תוכן השאלה
לכבוד הרב רבי יואל ראטה שליט"א,
גמר חתימה טובה, שנת חיים ואושר, הצלחה מרובה בפעילתכם החשובה לטובת הבחורי חמד ולטובת כלל ישראל.
כמשפיע רוחני בטח ידוע לכם שהמון אנשים גם כאלה ששייכים לחוגים אחרים ושותים בצמא את דברי רבותיהם שליט''א, מקשיבים בהנאה לרעיונכם והגיגים הברוכים ע"י קליפים וכו' ונהנים מזה בדברי חיזוק עצה ותושיה, ובטח פועל הרבה אצלם, כידוע שהדיבור פועל הרבה בקדושה, וזכות הרבים תלוי בו, כן יוסיף ה' לתת ברכה בפרי עמלכם לקרב את בני עם ה' החביבים לו כ''כ אליו, זה בכה וזה בכה.
בכ"ז אבקש להביא לתשומת לבכם על שגגה שיצא מפי השליט, כשדיבר על צדיק מו"ר רבי אשר פריינד זיע"א בחוסר זהירות מספיקה, כידוע רבי אשר עבר המון רדיפות והשפלות והתנגדות מצד אנשים שהיה קשה להם לשמוע את האמת של הדבר ה', ובחר בחותמו של הקב"ה שזה אמת ולא להתבייש מאף אחד חוץ מהקב"ה, ולא חס על כבודו בכלל, היות שהוא חי באין מוחלט.
כמשפיע חשוב לציבור רחב שמכל הדרשות יוצא כבוד ליראי ה' ולחושבי שמו, בבחינת חבר אני לכל אשר יראוך בטח לא התכוונתם לפגוע, בכבוד של האי צדיק, רק לחזק את הרעיון שרבינו נחמן מברסלב זיע"א אהב גם את הפחותים. בכל זאת זה פגע קשות ברגשות אנשים הקשורים אליו ושומעים ומתחזקים מדברי חיזוק שלכם, כאילו מדובר נעלב וכו' עזב, רבי אשר לא עזב אפי' להרף עין את הרבוש"ע והיה קשור לצדיקיו האמתיים בקשר של קיימא, ולן בעמקו של שדות, וביטול הישות, בבחינת לית מגרמיה כלום.
החותם בהוקרה והערכה דושה"ט כה"י מנחם יוחנן פעיה"ק ירושלים
נ. ב. על דמותו הק' של רבי אשר יש המון לדבר, ומהנהגותיו יש הרבה ללמוד, אבל באתי בקיצור האומר, דהרי חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, ולתקן ולשפר ניתן תמיד, דמי שאינו עושה אין לו מה לתקן ולשפר.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מנחם יוחנן נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז באוואוסט אז הרב החסיד ר' אשר זכר צדיק לברכה איז געווען שטארק מקושר צום הייליגן רבי'ן, ער האט אסאך גענומען פון רבי'ן וכו', בפרט דער ענין פון התבודדות וואס ער פלעגט אריין לייגן אין זיינע מענטשן. אבער אזוי ווי עס פעלט נישט קיין עזות פנימ'ער בכלל, און בפרט אין ברסלב אליין זענען דא אסאך עזות פנימ'ער, הפקר מענטשן - דאס איז גורם אז מענטשן זאלן מרוחק ווערן פון הייליגן רבי'ן, און אז מענטשן זאלן מורא האבן פון ברסלב. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק; בפרט די נייע אנשיקעניש פון נ, נח, וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, ווייל מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. אבער באמת דארף מען זייער אכטונג געבן אויף דעם, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק זאל אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.
דאס איז געווען די סיבה פארוואס הרב החסיד רבי אשר זצ"ל איז אוועק געגאנגען פון ברסלב, ווייל איינער פון די זקנים האבן געשריגן אויף אים מיט חוצפה און זלזול: "ר' אשר, דער רבי קען אייך נישט ליידן".
אין אומאן איז געווען א איד פון אנשי שלומינו מיטן נאמען משה וועלוול, עס איז ארויס אויף אים א שלעכטע נאמען אז ער טוט שמוץ, און ווען ער איז געקומען צום רבינ'ס ציון אויף ראש השנה האט דער טשערינער רב זכרונו לברכה געשריגן אויף אים: "משה וועלוול, דו ביסט אונז א בזיון, ווער בעט דיר זאלסט קומען דא?" און אנשי שלומינו האבן געהאט טענות אויפן טשערינער רב: "וואס הייסט דו שרייסט אויף אים, ווער בעט דיר צו קומען דא? ער איז נישט געקומען צו דיר, ער איז געקומען צום רבי'ן". וואס זאלן מיר טון אז עד היום ליידן מיר פון די מענטשן.
וואס מיינסטו, וואס איז דאס התנגדות פון סקווירא אויף ברסלב, ווער איז שולדיג אין די גאנצע התנגדות? שולדיג אין דעם זענען די עזות פנימ'ער פון ברסלב. דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו האט זייער געהאלטן פון רבי'ן, אזוי ווי עס באוואוסט דעם סיפור ביי אנשי שלומינו. א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו, ער האט זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן אן עצה, האט אים דער מגיד געגעבן א עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך אפאר טעג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט, ער ווערט נכשל במקרה לילה רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט דארפן צוריקקומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויס געברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר די גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה".
ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן די גאנצע התנגדות? שולדיג זענען די עזות פנימ'ער פון ברסלב; אין בארדיטשוב האבן געוואוינט אסאך ברסלב'ער חסידים, און ווען מען פארט פון בארדטישוב קיין אומאן פארט מען אריבער סקווירא. ווען זיי פלעגן פארן צום רבינ'ס ציון קיין אומאן, זענען זיי איינגעשטאנען ביי דעם גרויסן צדיק הרב הקדוש רבי דוד'ל מסקווירא זכותו יגן עלינו, ער האט זיי זייער מכבד געווען, ער פלעגט זיי אריין נעמען מיט גרויס ליבשאפט. מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט נאך געהערט פון אן אלטן ברסלב'ער איד פאר זעכציג יאר צוריק וואס ער איז געפארן מיט א גרופע ברסלב'ער אידן קיין אומאן, ווען זיי זענען דורך געפארן די שטאט סקווירא האט דער גרויסער צדיק רבי דוד מסקווירא זכותו יגן עלינו זיי אויפגענומען מיט גרויס ליבשאפט, ער האט געהייסן זיינע חסידים זיי זאלן ברענגען עסן בריווח און אנגרייטן פאר זיי וואו צו שלאפן.
זענען געווען עזות פנימ'ער וואס פלעגן רעדן צום סקווירא'ער רבי מיט חוצפה, זיי פלעגן אים רופן ביים נאמען וכו', אזוי ווי מען רופט א חבר: "... ברענג נאך זופ", "... ברענג נאך פלייש"; דער פריערדיגער סקווירא'ער רבי זכרונו לברכה איז געווען זייער נזהר אין כיבוד אב, ער האט דאס נישט געקענט צוזען, ער האט נישט געקענט צוהערן ווי מען רעדט צו זיין גרויסע טאטע מיט זלזול, והוה מה דהוה.
דאס זעלבע איז געווען אין ר' נתנ'ס צייטן, ווען ער איז אריבער די שרעקליכע מחלוקות וכו'; ווער איז שולדיג אין דעם? אויך איינער א לץ וואס פלעגט זיך דרייען אינעם ברסלב'ער קלויז. עס איז געווען איין יאר וואס עס איז נישט געווען צו באקומען קיין אתרוגים אין גאנץ אקריינא, די סאווראנע חסידים האבן פארשאפט אן אתרוג פאר זייער א רבי פאר אסאך געלט, און זיי האבן עס געשיקט מיט א שליח קיין סאווראן. אויפן וועג איז דער שליח מיד געווארן, האט ער זיך אראפ געלייגט שלאפן; דער אתרוג איז געווען איינגעפאקט זייער טייער, אין א טייערע האלטער, א גוי איז פונקט אריבער דארט וואו דער שליח איז געשלאפן, און ער האט געזען דעם טייערן שאכטל. האט ער געטראכט צו זיך: 'מן הסתם ליגט דא א טייערע דיימאנט', ווען ער האט דאס געעפענט האט ער געזען א פרי וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען, ער איז געווארן זייער צעמישט: 'פארוואס פאקט מען אן א פרי אין א טייערע האלטער?' האט ער געטראכט צו זיך: 'מן הסתם איז דאס זייער א גוטע פרי, פארדעם האט מען דאס אזוי טייער איינגעפאקט', ער האט געוואלט פארזוכן פון די טייערן פרי, האט ער אראפגעביסן דעם עק פונעם אתרוג, אבער זעענדיג ווי ביטער דאס איז, האט ער אויסגעשפיגן דעם פיטום און צוריק איינגעפאקט דעם אתרוג שטילערהייט אז דער מענטש זאל זיך נישט דערוועקן און באמערקן וואס ער האט דא געטון. למעשה האט דער שליח געברענגט דעם אתרוג צום רבי'ן פון סאווראן, עס איז געווארן א טומל דארט אין שטוב, זיי האבן אזוי לאנג געווארט ווען וועט שוין אנקומען דעם טייערן אתרוג, למעשה איז אנגעקומען א אתרוג אן א פיטום... אלע חסידים זענען געווען זייער טרויעריג אז דער רבי האט נישט קיין אתרוג אויף יום טוב.
עס איז געווען א לץ וואס האט זיך געדרייט אין ברסלב, ער האט זיך געשטעלט ביים פענסטער פון ברסלב'ער בית המדרש ערב יום טוב סוכות, בשעת מען האט געדאווענט מנחה און געזאגט די קרבנות און "פיטום הקטורת"; יעדעס מאל ער האט געזען ווי סאווראנע חסידים גיין אריבער, האט ער געשריגן "פיטום הַק..." "פיטום הַק..." ער האט נישט געזאגט הקטורת נאר "הַק..." - דער פיטום פונעם אתרוג איז אפגעהאקט. פאר די סאווראנע חסידים האט דאס זייער געבאדערט, האבן זיי פארשטאנען אז די ברסלב'ער האבן דאס אונטער געשטעלט, זיי האבן אראפגעבראכן דעם פיטום פון זייער רבינ'ס אתרוג, והבערה ללהב יצאת, והוה מה דהוה.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש, און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש - זאגט דער רבי, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדער קלוגער טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים אדער אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב ווייל איבעראל איז דא עזות פנימ'ער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.