די וועלט איז נאר פון דיר, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, אלעס וואס פאסירט איז פון דיר; איך, מיין מאן און מיינע דורות - אלעס איז דו. הייליגער באשעפער געב מיר א שטארקע אמונה, ווייל נאר מיט אמונה קען מען זיין פרייליך, נאר ווען מען ווייסט אז אלעס איז פון דיר - איז מען צופרידן, און אויב מען פארגעסט פון דיר, מען טראכט אז זאכן פאסירן פון זיך אליינס - דעמאלט ווערט מען בעצבות, און דעמאלט הויבן זיך אן אלע שלעכטע מחשבות".


דורך תפילה און דורך הודאה וועט זיין חן צווישן אייך, און די שכינה וועט רוען צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#10 - בין איך מחויב צו טון אלעס אליין אינדערהיים?
שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, סבלנות, תודה והודאה, קאמפלימענטס, קנאה, עונשים, יענער, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך אביסל אויסרעדן איבער די שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער אינדערהיים, אונזער שלום בית טויג נישט, עס איז נישטא קיין שטארקע ליבשאפט ביי אונז.


וואס קען איך טון אז איך שפיר זיך ווי דער משרת אינדערהיים, איך שפיר אסאך מאל ווי איך בין סיי דער טאטע און סיי די מאמע אין הויז, איך פארשטיי אז עס איז יעצט שווער פאר מיין ווייב צו טון אלעס, אבער איך שפיר ווי איך ווער צופיל אויסגענוצט, איך דארף אלעס מסדר זיין, צושטעלן עסן, רייניגן, און אזוי ווייטער, אלע זאכן וואס א געווענליכע פרוי וואלט ווען געדארפט צו טון אינדערהיים.


ווען די קינדער דארפן גיין צום דאקטער, דארף איך זיי נעמען, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג. איך בעט איר זי זאל כאטש מאכן דעם אפוינמענט ביים דאקטער, אבער זי פייפט מיר אן. איך קום אהיים און דאס קינד איז שמוציג ביז ארויף און איך דארף זויבערן און אפבאדן. ווען איך רוים אויף העלפט זי מיר אביסל, אין די צייט וואס עס וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, וואס איך טו ווערט געטון, און וואס נישט נישט. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך דארף פשוט א נארמאלע הויז, וואו מען געבט זיך אפ נארמאל מיט די קינדער און מיט די הויז.


איך קום פון א נארמאלע צוזאמגענומע שטוב, אלס בחור האב איך געהאט גרויסע השגות, איך האב געהאט חלומות פון א שיינע באלעבאטישע שטוב, און למעשה איז גארנישט געווארן דערפון, אבער איך דארף כאטש א מינימאלע נארמאלע הויז, איך פיל ווי זי איז גארנישט גרייט צי טון פאר מיר. איך האב זייער ליב צי זען מיין ווייב אמאל שיין אנגעטוען ווי א אידישע פרוי דארף אויסקוקן, אבער איך האב דאס נאר ווען מען מוז גיין צו א שמחה, זי איז גאר נישט גרייט צו טון, איין טאג איז געווען א שיינע וועטער האב איך איר געפרעגט אויב זי וויל זיך אנטוען און ארויס גיין מיט מיר אביסל שפאצירן, אבער דאס אויך נישט.


איך טו פאר איר זייער אסאך, און פאר די הויז און די קינדער טו איך דאס רוב, ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבייט קומט עס זי זאל מיר מאכן עפעס א טרינקען אדער עסן, אבער עס איז פארקערט איך מאך איר א קאווע, שפעטער מאך איך איר עסן, איך פיל ווי עס איז נישט יושר, עס איז נישט אז אמאל איז געווען גוט און פשוט יעצט ווייל זי פילט נישט גוט קען זי נישט, ווי איך געדענק זייט די חתונה האב איך נאר געגעבן און גארנישט באקומען.


