תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל אביסל מיטטיילן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א עטליכע פרייליכע זאכן.
איך בין א מלמד דא אין ארץ ישראל, און זייענדיג מקורב צום ראש ישיבה האב איך יעדן טאג כמעט פרובירט איבערצוגעבן פאר מיינע תלמידים די שיינע זאכן וואס איך האב באקומען.
אזוי ווי עס ענדיגט זיך יעצט די יאר, האב איך געפרעגט פאר מיינע תלמידים [8 יאר אלט] וואס זיי האבן ספעציעל קונה געווען דאס יאר, די תשובה האבן אלע געענטפערט אינאיינעם, א. תפילה ב. זיך פרייען מיט די ציצית ג. מ'דארף רעדן שיין צו טאטע מאמע.
בנוסף צו דעם גייען אסאך תלמידים מסיים זיין מסכת תענית [אלס א זייטיגע לימוד אין די פרייע צייטן] לכבוד די ניין טעג. נאכדעם וואס איך האב זיי אויף דעם מחזק געווען. היינט האט מיר א תלמיד געוויזן א ששה סדרי משנה וואס זיין טאטע האט אים געקויפט, האב איך אים געפרעגט וואו ער האלט, און איך האב אים געלייגט א סטיקער.
די קרעדיט קומט זיך פאר'ן ראש ישיבה וואס שפארט נישט קיין מיה און כח אלעס כדי אריינצוברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין די וועלט. איך שפיר אלס א חוב דאס מיטצוטיילן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות פון זיין א מלמד - אויבן אין הימל; א מלמד וואס געבט אכטונג אויף די קינדער, ער לערנט מיט זיי תורה - האט א גרויסע כח אין הימל, ער קען פועל'ן אלעס וואס ער וויל.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעהויבן רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד אדער א טיטשער געבט אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.
ווער רעדט נאך א מלמד מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן - איז דאך גאר עפעס אנדערש; מען האט וואס צו פארקויפן, מען האט וואס אריין צו לייגן אין די קינדער. דער רבי געבט סחורה אין די האנט, מען האט וואס צו פארקויפן ווייטער; אפגערעדט אז מען קען אריין באקן אין די הערצער פון די קינדער ריינע אמונה, ווייל אמונה קען מען נאר איבערגעבן אויב מען האט דאס אין זיך; א מלמד וואס די אמונה שיינט אין אים - דער קען איבער געבן פאר זיינע תלמידים זיי זאלן אויך שפירן דעם אייבערשטן.
דער רבי האט געזאגט: "איך וויל נישט מיינע לייט זאלן זיין מלמדים (שיחות הר"ן, סימן רמ, רמא; חיי מוהר"ן, סימן תסה, תקצא), אבער אז מען דארף שוין יא זיין א מלמד, ווער דען זאל זיין א מלמד אויב נישט פון מיינע לייט?" ווייל מען דארף אליין האבן א שטארקע אמונה דאס צו קענען איבערגעבן פאר תלמידים, זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ריינע אמונה; דאס איז דער יסוד פון א איד, מען זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער, מען זאל לעבן מיט דעם און קיינמאל נישט פארגעסן פון די אמונה.
ליידער ליידער הייטיגע טעג רעדט מען פון אלעם נאר נישט פון די פשוט'ע אמונה; מען רעדט צו קינדער פון לימוד התורה, מען רעדט פון לערנען רצופות, מען רעדט פון זיין א מצוין, מען רעדט פון זיך פארהערן און באקומען אן אויסצייכענונג - נאר פון די פשוט'ע אמונה רעדט מען נישט, שפעטער וואונדערט מען זיך פארוואס בחורים האבן נישט קיין יראת שמים, מען וואונדערט זיך פארוואס מען טרעפט בחורים און אינגעלייט וואס טוען עבירות און האבן נישט קיין געפיל צו א שבת, צו מצוות; וואלט מען ווען געפילעוועט אין זיי אמונה, וואלטן זיי געבליבן ערליכע פשוט'ע אידן.
שטארק זיך און זיי ממשיך בית שאת וביתר עוז, ויהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם.