שאלה אין קורצן ענין
#1 - דאווענען פאר אידן מיט מסירות נפש?
תפילה והתבודדות, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר די עצתו אמונה.


עס שטייט אין ספר המדות אות אהבה סימן י, "מי שמתפלל על ישראל במסירות נפש, הכל אוהבין אותו", וואס מיינט דאס? וואס זאל מען מתפלל זיין אויף די אידן? און וואס דארף מען טון אז די תפלה זאל זיין במסירות נפש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות אהבה, סימן ה): "מי שמתפלל על ישראל במסירות נפש, הכל אוהבים אותו", אלע האבן ליב דער וואס בעט פאר אידישע קינדער מיט מסירות נפש, אזוי ווי מיר געפינען ביי משה רבינו און ביי דוד המלך ווי אלע אידן האבן זיי ליב געהאט, ווייל זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן פאר כלל ישראל מיט מסירות נפש, און דאס דארף זיין אונזער עבודה שטענדיג צו בעטן דעם אייבערשטן פאר כלל ישראל, אז אלע אידן זאלן זוכה זיין תשובה צו טון און האבן נאר גוטס, אלע זאלן זיין געזונט און האבן פרנסה.


מוהרא"ש זאגט אין ספר ביאורי המידות (שם), דאס וואס דער רבי זאגט: "הכל אוהבים אותו", אלע האבן אים ליב, דאס מיינט נישט דוקא ווען דער צדיק לעבט, עס זענען דא צדיקים וואס האבן מסירות נפש פאר כלל ישראל און אלע רעדן אויף זיי און שפעטן וכו', "אף על פי כן שמו הקדוש נשאר לדורי דורות בקדושה", מיט דעם זעט מען שפעטער ווען זיי גייען אוועק פון דער וועלט בלייבט זייער נאמען הייליג, "והכל אוהבים אותו", און אלע האבן אים ליב, "ואף שבחיים מכפישים את שמו", אפילו מען האט אים גערודפ'ט ביים לעבן, "והכל מדברים עליו", און גערעדט אויף אים וכו'.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.