עס קומט נארמאל אז א פרוי זאל האבן א געשמאק אין אהערשטעלן א שיינע געשמאקע סעודה, האבן א טאלאנט אראפצולייגן א געשמאקע שיינע טעלער עסן צום טיש, זי איז אבער בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם, אלעס איז א גאנצע טובה געטון. איך דארף זיך בעטן ביי איר, און איך שפיר ווי איך האב יעצט אויפגעשטעלט אן אלטע באבע וואס רירט זיך מיט די לעצטע כוחות, ווען זי בעט אבער עפעס פון מיר מוז איך עס גלייך טון אויפ'ן ארט מיט'ן גרעסטן חשק.


לאמיר זאגן חס ושלום אז איינעמ'ס ווייב איז נעבעך קראנק געווארן, זי קען גארנישט טון, און דער מאן איז איר געטריי, דעמאלט איז אנדערש, ווייל למעשה איז זי געווען געטריי פאר אים אלע יארן, און יעצט נעבעך איז זי קראנק. איך האב אבער גארנישט באקומען פון מיין ווייב. עס איז מיר זייער שווער, אסאך מאל טראכט איך אז עס איז מיר שוין געווען גרינגער אלס בחור, איך האב זיך געדרייט און געפרייט, יעצט ארבעט איך ביטער שווער אויפצושטעלן א משפחה.


איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער איך טראכט צוריק פון אלע מיינע חברים, איך האלט נישט אז זיי האבן אזוי שלעכט חתונה געהאט, איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר דאס.


איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט מקנא אנדערע. קלאפ ארויס פון קאפ אז ביי אנדערע איז בעסער, בעסער איז אין ערגעץ נישט, בעסער קען ווערן ביי דיר אין מח; אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, אז דו וועסט האבן סבלנות - וועט דיר גוט ווערן, ביי דיר אין קאפ קען ווערן גוט.


א נארישקייט צו קוקן אויף אנדערע. דיינע חברים האבן גארנישט בעסער פון דיר, אז איינער וועט דיר זאגן ער האט יא שלום בית - איז דאס ווייל ער ארבעט אויף זיינע מידות און ער לעבט מיט אמונה, און אז דו וועסט חזר'ן די הייליגע אמונה, דו וועסט גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין געלונגענקייט און איר נישט געלונגענקייט, אלעס איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט וועט דיר ווערן גוט, און ווי לאנג דו וועסט זיך עסן דיינע קישקעס אז דיינע חברים האבן שיינע ווייבער, דיינע חברים האבן שיינע שטובער - ביסטו א גרויס רחמנות.


וואס ווייסט א מענטש וואס איז גוט פאר אים? מען דארף גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אז דו האסט חתונה געהאט מיט איר - איז דאס דיין ווייב לויט דיין שורש נשמה און אויף דיר ליגט די ארבעט פון זוכן אין איר גוטס און איר פרייליך מאכן, דאס איז דיין מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, דו ביסט נישט גערעכט; מיט אלעס ווי אזוי דו לייגסט אראפ דיין ווייב, מיט אלע אירע שוואכקייטן - ביסטו נישט גערעכט. ווייל מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן. דער מאן קען מאכן א גוטע שלום בית, דער מאן קען אויפבויען די ווייב און איר מאכן פאר די געלונגענסטע פרוי.


טייערער ברודער הער א מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן אונז, (שבת נג:): "מעשה באדם אחד שנשא אשה גידמת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "ולא הכיר בה עד יום מותה", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט, "כמה צנוע אדם זה שלא הכיר באשתו", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס אז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


ברודער, די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - איז דיין עצה. דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זוכט אויף גוטס, אפילו אין א רשע - ווערט יענער אויס רשע. דאס איז ביי יעדע זאך, אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן, אז מען זוכט גוטס אין די ווייב, מען קוקט נאר אויף די גוטס - וועט זי ווערן גוט. קוק אויף דיין ווייב ווי אויף א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען קאכט, מען רוימט, מען מאכט און מען טוט, לערן איר אויס, בוי איר אויף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "ואינה כורתת ברית אלא למי שעשאה כלי", די ווייב ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר א כלי; א מאן וואס בויט אויף די ווייב, האט רחמנות אויף איר - וועט זי דיר ווערן געטריי, זי וועט דיר אלעס טון.


