שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך בין מקנא די יונגע בחורים, קען איך נאך אויך מצליח זיין?
בחור, עבודת השם, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן בערך 40 יאר אלט, איך האב ב"ה א שיינע משפחה, און איך הייס א שיינער איד, אבער נאר איך אליין ווייס דעם אמת ווער איך בין, ווי ווייט איך בין פונעם אייבערשטן, און ווי נישט גוט איך פיר זיך אויף.


זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה האט זיך געטוישט מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן לערנען משניות און גמרא, איך האב ב"ה שוין זוכה געווען צו ענדיגן לעצטנס די ערשטע מאל ששה סדרי משנה, און כאטש וואס איך פאל נאכאלץ דורך, איך בין נאכנישט אינגאנצן אויסגעארבעט, שפיר איך אבער אז דער וועג ברענגט מיט נענטער צום אייבערשטן.


ווען איך האב אבער געהערט עטליכע דרשות וואס איר האט געזאגט אין ישיבה ביי סיומים, בין איך געווארן זייער צעבראכן, איך זע ווי יונגע בחורים זענען זוכה צו לערנען אזוי סאך, זיי הויבן אן זייער לעבן מיט די געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, און דאס ברענגט אין מיר אריין א קנאה געפיל, וואו בין איך אויף דער וועלט? הלואי ווען איך קען ווען צוריק ווערן א בחור און זיך אריינזעצן ביי אייך אין ישיבה.


אפשר קענט איר מיר שרייבן עטליכע ווערטער, אויב איך קען זיך נאך אויך נעמען אין די הענט אריין, אויב איך קען נאך אויך יעצט ביי די 40 יאר אנהויבן מיין לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, דו לערנסט אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן און דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה.


ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים (משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


כל זמן א מענטש לעבט קען ער זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס ער דארף מתקן זיין. דער הייליגער צדיק רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו איז אמאל אריין שפעט ביינאכט צום שוסטער, ער האט זיך אנטשולדיגט אז ער קומט אזוי שפעט ביינאכט, אבער בלית ברירה מוז ער יעצט קומען אין אזא שפעטע שעה ווייל זיין שיך האט זיך ממש יעצט צעריסן און ער וויל וויסן צי ער קען דאס נאך פארעכטן. האט זיך דער שוסטער אנגערופן: "כל זמן די ליכט ברענט נאך, קען איך עס נאך פארעכטן"; רבי ישראל סאלאנטער זי"ע איז זייער נתעורר געווארן פון די ווערטער, ער האט געטראכט צו זיך: 'דאס מיינט מען מיר; דאס איז א בת קול וואס זאגט מיר אז כל זמן די ליכט ברענט, דאס הייסט, ווי לאנג א מענטש לעבט, זיין נשמה איז אין אים, וואס די נשמה ווערט אנגערופן א ליכט אזוי ווי עס שטייט (משלי כ, כז): "נֵר ה' נִשְׁמַת אָדָם", קען מען נאך אלעס פארעכטן'; דעריבער, אז דו פרעגסט צי ביי די פערציג יאר קען מען נאך אנהייבן וכו'; זאלסטו וויסן אז כל זמן די ליכט ברענט, קען מען נאך אלעס פארעכטן.


געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט פארעכטן.


דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט (פסחים מט:): "מִי יִתֵּן לִי תַּלְמִיד חָכָם, וַאֲנַשְׁכֶנּוּ כַּחֲמוֹר", פאר איך האב געלערנט תורה האב איך אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם, אז איך האב אים געוואלט פארציקן אזוי ווי אן אייזל פארציקט א צווייטע בעל חי, און ביי די פערציג יאר האט ער תשובה געטון און זוכה געווען צו ווערן אזוי גרויס, עד כדי כך אז ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל נעמען די תורה פאר די אידן האט ער געזאגט פארן אייבערשטן (מנחות כט:): "פארוואס געבסטו נישט די תורה פאר די אידן דורך רבי עקיבא?" זעט מען צו וואס מען קען צוקומען אויב מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


מוהרא"ש ברענגט אראפ פון פריערדיגע אז די ראשי תיבות פון רבי ע'ק'י'ב'א' איז: יֶ'שׁ ק'וֹנֶה ע'וֹלָמוֹ בְּ'שָׁעָה אַ'חַת; א מענטש וואס האט אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן פיר און צוואנציג טויזנט תלמידי חכמים.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג, דו וועסט זיין שטארק מיט דיינע שיעורים וועט דער אייבערשטער דיר פארגעבן אויף אלע דיינע יארן וואס דו האסט געטון נארישקייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, ער לערנט תורה יעדן טאג, זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.