שאלה אין קורצן ענין
#1 - א ברכה פאר'ן זיך שערן די האר?
חיזוק פאר פרויען, בושה, שערן די האר, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק און איך לויב דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען חתונה צו האבן, און ש'כח אייבערשטער אז צוויי וואכן נאך די חתונה האב איך זוכה געווען אפצושערן מיינע האר מיט גרויס שמחה צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אוועק געבן אביסל פון זיין טייערע צייט און מיר שיקן א ברכה, וועל איך זיך זייער שטארק פרייען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די פרייליכע זאך, אז איר האט זיך אפגעשוירן די האר צוויי וואכן נאך אייער חתונה און עס געטון מיט גרויס שמחה, און איך שיק ענק א ברכה: "יהי רצון עס זאל זיין די ווילן פונעם אייבערשטן אז ענק זאלן זוכה זיין שתשרה שכינה בביתכם, די שכינה זאל רוען אין ענקער שטוב, און ענק זאלן זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, צו פרנסה און צו הצלחה", בזכות וואס איר האט זיך אפגעשוירן, איר האט געטון וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט, און וואס די אלע הייליגע צדיקים האבן אונז געלערנט.


שעמט זיך נישט מיט די הייליגע זאך, דערציילט פאר אלע חבר'טעס אז איר זענט אפגעשוירן, זאלן זיי זיך שעמען; די וואס גייען מיט די אייגענע האר - די דארפן זיך שעמען, ווייל דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


ביי אונז אין אמעריקע זענען אלע פרויען פון די היימישע חסידי'שע קהילות אפגעשוירן, ביי ענק אין ארץ ישראל איז דא א גרויסע צעמישעניש, מען פארדרייט דארט די מוחות, אז מען זאל ענדערש גיין מיט האר ווי א שייטל, די צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן אנדערש געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.