קלאפ דיין מויל, רעד נישט פון יענע מעשה, וואס ווייסטו וואס מענטשן ליידן אין לעבן מיט שווערע ביטערע מחלות? וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט דעם אלעם?! מוהרא"ש האט אונז דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל איינגעדרימלט און זיך גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף דער וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#9 - ווי אזוי שטארקט מען זיך ווארטנדיג געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
התחזקות, קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, סגולות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר ווארטן שוין אויף קינדער פאר עטליכע יאר, איך האב געליינט א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ענטפערט פאר איינעם וואס האט שוין א קינד און ער בעט אן עצה און סגולה צו האבן נאך קינדער, און דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט אים אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער האט שוין באקומען, ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף דאס קינד וואס ער האט, און דאס וועט ברענגען ער זאל געהאלפן ווערן מיט נאך קינדער.


האב איך געוואלט פרעגן אויב די עצה איז אויך פאר אונז, וואס מיר ווארטן נאך אויפ'ן ערשטן קינד פאר אזוי לאנג? און אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט נאך חיזוק פאר אונז ווי אזוי זיך צו דערהאלטן בשעת מיר ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז דאס אויך פאר עלטערן וואס ווארטן אויף קינדער און אזוי אויך פאר אלע ישועות וואס מען ווארט; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - עפנט מען אויף די טירן אין הימל פאר ישועות למעלה מדרך הטבע.


פארליר נישט פאר קיין איין רגע די אמונה. דו בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל פאר קינדער, אזוי ווי אונזערע מאמעס שרה, רבקה און רחל האבן געטון. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח) אליהו הנביא דערציילט: "איך בין געווען אמאל אונטערוועגנס און א מענטש האט מיך געפרעגט א שטארקע קשיא, פארוואס זעען מיר אסאך ערליכע משפחות האבן נישט קיין קינדער? 'אָמַרְתִּי לוֹ: בְּנִי, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָם כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ רַחֲמִים לְפָנָיו', האב איך אים געענטפערט, ווייל דער אייבערשטער האט זיי זייער שטארק ליב און ער פריידט זיך מיט זיי, דערפאר מאכט ער אז זיי זאלן נישט האבן גלייך קינדער, אזוי וועלן זיי אסאך בעטן דעם אייבערשטן, 'וְתֵדַע לְךָ שֶׁכֵּן הוּא', א ראי' האסטו פון אברהם אבינו און שרה אמנו, זיי האבן געווארט לאנגע יארן אויף קינדער און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן זיי האבן געבוירן יצחק, אזוי אויך יצחק אבינו און רבקה אמינו האבן געווארט צוואנציג יאר אויף קינדער, זיי האבן אסאך געדאוונט צום אייבערשטן ביז זיי האבן געבוירן יעקב, רחל אמינו האט געווארט פערצן יאר אויף קינדער, זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן, אויך זעט מען ביי חנה - די מאמע פון שמואל הנביא וואס זי האט אויך געווארט אסאך יארן אויף קינדער און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן און געבוירן שמואל הנביא, 'אֶלָּא עַל כָּרְחֲךָ צָרִיךְ אַתָּה לִתְּפוֹס בְּיָדְךָ מִידָה הָרִאשׁוֹנָה שֶׁאָמַרְתִּי לְךָ מִתְּחִלָּה, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָן כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ בְּרַחֲמִים לְפָנָיו'".


זיי שטארק מיט די צוויי זאכן. ערשטע זאך, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. צווייטנס, בעטן דעם אייבערשטן מיט סבלנות; וועסטו האבן א שטוב מיט ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - מיין שלום בית איז אויף גרויסע צרות, וואס טוט מען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שמחה, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די שיינע שיעורים און חיזוק יומי.


איך ווייס נישט פון וואו אנצוהויבן שרייבן, מיין לעבן איז מיר זייער ביטער. צום ערשט זע איך אז מיין מאן לייגט נישט קיין תפלין שוין פאר איבער א חודש, שוין אפגערעדט אז ער דאווענט נישט.


