תוכן השאלה
לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,
שלום וברכה, איך בין א פרוי פון יבנאל, מיט א שיינע משפחה. איך בין שוין חתונה געהאט מיט מיין חשובער מאן פאר 17 יאר, און מיר האבן ב"ה א שיינע שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך קע"ה. איך דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס גוטס וואס ער האט מיר געגעבן און ער געבט מיר נאכאלץ.
מיר זענען געקומען וואוינען קיין יבנאל מיט עטליכע יאר צוריק, מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו ווערן בעלי תשובה דורך ברסלב, מיר האבן אבער נישט געהאט קיין רב און צדיק וועמען מיר האבן אויסגעהערט און געפאלגט אויף א רעגעלמעסיגן פארנעם. ווען מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל זענען מיר ב"ה געווארן מקורב צו מוהרא"ש, מיר זענען אריין צו אים און געשריבן צו אים עטליכע מאל, מיר זענען געווען ביי דרשות און טישן, אבער ליידער איז מוהרא"ש נסתלק געווארן נישט צו לאנג נאכדעם וואס מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל.
די לעצטע דריי יאר האבן מיר ב"ה ווייטער געוואוינט דא אין יבנאל, מיר זענען ב"ה זייער מצליח ברוחניות ובגשמיות, איך שפיר אבער נישט אז מיר זענען געשטיגן צופיל ברוחניות אין די יארן. דער מצב דא, מיט אזויפיל לשון הרע'ס פון אלע זייטן, אזויפיל מחלוקת און קריגערייען, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן, דער מצב איז זייער שלעכט משפיע אויף אונז. איך וויל ממש נישט ארויסגיין פון דערהיים, ווייל איך שפיר אז אויב יא קען איך אויך ווערן אריינגעשלעפט אין די פייער פון מחלוקת און לשון הרע.
אונזער שלום בית איז ב"ה זייער פיין, איך פארשטיי זיך ב"ה זייער גוט מיט מיין מאן, ווען עס קומט אבער צו גיין צו א צדיק בין איך נישט אויף די זעלבע מיינונג ווי מיין מאן. ער האלט אז מ'איז האבן א צדיק פון היינט, איך האב אבער נישט מסכים געווען דערצו, איך האב זיך קעגנגעשטעלט, און דאס האט שטארק געשטערט די שלום בית ביי אונז אינדערהיים.
איך האלט אז מיר קענען ווייטער אנגיין בלויז מיט די לימודים פונ'ם רבי'ן און מוהרא"ש, מיין מאן האלט אבער אז מ'דארף אויך האבן א לעבעדיגע רבי און זיך מבטל זיין צו אים, איך פארשטיי אבער נישט צו די זאכן, איך ווייס נישט ווי אזוי מ'ווארפט אוועק דעם שכל פאר א צדיק. איך בין שוין געווען ביי אסאך צדיקים פאר א ברכה און הדרכה, איך האב אבער קיינמאל נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט זיך מבטל צו זיין פאר א צדיק.
און אויב וועט מיין מאן מקבל זיין פון איין צדיק, און איך פון א צווייטן צדיק, וועט דאס זיכער נישט טויגן.
אלנפאלס, איך ווייס נישט דער ריכטיגער וועג ווי אזוי צו גיין, דאס אז אונזער שטוב איז נישט אינגאנצן בשלום, איז זיכער זייער נישט גוט פאר די קינדער, איך ווייס אבער נישט וואס איך דארף יא צו טון. איך וועל זיך זייער פרייען אויב איר וועט אונז קענען מדריך זיין וואס צו טון אין אונזער מצב. מיר זענען זיך אסאך מחזק מיט אייערע שיעורים און חיזוק יומי, דאס שטארקט אונז אין אמונה און צו רעדן צום אייבערשטן, אפשר וועט איר אונז קענען מייעץ זיין אין אונזער פראבלעם.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת משפטים, כ' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווי איך פארשטיי קען דער ס"מ נישט דערליידן אז איר לעבט אזא שיינע לעבן מיט אייער מאן שוין 17 יאר און איר האט א שטוב מיט ליכטיגע קינדער וכו' וכו'; דערפאר זוכט ער מיט אלע כוחות צו צעשטערן אייער לעבן, ער זוכט ווי ער קען מאכן א פירוד צווישן אייך און אייער מאן. ווייל איינמאל ער צעברעכט די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב האט ער נאכדעם א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען כאפן דעם מענטש אין זיין נעץ און אים מכשיל זיין מיט עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", דאס וואס מען זעט אינגעלייט צוטיילן זיך פון די ווייב זיך און זיי זענען צעטיילט פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דאס איז דער ארבעט פונעם יצר הרע וואס ער מאכט אז מען זאל זיך צוטיילן. ווייל ווען מאן און ווייב זענען צעטיילט קען ער זייער גרינג אריינכאפן דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.
