תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
עס איז שווער פאר מיין ווייב צו שערן די האר, אפשר קענט איר שרייבן איבער דעם ענין פון שערן די האר ביי חתונה געהאטע פרויען. איז עס טאקע אזוי הארב, אדער איז עס נאר א תקנה פון די ועד ארבע ארצות?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס שערט זיך אפ איר האר נאך איר חתונה; עס איז א סגולה פאר קינדער צדיקים, פאר עשירות און פאר אלעס גוטס. קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.
דאס וואס מען זעט ביי געוויסע פרויען אז זיי פלעגן גיין אפגעשוירן און שפעטער זענען זיי מחליט צו בלייבן מיט זייער האר וכו'; רוב מאל רעדט זיך דאס פון פרויען וואס זענען אריבער א שווערע יוגנט השם ישמרינו, אדער האט מען זיי געטשעפעט און גע'רודפ'ט אדער אויסגענוצט וכו' רחמנא לצלן, און אלץ רעזולטאט זענען זיי זייער צעקלאפט אינעווייניג, דערפאר טוען זיי דאס און זיי טוען זיך אן נישט בצניעות מיינענדיג אז דאס וועט זיי מאכן שפירן גוט.
דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו זיי, אז מען זאל נישט צופיל פארלאנגען זי זאל זיך אפשערן ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן, מען דארף שיין רעדן איבער דאס גרויסקייט דערפון באופן כללי - נישט דירעקט.
בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין דיין ווייב; מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס פועל'ן.
דא האסטו א תפילה צו בעטן יעדן טאג:
"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בֶּעט דִּיר זֵייעֶר, לֵייג אַרַיין אַ הֵיילִיגְקַייט אִין מַיין וַוייבּ זִי זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אַז אִיר הָאר זָאל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּגֶעדֶעקְט; אִיךְ הָאבּ זֵייעֶר מוֹרָא פוּן דָאס וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין זֹהַר הַקָדוֹשׁ (נָשֹׂא קכה.) אוֹיף אַ פְרוֹי וָואס גֵייט מִיט אוֹיפְגֶעדֶעקְטֶע הָאר, אַז זִי אִיז גוֹרֵם עֶס זָאל זַיין אָרֶעמְקַייט אִין שְׁטוּבּ, אִירֶע קִינְדֶער וֶועלְן נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין אוּן זֵיי וֶועלְן נִישְׁט זַיין חָשׁוּב, אַזוֹי אוֹיךְ אִיז זִי גוֹרֵם אַז דֶער ס"מ זָאל זַיין אִין אִיר שְׁטוּבּ.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, יֶעדֶעס מָאל אִיךְ רֶעד צוּ מַיין וַוייבּ וֶועגְן אִירֶע הָאר וֶוערְט זִי בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר אוּן זִי וִויל נִישְׁט הֶערְן וָואס אִיךְ זָאג אִיר. אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן, פוּן אֵיין זַייט וִויל אִיךְ אִיר נִישְׁט וַויי טוּן, אִיךְ וִויל לֶעבְּן מִיט אִיר בְּשָׁלוֹם אוּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט, אָבֶּער פוּן דִּי אַנְדֶערֶע זַייט וִויל אִיךְ טוּן דַיין וִוילְן אוּן אִיךְ וִויל אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ שְׁטוּבּ מִיט עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, זִי טוּט עֶס נִישְׁט פַאר שְׁלֶעכְטְקַייט, זִי וֵוייסְט פָּשּׁוּט נִישְׁט דִּי הַארְבְּקַייט דֶערְפוּן. אָנָּא הַשֵּׁם, אִיךְ בֶּעט דִּיר מַיין זִיסֶער בַּאשֶׁעפֶער: "אַתָּה חוֹנֵן לְאָדָם דַּעַת", דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, גֶעבּ מִיר אַ וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל קֶענֶען רֶעדְן מִיט אִיר, אַז זִי זָאל פַארְשְׁטֵיין דִּי הַארְבְּקַייט דֶערְפוּן אוּן זִיךְ אָפְּשֶׁערְן אִיר הָאר אַזוֹי וִוי דִּי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים הָאבְּן אוּנְז גֶעלֶערְנְט".
וויסן זאלסטו אז אויף די וועלט דארף מען האבן אסאך סבלנות; מען קען נישט ארויפצווינגען קיין שום זאך אויף די ווייב, מען דארף אריין לייגן אסאך ליבשאפט אין שטוב און האבן אסאך סבלנות ביז מען פועל'ט. געב איר אסאך ליבשאפט ווי אויך גוטע ווערטער און הער אויס אירע ווייטאגן וואס זי איז אריבער; מיט תפילה וועסטו אלעס פועל'ן.
א ליכטיגן חנוכה.