צווייטנס, מיין שלום בית איז אויף גרויסע צרות, מיין מאן איז אויפגערעגט אויף מיר און האט נישט קיין כח מיר צו העלפן מיט די קינדער, ער האט א פרנסה וואס ער ארבעט א גאנצן טאג, און אויסער דעם האט ער אנגעהויבן טון נאך ארבעט אין זייטיגע צייטן, אזוי אז עס קומט אויס אז ער איז כמעט קיינמאל אינדערהיים. איך שפיר אז אפשר דארף ער מיך בכלל נישט האבן, ווייל ווען איך רעד צו אים מאכט ער אזא פנים ווי ער פארשטייט בכלל נישט פארוואס איך רעד, ער ווייס נישט וואס איך וויל פון אים.


וואס טוט מען? איך שפיר אז עס איז נישט דא קיין ברכה אין גארנישט, איך ווארט וויכטיג אויף אן ענטפער וואס זאל מיך געבן חיזוק און כח ווייטער ממשיך צו זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אלע צרות און אלע פראבלעמען קומען ווייל מען איז נישט פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך, ער זוכט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט אים, ער לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן - פאלן אוועק אלע פראבלעמען.


דערפאר אז עס איז אייך ביטער, איר האט נישט קיין שלום בית - זאלט איר אויפזוכן עפעס גוטס, סיי ביי אייך און סיי ביי אייער מאן - און דאנקען אויף דאס גוטס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט; אזוי ווערט טאקע ברייט, ווייל ווי נאר מען הויבט אן דאנקען, מען הויבט אן לויבן דעם אייבערשטן - ווערט זייער גוט.


אויך זאלט איר אויפהייבן אייער מאן'ס מוט, אים מחזק זיין און אים שטארקן. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ" א קלוגע פרוי בויט אויף איר מאן, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ" און א נארישע פרוי צעברעכט איר מאן; א פרוי מיט אביסל שכל קען זיך מאכן א גן עדן פון איר לעבן, זי מאכט פרייליך דעם מאן. זי דערשמעקט גלייך זיין מצב, און אז זי זעט ער איז יעצט נישט אזוי פרייליך - מאכט זי אים פרייליך; זי ווארט נישט ער זאל איר פרייליך מאכן און געבן גוטע ווערטער, זי טוט דאס, זי געבט גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - איז נאך דא א מעגליכקייט צו ראטעווען אונזער שטוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער מצב ביי אונז אינדערהיים איז זייער שווער, מיר זענען שוין חתונה געהאט פאר איבער 26 יאר, מיר האבן שוין חתונה געמאכט די קינדער, אבער מיין מאן האלט מיך אין איין טשעפען אלע יארן, ער האלט אז איך בין משוגע און ער קלאפט מיר כסדר אראפ, איך פיל אז איך קען מער נישט אנגיין, איך וועל זיך מוזן גט'ן.


איך בין געווען ביי א טערעפיסט, יענער האלט אז מיין מאן איז א נארסעסיסט, א מענטש וואס זעט נאר זיך אליין און קען נישט פארשטיין און האבן מיטגעפיל מיט א צווייטן. יעדעס מאל איך וויל זיך אביסל אויפהויבן דעם קאפ, צעקלאפט ער מיר זייער שטארק.


ער האט געלט און ער האט א גוטע מויל, און אזוי פארנארט ער מענטשן, ער רעדט איין יעדן איינעם אז איך בין גאר דער שלעכטער. מענטשן האבן מיר פרובירט צו העלפן, אבער יעדער האט מורא פון אים. איך האב געהאט אן אפעראציע אויף א געוואוקס אין מח ל"ע, ער דערציילט פאר יעדן אז זייט דעמאלט בין איך משוגע געווארן, ווען באמת האט זיך דעמאלט געעפנט אביסל מיינע אויגן צו פארשטיין ווי אזוי ער נוצט מיר אויס, ער מאכט מיר צו שאנד און צו שפאט.