מיר טוט זייער וויי אז עס איז דא מחלוקת צווישן אנשי שלומינו וכו', אבער עס איז נישט אזוי פשוט ווי איר לייגט עס אראפ, נאר ווער עס וויל לעבן בשלום קען לעבן ווייטער אין יבנאל זייער שיין. איך אליינס האב תלמידים וואס וואוינען אין יבנאל און זיי ווייסן גארנישט פון קיין מחלוקת צו זאגן, זיי לעבן מיטן אייבערשטן, זיי לעבן מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, זיי דאווענען און לערנען, זיי גייען הפצה און זענען פרייליך וכו'. איך פרעג זיי אסאך מאל אויב מען קריגט זיך דארט וכו', ענטפערן זיי מיר אייביג דעם זעלבן תירוץ: "ווער עס וויל זיך קריגן קריגט זיך וואו ער זאל נאר זיין, ווער עס וויל שלום איז זיך מחי' דא אין יבנאל".
איך געדענק ווען איך בין געקומען דאס ערשטע מאל קיין יבניאל, פאר איבער צען יאר צוריק, בין איך ממש געווען פארגאפט און ערשטוינט אז עס איז דא אזא זאך אויף דער וועלט; איך האב דארט געזען מענטשן לעבן שוין אין גן עדן, איך האב געזען מענטשן לעבן אזוי פשוט, אזוי פרייליך, מיט א לויטערע אמונה אזוי ווי מוהרא"ש האט אין אונז אריינגעבאקן. איך בין איינגעשטאנען ביי א משפחה און איך האב זיך צוגעקוקט מיט שטוינונג ווי פשוט'ע מענטשן לעבן מיט אזא אמונה, מיט אזא שמחה, מיט אזא צופרידנקייט. ביז איך בין אנגעקומען אין שול, דארט האב איך געטראפן אינגעלייט און איך הייב אן שמועסן מיט זיי פון דאס שיינקייט פון יבניאל; זאגט מיר איינער: "זה לא כל כך פשוט", "עס איז נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט", "פרעג נישט וואס טוט זיך, עס איז געפערליך" וכו' וכו', האב איך פון איין זייט געזען מענטשן וואס לעבן ממש אין גן עדן און פון דער אנדערער זייט מענטשן וואס ווילן נאר רעדן לשון הרע און זוכן פון אונטער דער ערד זיך אפצורעדן.
אין יעדע פלאץ זענען דא מענטשן וואס זוכן מחלוקת, זוכן עקשאן וכו', דאס איז דער גלות און פון דעם ליידן מיר אזוי פיל, ביז דער אייבערשטער וועט אונז שיקן אליהו הנביא וואס ער וועט שלום מאכן אויף דער וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדויות ח, ז): "אֵין אֵלִיָּהוּ בָּא לֹא לְרַחֵק וְלֹא לְקָרֵב אֶלָא לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם", ווען אליהו הנביא וועט קומען אויף דער וועלט וועט ער מאכן שלום צווישן אלע אידן.
אן ערליכער איד קריגט זיך נישט מיט קיינעם; אן ערליכער איד גייט זיך זיין וועג און עס גייט אים גארנישט אן, ער זוכט נישט קער צו נעמען פון די וועלט, ער וועט זיך מיט קיינעם נישט קריגן. ער וועט נאר זען צו העלפן און מחי' זיין א צווייטן.
ווער עס וויל טון די ווילן פון מוהרא"ש און וועם עס גייט אין לעבן די כבוד פון מוהרא"ש וכו', דארף מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן אין די צוואה; קוקט אריין אין צוואת מוהרא"ש (אות י): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן"; אין צוגאב צו דעם איז דא א בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן אז מען זאל זיך היטן פון מחלוקת, אזוי אויך האט מוהרא"ש געשריבן פון שפיטאל בעט אפאר טעג פאר ער איז נסתלק געווארן אין א בריוו: "וְלָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת". זעט מען ווי שטארק מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן זיך מיט קיינעם נישט קריגן.
