שאלה אין קורצן ענין
#1 - איז דא א וועג אייביג צו זיין פרייליך?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די ענטפער, מתובל בדברי מוסר, אויף מיין שאלה אויף דעם וואס חסידות'ן פארפארן פון זייער ארגינעלן וועג, איך האב זיך זייט דעמאלט מקבל געווען צו האבן מער א פאזיטיווע בליק אויף קהילות בישראל און ערליכע רבנים.


איך האב נאך א ווייטע וועג צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעדעס מאל איך הער א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך ליין די בריוו, ווער רעדט נאך ווען דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט מיר פערזענליך א בריוו, מאכט עס מיך פאר א בעסערער איד, איך טו תשובה צום אייבערשטן און איך נעם זיך פאר צו זיין בעסער און ערליכער.


איך האב שאלות צו פרעגן, און איך וועל זיך זייער פרייען און זייער דאנקבאר זיין אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר באגליקן און מיר ענטפערן, עס וועט מיר העלפן זיין אן ערליכער איד.


שוין א שיינע פאר חדשים פארלאפן פון דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח העעל"ט, אבער איך האב א זאך וואס עגבערט מיר נאך פון דעמאלט.


אום חול המועד האב איך געהערט אן אינטערוויו אויף "קול ברסלב", ווי איינער האט איבערגעזאגט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געפרעגט זיין ווייב פסח ביינאכט וואס זי וויל פאר אפיקומן. עס איז מיר געפאלן דעם געדאנק, איך האב אויך געוואלט זיין א גוטער, האב איך געפרעגט מיין ווייב וואס זי וויל פאר אפיקומן, אפשר א צירונג, אדער עפעס אן אנדערע שיינע זאך, האט זי מיר געזאגט, אז זי וויל עפעס אנדערש, איך האב זיך זייער געוואונדערט וואס זי קען וועלן, האט זי מיר געזאגט אז זי וויל איך זאל איר צוזאגן אז איך וועל אייביג זיין פרייליך און קיינמאל נישט זיין אין א שלעכטע מוט אינדערהיים. איך האב איר געזאגט אז יעצט אויף די מינוט קען איך איר דאס נישט צוזאגן, אבער אי"ה מיט די צייט וועט דאס געשען.


שאלתי ובקשתי, איז דא אזא זאך אז א מאן זאל באמת קענען צוזאגן פאר זיין אשת חיל אז ער גייט אייביג זיין פרייליך אין שטוב און קיינמאל נישט זיין מיט א אראפגעלאזטע נאז? אין לעבן זענען דאך דא אלע סארט מצבים, אלץ קען זיך מאכן אז זאכן זאלן גיין מיט'ן לינקען פוס, וואס ענטפער איך פאר מיין ווייב ווען זי וועט מיך פרעגן וואס איז געווארן מיט מיין אפיקומן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי קען יעדער איינער אנקומען צו זיין שטענדיג פרייליך, דורך לערנען דעם רבינ'ס ספרים און פאלגן די עצות, בפרט די עצה פון התבודדות, און לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה אזוי ווי אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן (סימן עו), עיין שם.


לערן דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך. דער הייליגער רבי איז דער בן השמחה וואס איז יעדן איינעם מנחם ומשמח, ער טוט יעדן פרייליך מאכן. דער רבי איז באהאלטן אין זיינע ספרים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים - זעט מען דעם רבינ'ס פנים, מען טרעפט דעם רבינ'ס שכל און חכמה.


זיי זיך מחי' מיט די גוטע זאכן וואס דו טוסט; מיט דיין תפילין, מיט דיין ציצית, זיי זיך מחי' מיט שבת און יום טוב, און אודאי און אודאי מיט 'שלא עשני גוי', א גוי ביסטו נישט, ביסט א איד, א חלק פונעם אייבערשטן; אז דו וועסט זיך מחי' זיין מיט די גוטע זאכן וואס דו טוסט - וועסטו זיין זייער פרייליך, דו וועסט קיינמאל נישט ווערן בעצבות ומרה שחורה. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ" פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן" ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח, צו וויסן וואס מען האט צוטון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ" ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ" אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת" אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ" מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת" ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


זאגט דער רבי ווייטער, ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? "וְלָבוֹא לְשִׂמְחָה הוּא עַל יְדֵי מַה שֶּׁמּוֹצֵא בְּעַצְמוֹ אֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבָה עַל כָּל פָּנִים" מען זאל אויפזוכן אין זיך עפעס א גוטע זאך, פריי זיך - "בַּמֶּה שֶׁזָּכָה לִהְיוֹת מִזֶּרַע יִשְׂרָאֵל" אז דו ביסט א איד, "שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי" א גוי בין איך נישט, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.