ווען ער איז געווען געדרוקט אין געלט, האבן מיינע עלטערן אים געהאלפן און אים געבארגט שווערע טויזנטער דאלארן, ער האלט אבער נישט ביים צוריק צאלן, און ווען איך ברענג ארויף די נושא, ווערט ער ממש ווילד, אנשטאט זיי צו שעצן אויף וואס זיי האבן אים געהאלפן, רייסט ער זיי אראפ, ער רעדט אויף זיי, אז זיי זענען קמצנים און אזוי ווייטער. ער האט גענוג געלט, ער העלפט יעדן איינעם, נאר פאר מיינע עלטערן וויל ער נישט באצאלן.


עס איז מיר שווער אראפצושרייבן אלע צרות און פראבלעמען וואס איך בין דורך במשך די אלע יארן, עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען, ער האט מיר אלץ אויסגענוצט, און יעצט ווייס איך נישט ווי אזוי צו גיין ווייטער; איז נאך דא א מעגליכקייט צו ראטעווען אונזער שטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, דאס לעבן איז אזוי ווי א שפיגעלע; אז איר וועט שמייכלען צום שפיגל - וואס וועט איר זען? איר וועט זען ווי איינער שמייכלט צוריק; אז איר וועט אריינקוקן שטרענג אינעם שפיגל - וואס וועט איר זען? איר וועט זען ווי איינער קוקט צו אייך שטרענג, - פונקט אזוי איז דאס לעבן; אז איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט שמייכלען צו אים, איר וועט אים געבן כבוד - וועט ער אויך שמייכלען צו אייך, ער וועט זיין גוט צו אייך, און אז איר וועט טראכטן שלעכטס אויף אים, איר וועט מזלזל זיין אין אים, איר וועט אים טשעפען - וועט ער זיך אויפפירן צו אייך פינקט אזוי.


רעדט שיין צו אייער מאן, רעדט צו אים בדרך כבוד - וועט איר זען ווי עס וועט געשען אזוי ווי א נס, ער וועט פלוצלונג אנהויבן רעדן צו אייך שיין. לאזט אפ די אלטע מעשיות, רעדט נישט פון אלטע זאכן. וואס דארפט איר מאנען פון אייער מאן די געלט וואס אייערע עלטערן האבן אים פארבארגט? וואס דארפט איר אנצינדן א פייער? אז אייערע עלטערן דארפן צוריק דאס געלט - זאלן זיי אים בעטן, דאס האט נישט מיט אייך; איר זאלט שטיין ווייט פון זיין פארמישט צווישן אייער מאן און אייערע עלטערן.


איך קען נישט הערן די ווערטער וואס איר שרייבט: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען", די ווערטער זענען נישט קיין שיינע ווערטער; ווי קען א איד זאגן: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען"? אז מען ווערט פארקלעמט, מען פאלט אריין אין א צרה - בעט מען דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און העלפן, מען טאר אבער נישט זיין א כפוי טובה צום אייבערשטן און זאגן: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען".


דער אייבערשטער געבט אונז נאר גוטס; אסאך מאל איז פארשטעלט דאס גוטס, עס זעט אויס ווי עס איז שלעכט, אבער חס ושלום זאגן: "עס איז מיר נאך קיינמאל נישט גוט געווען".


אז עס איז אייך שווער און ביטער - זאלט איר אויפזוכן עפעס קליינע ברעקעלעך פון גוטס; זוכט אויף אין אייער שווערע ביטערע לעבן עפעס א פינטעלע וואס עס איז אייך יא גוט, טראכטס פון דעם און דאנקט דעם אייבערשטן דערויף - וועט איר פלוצלונג טרעפן נאך א פינטעלע גוטס, און נאך א ברעקעלע, ביז איר וועט שוין נישט זען קיין שלעכטס, עס וועט אייך ווערן אנדערש דאס לעבן.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון לעבן, מען זאל זוכן גוטס; א מענטש זאל קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שווערע טעג, צרות ויסורים, האט ער געזוכט אין דעם עפעס גוטס. דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי', רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.