דערפאר בעט איך אייך, אנטלויפט פון מחלוקת און רעדט נישט מיט קיינעם וועגן מחלוקת. איר זאלט לעבן בשלום מיט אייער מאן; אז אייער מאן האט געטראפן איינעם פון וועם ער נעמט חיזוק וכו', וואס דארף דאס אייך אנגיין?! אז אייער מאן האט געטראפן א פלאץ וואו מען איז אים מחזק אויף תורה ותפילה, פארוואס זאלט איר אים שטערן?! פארקערט, זייט אים מחזק און מעודד! זאגט אים: "מיר וועלן אייביג זיין צוזאמען, מיר וועלן לעבן בשלום ובשלוה!"
דאס וואס איר שרייבט "מען דארף אוועק ווארפן די שכל"; ווער הייסט אוועק ווארפן די שכל? חס ושלום, מען טאר נישט אוועק ווארפן די שכל און נאר א מענטש מיט שכל וועט נעמען אן ערליכער איד זאל אים ווייזן די וועג ווי אזוי צו לעבן. די שכל זאגט אז מען דארף גיין צו אן ערליכער איד, די שכל זאגט אז אויב דער מאן האט אן ערליכער איד וואס איז אים מחזק זאל אים די ווייב נישט שטערן. פארקערט, אויב מען מאכט מחלוקת - דאס הייסט אוועק געווארפן די שכל; אויב איינער וועט אייך קומען זאגן עס איז א מצוה יענעם צו רודפ'ן, דארף מען יענעם זאגן: "אויב איז עס אזא גרויסע מצוה זאלט איר אליין טון די מצוה - מצוה בו יותר מבשלוחו", דאס הייסט שכל.
דאס זעלבע איז מיט ביטול וכו'; א ביטול דארף מען האבן צום הייליגן באשעפער און צו די הייליגע תורה. און ווער זאגט אונז וואס שטייט אין די תורה? דיינים און רבנים. די אלע וואס שרייען: "היינט איז שוין נישט דא קיין צדיקים וכו'"; דאס איז נישט עפעס א נייע זאך, דאס האט מען געשריגן אין אלע צייטן. אין הייליגן רבינ'ס צייטן האט מען דאס אויך געשריגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח): "כִּי עַכְשָׁיו נִתְפַּשֵּׁט הָאֶפִּיקוֹרְסוּת שֶׁהֻתְּרָה הָרְצוּעָה לְדַבֵּר סָרָה עַל כָּל הַצַּדִּיקִים וְעַל כָּל יִרְאֵי ה'", עס איז זייער פארשפרייט אז מענטשן רעדן אויף צדיקים, באמת ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן אליינס, נאר זיי האבן מורא אז אויב זיי וועלן רעדן אויפן אייבערשטן וועט מען זיי אנשרייען וכו', דערפאר רעדן זיי אויף צדיקים, אבער זיי מיינען דעם אייבערשטן; זעט מען אז אין אלע צייטן זענען פארהאן וואס שרייען דעם זעלבן ניגון: "היינט איז שוין גארנישט דא"; אבער דאס איז נישט אמת, נאר אין יעדע דור זענען דא צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער זיי צו מאכן לערנען און דאווענען און אריין ברענגען אין זיי די אמונה ברורה ומזוככת.
פארשטייט זיך אז ווען א מענטש גייט צו איינעם, דארף ער שטענדיג זען אויב יענער איז אים מחזק צו גיין בדרך התורה, ער טרעט נישט אפ פון שלחן ערוך, ער רעדט צו מיר פון דאס גרויסקייט פון שלום בית; דעמאלט איז א סימן אז ער איז אויף א גוטע פלאץ. אבער ווי נאר מען רעדט פון אנדערע זאכן, מען רעדט נישט פון תורה, תפילה און שלום בית, איז עס איין שטיק שקר.
נעבעך וויפיל מענטשן ווערן פארפירט פון פאלשע מנהיגים וואס לערנען נישט מיט זייערע מענטשן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב וכו'; מען דארף זיך זייער היטן נישט אנצוקומען צו א פארפירער. קוקט וואס מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות טו) א סימן ווי אזוי מען קען וויסן צי מען איז ביי אן אמת'ער פלאץ אדער נישט, עיין שם.
אשריך אז איר האט נישט קיין שייכות מיט די מחלוקת, אבער געבט אכטונג אז אין אייער שטוב זאל נישט אריין קומען דער ס"מ. אז אייער מאן האט חיות אויף א פלאץ, דער מענטש איז אים מעורר צו עבודת השם, דער פלאץ וואו ער גייט איז אים מעורר צו לערנען און דאווענען און נישט האבן קיין שייכות מיט מחלוקת, פארוואס זאלט איר אים שטערן?
איך זאג אייך צו אז אויב איר וועט לעבן מיט אייער מאן בשלום וועט איר האבן נחת פון אייערע קינדער; דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך און איר וועט נישט חרטה האבן.