תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
שוין א שיינע שטיק צייט וואס איך הער די שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע און להבחל"ח פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך שעפ אסאך חיזוק און חיות פון די הייליגן דיבורים פון רבי'ן.
איך וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, אבער למעשה איז מיר יעצט אויף די מינוט נישט מעגליך דאס צו טון, איך האף אז איין טאג וועל איך קענען פארן אי"ה. איך האב געהערט א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז נישט געפארן די ערשטע יאר קיין אומאן, ווייל אזוי האט ער שפעטער יא געקענט פארן, און דאס האט מיר געגעבן אסאך חיזוק, זעענדיג אז ס'איז דא אזא זאך אז איינער וואס איז מקושר צום רבי'ן, שעפט חיות פון רבי'ן, זאל אבער נישט האבן דערווייל די מעגליכקייט צו פארן קיין אומאן.
איך האב אבער געוואלט פרעגן, אזוי ווי כ'האב געהערט פון מוהרא"ש אז דער רבי האט געזאגט איבער די גרויסקייט פון זיין ערב ראש השנה, אז אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ס'איז ביי אים ראש השנה. האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'האט פשט פאר איינעם וואס קען דערווייל נאכנישט פארן אויף ראש השנה, אז ער זאל כאטש פארן אויף ערב ראש השנה, דאס מיינט צו זיין אין אומאן אויף שבת, און זאגן סליחות זכות ברית מוצאי שבת ביי חצות, זאגן תיקון הכללי ביים ציון, און כאפן א פליגער צוריק קיין ניו יארק אויף ראש השנה.
איז דאס בכלל אינטערעסאנט? אדער זאל איך ענדערש ווארטן ביז דער אייבערשטער וועט מיר העלפן אז איך וועל קענען געהעריג פארן אויף ראש השנה?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי האט נישט געהייסן קומען צו אים אויף 'ערב ראש השנה', דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה זעלבסט. דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט מיט די גרעסטע לשונות ארויס צו ברענגען ווי שטארק ער וויל מען זאל קומען צו אים, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען"; נאך האט ער געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה אז איך ווייס וואס איז ראש השנה, איך האב דאס נישט באקומען בירושה פון מיינע עלטערן נאר איך האב דאס באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, "לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", און נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.
דו פרעגסט צי עס איז בכלל אינטערעסאנט צו קומען קיין אומאן אויף 'ערב ראש השנה'? אודאי איז ווערד דאס קומען קיין אומאן! א גאנץ יאר – נישט קיין חילוק וועלכע צייט - ווען מען קומט צום רבי'נס ציון איז מען זוכה צו די הבטחה וואס דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה), אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי (די צען קאפיטלעך תהילים - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וֶועל אִיךְ זִיךְ לֵייגְן אוֹיף דִי לֶענְג אוּן אוֹיף דִי בְּרֵייט אִים אַ טוֹבָה צוּ טוּן; בַּיי דִי פֵּיאוֹת וֶועל אִיךְ אִים אַרוֹיס נֶעמֶען פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית".
אז דו וועסט קומען ערב ראש השנה וועסטו זען בחוש וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אמאל נאכ'ן זאגן סליחות ערב ראש השנה (חיי מוהר"ן, סימן שה): "אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ביי מיר ערב ראש השנה"; ערב ראש השנה ביים ציון אין אומאן איז א געשעעניש וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט, דעמאלט קומען אלע צום ציון וואו מען וויינט צום אייבערשטן ער זאל אונז אנשרייבן א גוט יאר און מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות; טייכן טרערן ווערן פארגאסן ביים ציון שוין פון ליל זכור ברית, יעדער איינער איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט דעם נייעם יאר, מען זאגט דעם תיקון הכללי מיט'ן האפענונג אז מען וועט אלעס פאררעכטן.
קודם קום אויף שבת און אויף ערב ראש השנה, אפשר וועסטו פארשפעטיגן וכו' - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן אין אומאן און באקומען די אלע הבטחות וואס דער רבי האט צוגעזאגט.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.