שאלה אין קורצן ענין
#1 - איז גראפאלאגיע אן אויסגעהאלטענע זאך?
שידוכים, גראפאלאגיע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אסאך געארבעט צו מאכן א שידוך פאר א גרוש מיט א גרושה בזיווג שני, נאך אסאך ארבעט, נאך אסאך זיך נאכפרעגן און רעדן און איבעררעדן, האט איין זייט באשלאסן אז זיי ווילן געבן א כתב יד פון די אנדערע זייט צו א גראפאלאג, און די ענטפער פונעם גראפאלאג איז געווען אז דער שידוך שטימט נישט.


איך האב געהאט גאר גרויס עגמת נפש פון דעם, עס האט מיר אינגאנצן אוועק גענומען דעם אפעטיט ווייטער צו טון אין שידוכים.


איך וויל וויסן וואס איז די ריכטיגע בליק אויף די גאנצע זאך פון גראפאלאגיע, האט עס אן אמת אין זיך? איז עס אויסגעהאלטן על פי תורה?


און איך אויך דארף איך חיזוק אז איך זאל ווייטער קענען עוסק זיין אין מאכן שידוכים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גאנצע זאך פון גראפאלאגיע איז א גרויסע דמיון אויסגעזויגן פון די פינגער, עס האט נישט קיין שום מקור אין די תורה, עס האט נישט מיט קדושה.


די צרה איז, אז ליידער זענען מיר אין אזא ביטערע גלות, אז ביי היימישע משפחות האט זיך שוין אויך אריינגעכאפט די אלע סארט דמיונות פון גראפאלאגיע וכו' וואס שטאמט פון די פעלקער און פון די ערב רב.


טו ווייטער אין די גרויסע מצוה פון שידוכים, ווער נישט צעפאלן ביי זיך אז דער שידוך האט זיך נישט אויסגעפירט, טו ווייטער אין שידוכים פאר אידישע קינדער. ברוך השם איך טו אויך אין די הייליגע מצוה פון מאכן שידוכים, יעדן טאג טו איך אין שידוכים, און איך האב אויך אן א שיעור חלישות הדעת, עגמת נפש און בזיונות, און ביי מיר קומט אויך אריין די מחשבות פון אפלאזן, איך טראכט צו זיך - נאכן זיך פארען מיט א שידוך און עס ווערט פארפלאנטערט וכו' וכו' – 'וואס פעלט מיר אויס מאכן שידוכים?' איך טראכט: 'שוין גענוג געווען, דאס איז די לעצטע שידוך מיט וואס איך פארע זיך'; אבער איך דערמאן זיך פון מוהרא"ש וואס האט געבלוטיגט פאר שידוכים, געבלוטיגט צו מאכן שידוכים, ער האט גארנישט געהאט דערפון, נאר בזיונות און עגמת נפש. ער האט זיך פארשעמט פאר די גאנצע וועלט און ער איז ווייטער אנגעגאנגען ביז זיין לעצטע טאג אין זיין לעבן, דאס מאכט מיר ווייטער גיין.


זאלסטו אויך ווייטער טון אין שידוכים, און אז דו הערסט אז מען וויל א כתב פאר גראפאלאגיע אדער אנדערע טשאדעלע באדעלע מעשיות - זאלסטו רעדן מיט זיי און זאגן אז דאס איז נישט די דרך התורה, דאס איז קעגן די תורה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.