תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מיידל וואס קומט פון זייער א גוטע און ערליכע שטוב אבער איך שפיר אז עס איז מיר צו שווער מיט אלע פרומקייטן פון מיין משפחה, איך וויל זיי קענען צופרידן שטעלן אבער עס איז מיר שווער, עס איז אדער מיר אדער זיי, עס גייט נישט ביידע צוזאמען, און איך שפיר אויף אסאך זאכן אז ווען מען וואלט מיר ווען געלאזט טון פשוטע זאכן וואלט איך נישט אנגעקומען צו טון ערגערע זאכן. צום ביישפיל מיין מאמע וויל נישט איך זאל זיך פארבן דעם פנים אפילו מיט פשוטע פארב, איז טאקע ווייל זי לאזט מיר נישט, פארב איך אויך מיינע אויגן, א זאך וואס איך וואלט נישט געטון ווען זי וואלט מיר געלאזט זיך פארבן אפילו איידל.
איך ווייס נישט וואס צו טון, עס איז מיר זייער שווער, בפרט אז איך לעב אין א סביבה וואס יעדע זאך וואס איך טו, זאגן אלע מיר אויס פאר מיין מאמע און באבע וכו', איך וויל נישט מאכן בושות פאר מיין משפחה, אבער איך שפיר אז איך בין צניעות'דיג נאר זיי צופרידן צו שטעלן, נישט ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי. איך וויל זיין ערליך פון מיין אייגענעם ווילן, נישט וועגן אלע זארגן אויף מיר.
מענטשן האבן זייער ליב מיר צו זאגן זאכן, וואס בשעת מעשה גייט עס נישט אריין אמת'דיג אין הארץ, אבער ביז א תקופה געשעט זאכן. למשל איינער האט מיר געזאגט "וואס האסטו פון דאווענען, קודם זאלסטו זיין צניעות'דיג", באמת בין איך צניעות'דיג אבער פאר זייערע קרומקייטן נישט.
אמאל פלעג איך מקפיד זיין צו דאווענען יעדן טאג און דאס טו איך היינט שוין נישט, עס איז מיר געווארן א קאלטקייט אין דעם, איך שפיר זיך אויך זייער ווייט פון באשעפער ווייל אין מיין קאפ איז דא א בילד אזוי ווי פון א מערכה, עס איז דא 2 צדדים, איינע בין איך, און די צווייטע זייט איז מיין מאמע טאטע זיידע באבע און דער באשעפער, און עס איז מיר שווער די ווייטקייט וואס איך שפיר צום אייבערשטן.
איך ווייס נישט אויב איר וועט מיר קענען העלפן, אבער אפשר וועט איר זיין דער גוטער שליח פונעם אייבערשטן, און אסאך האבן מיר ממליץ געווען אייך צו שיקן א בריוו.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
טראכטס נישט די שלעכטע מחשבה אז דער אייבערשטער איז ווייט פון אייך, עס איז נישט אמת; דער אייבערשטער איז נישט ווייט פון אייך, דער אייבערשטער איז מיט אייך, ביי אייך און נעבן אייך, דער אייבערשטער האט אייך ליב און ווארט איר זאלט צוריק אנהייבן דאווענען צו אים, רעדן צו אים און אים בעטן וואס איר דארפט. עס איז נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז און וואס מען טוט, שטענדיג ווארט דער אייבערשטער מען זאל קומען צו אים און רעדן צו אים.
דער הייליגער רבי, דער ברסלב'ער רבי זכותו יגן עלינו, איז געקומען אויף די וועלט אונז צו ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי שטארק ער האט ליב אידישע קינדער און ווארט מען זאל דאווענען צו אים; ווען מען רעדט צום אייבערשטן הייבט מען אן שפירן זייער א שטארקע נאנטקייט מיט'ן אייבערשטן, מען שפירט ווי מען האט איינעם, מען שפירט ווי איינער פארשטייט מיר, איינער נעמט מיר אן ווי אזוי איך בין, ווי אזוי איך זע אויס.
