תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי, און דעם פארגאנגענעם זומער האב איך אנגעהויבן הערן די שיעורים, און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן, ספעציעל דאס וואס איר זאגט כסדר אז יעדער קען מצליח זיין, ס'איז דא א וועג פאר יעדן איינעם.
איך בין שווער מיט עברי, אבער מיט אייער חיזוק און עצות האב איך אנגעהויבן זאגן תהלים יעדן טאג, כאטש וואס איך בין בכלל נישט אזא סארט מענטש צו זאגן תהלים, און איך גיי שוין יעצט ענדיגן תהלים צום 30'סטן מאל.
דער עיקר בין איך אבער יעצט זייער פרייליך אז איך האב זוכה געווען צו זיין ביים רבינ'ס ציון אין אומאן צום ערשטן מאל. איך בין אינגאנצן נישט דער מענטש וואס זאל פארן צום ציון, אבער דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז בין איך געפארן, און איך האב געשפירט אז איך בין ממש געווארן א נייער מענטש, איך האב באקומען דארט א נייע לעבן. איך ווייס אז יעדער זאגט עס, אבער איך שפיר ממש ווי כ'האב באקומען א נייע נשמה.
איך בין דער לעצטער מענטש וואס זאל פארן קיין אומאן, און אויב בין איך געפארן, מיינט דאס אז יעדער מענטש קען אהין פארן.
א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלע חיזוק און עצות אין לעבן.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס; פון היינט און ווייטער זאלט איר אייביג זיין פרייליך.
יעצט זענט איר ניי געבוירן, דער רבי האט אויסגעוואשן אייער נשמה; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס ציען פון שואל תחתית"; דערפאר אז איר האט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים רבינ'ס ציון האט איר אראפ גענומען פון זיך אייער גאנצע עבר, פון יעצט הייבט זיך אן א נייע צייט פאר אייך, יעצט וועט איר זיין ערליך און טייער.
איר האט מיר ממש מחי' געווען.