תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר די שיעורים און פאר די עצתו אמונה, און פאר די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשיקט, און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז.
ברוך השם איך האב געענדיגט די זעקס און צוואנציגסטע מאל משניות.
איך האב געוואלט פרעגן, דער רבי זאגט אין ספר המדות (אות צדיק, סימן קט"ז): "לִפְעָמִים צָרִיךְ לְבַקֵּשׁ רַחֲמִים עַל הַחוֹלֶה שֶׁיָּמוּת", ווי אזוי ווייסט מען ווען מען דארף אזוי מתפלל זיין?
דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן הצלחה אין אלע ענינים.
איך ווארט שוין צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז דא די שאלה אין שו"ת ברסלב (חלק כ, סימן ב' תקי), איינער פרעגט אן מוהרא"ש אויף דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קטז): "לִפְעָמִים צָרִיךְ לְבַקֵּשׁ רַחֲמִים עַל הַחוֹלֶה שֶׁיָּמוּת", אמאל איז גוט צו בעטן אויף א חולה ער זאל שוין שטארבן; מיר ווייסן דאך אז מען טאר זיך נישט מייאש זיין פון בעטן דעם אייבערשטן.
מוהרא"ש ענטפערט אים, אודאי דארף מען בעטן, אפילו ווען די דאקטוירים זאגן אז עס איז שוין דערנאך טאר מען זיך נישט מייאש זיין פון בעטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות י.): "אֲפִלּוּ חֶרֶב חַדָּה מֻנַּחַת עַל צַוָּארוֹ שֶׁל אָדָם", אפילו עס ליגט א שארפע שווערד אויפן האלז פונעם מענטש, "אַל יִמְנַע עַצְמוֹ מִן הָרַחֲמִים", זאל מען זיך נישט מייאש זיין פון בעטן דעם אייבערשטן.
מוהרא"ש זאגט דארט, דאס וואס דער רבי זאגט: "לִפְעָמִים צָרִיךְ לְבַקֵּשׁ רַחֲמִים עַל הַחוֹלֶה שֶׁיָּמוּת", אמאל דארף מען מתפלל זיין אויף א חולה ער זאל שטארבן; דאס איז נישט קיין סתירה מיט די ווערטער פון חז"ל, דאס מיינט מען ווען דער מענטש לעבט שוין נישט, ער לעבט נאר אויף א מאשין, וואס מען קען נעבעך ליגן אזוי אויף א מאשין יארן, מען לעבט נישט און מען איז אויך נאכנישט געשטארבן, דאס איז שרעקליכע יסורים פארן מענטש, אויף אזא איינעם איז געזאגט געווארן דעם רבינ'ס ווערטער.
שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, גיי יעדן טאג אין א ווינקל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין אים קענען דינען, לערנען און דאווענען, און זיין א גרויסער צדיק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.