נעמטס די עצה פון רבי'ן, פרובירטס אויס די זיסע וועג; ווען איר זענט אליין אין אייער שטוב, קיינער הערט אייך נישט און קיינער זעט אייך נישט - זאלט איר פרובירן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, רעדטס צו אים אויף די שפראך וואס איר רעדט צו אייערע נאנטע חבר'טעס, דערציילטס אים אלעס וואס שטערט אייך און וואס איר שפירט, דערציילטס אים ווי שווער עס איז אייך די גאנע וועג ווי אזוי איר לעבט, די מלחמה וואס טוט זיך אפ אין אייך, ווי אלעס איז געצווינגען - אן קיין אמת און אן קיין געפיל. אין אנהייב וועט דאס אפשר זיין אביסל שווער, אבער מיט די צייט ווען איר וועט דאס טון וועט איר ווערן זייער שטארק, איר וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אייך און האט אייך ליב.
הערטס נישט אויס די וואס טשעפען און זאגן אייך: "וואס האסטו פון דאווענען? קודם זאלסטו זיין צניעות'דיג"; עס איז נישט אמת וואס זיי זאגן, דער אייבערשטער זאגט אנדערש, דער אייבערשטער וויל מען זאל דאווענען צו אים, אים בעטן ער זאל אונז צוריק קערן צו אים און אריינלייגן אין אונז א ריינקייט צו וועלן טון זיין ווילן, מו וועלן טון וואס איז גוט.
איך בעט אייך, הערטס נישט אויס די וואס זאגן אייך: "וואס האסטו פון דאווענען? קודם זאלסטו זיין צניעות'דיג", דאס איז עצת היצר, דאס איז א נסיון פאר אייך, אייך מחליש דעת זיין, אייך אפקילן פון וועלן זיין ערליך; לייגטס נישט דעם אייבערשטן אויף איין זייט מיט די אלע וואס טשעפען אייך, דער אייבערשטער קוקט אויף אונז, ער זעט אונזער הארץ, ער זעט ווי שטארק מיר ווילן זיין גוט. ער קוקט נישט אויף אונז אזוי ווי מענטשן קוקן אויף אונז, ער זעט יעדע קיינע פינטעלע גוטס וואס מיר טוען.
אויבן אין הימל איז זייער חשוב יעדע קליינע פינטעלע גוטס, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט אין די ערשטע מעשה (סיפורי מעשיות, מעשה א) ווי דער ממונה האט געפרעגט דעם ווינט: "וואס איז דארט חשוב?" האט דער ווינט געזאגט: "דארט איז אלעס חשוב"; מוהרא"ש איז מסביר (בספר נהרי אפרסמון) אז 'דארט' מיינט מען 'אויבן אין הימל', אין הימל איז אלעס חשוב, יעדע קליינע זאך, יעדע בייג וואס א מענטש געבט זיך א בייג צו זיין גוט. און אפילו יעדע גוטע מחשבה, ווען מען טראכט אז מען וויל זיין גוט - איז זייער חשוב. אזוי ווי דער הייליגער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי זכותו יגן עלינו זאגט (זוהר תרומה, קנ:): "לֵית רְעוּתָא טָבָא דְּאִתְאַבִיד", קיין שום גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן; איז דאך זיכער אז ווען מען זאגט א גוטע ווארט און אוודאי ווען מען טוט א גוטע מעשה - איז עס זייער חשוב אויבן אין הימל.
איך האף אז די פאר ווערטער וועט אייך זיין א שטארקע חיזוק איר זאלט נישט ווערן צעפאלן פון אנדערע; איר זאלט אנהייבן לעבן אן אמת'ע לעבן מיט'ן אייבערשטן. איר זאלט יעדע זאך שמועסן מיט אים, יעדע זאך וואס איז אייך שווער זאלט איר אים דערציילן און אים בעטן - וועט איר זען אז איר וועט פלוצלונג אנהייבן ליב האבן צו זיין א איד, איר וועט ליב האבן אייער לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.