תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין זון, זיבן יאר אלט, דערציילט מיר אז פרייטאג צו נאכטס ווען ער שפילט מיט די קינדער אינדרויסן פון שול אויפ'ן גאס, איז דא א מענטש וואס גייט אסאך מאל דארט דורך, און די קינדער האבן ליב צו שמועסן מיט אים.
קודם האב איך סתם אזוי דערשראקן אז מיין קינד שמועסט מיט עפעס א פרעמדן מענטש, אבער נאכדעם האב איך זיך נאך מער דערשראקן ווען ער דערציילט מיר אז יענער מענטש דערציילט אים זייער שרעקעדיגע מעשיות, ער האט דערציילט אז זיין שוועסטער האט פרובירט זיך אליין צו הענגען, אז עפעס א כלה האט איז געהאנגען געווארן אין די נאכט פון איר חתונה, און אז ווען ער איז געווען א קינד אין חדר איז געווען דארט א שיסעריי, און נאך אזעלכע סארט מעשיות.
מיין קאפ האט אנגעהויבן שווינדלען, איך האב אים געזאגט אז אויב דער מענטש גייט דארט נאכאמאל דורך זאל ער גלייך אריינלויפן אין שול רופן טאטי, און אויב נישט וועט ער נישט קענען מער שפילן אינדרויסן מיט די אנדערע קינדער.
זאל איך גיין נאך שטרענגער, אים זאגן אז דער מענטש קען זיין א סכנה פאר אים? וועלכע ווערטער נוצט מען דאס צו ערקלערן פאר אזא יונג קינד?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
מרת ... תחי'
דערציילט אייער מאן די מעשיות און שמועסט אינאיינעם אז מען דארף אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן נישט זיין אויף הפקר, און אויך ווען מען נעמט זיי אין שול, און ווען זיי שפילן אינדרויסן פון שול - דארף מען זיך אומקוקן ווער עס איז מיט זיי, און אז נישט געזונטע מענטשן זאלן נישט האבן מיט זיי.
בעטס פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, בעטס פאר זיי ביים צינדן די שבת לעכט און ביים אפשיידן חלה און ביי די אנדערע מצוות, ווייל די תפילות וואס די מאמע בעט פאר די קינדער ביים טון די הייליגע מצוות - ווערט אנגענומען און מיט דעם פועל'ט מען.
אויך זאלט איר זאגן תהלים; מוהרא"ש דערציילט אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און ער האט אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; און אזוי אויך האט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו געזאגט ווען מען האט אים געפרעגט אין וועלכע זכות ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט ער געזאגט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.