תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל דארף איך אפגעבן א יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, די פשוטע אמונה, די עצות אויף אלע אספעקטן אין לעבן, אויף שלום בית, חינוך און נאך, דאס איז ממש מיין וועגווייזער אויף טריט און שריט. דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגיין מיט עבודת הקודש, אריינצוברענגען די לימודים פון רבי'ן אין אידישע קינדער.
איך האב ברוך ה' שוין חתונה געהאט פאר אסאך יארן, מיר האבן ברוך ה' א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, און אויך א גוטע פרנסה ברוך ה'. איך וואוין אין ארץ ישראל, איך האב דא חתונה געהאט, אבער איך קום פון א צווייטע לאנד.
מיינע עלטערן האבן שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, און ברוך ה' אז זיי זענען אויך שיין מצליח אין לעבן, אבער לעצטנס האט זיך מיין טאטע פארלייגט אויף מיר און ער וויל איך זאל צוריקגיין וואוינען נעבן אים.
מיר איז דאס זייער שווער, איך האב זיך זייער גוט מסדר געווען דא שוין פאר אסאך יארן, מיין ווייב'ס גאנצע משפחה וואוינט דא, בכלל איז דאס זייער שווער זיך אויפצוהויבן יעצט מיט א גאנצע משפחה און זיך אוועקציען צו א צווייטע לאנד, און ס'איז דא אסאך פראבלעמען וואס איך קען דארט האבן, אויסער נאך אסאך סיבות פארוואס ס'איז מיר זייער שווער דאס צו טון.
פון די אנדערע זייט וויל דאך דער אייבערשטער איך זאל מכבד זיין טאטע מאמע, אפשר וועגט כיבוד אב איבער די אלע שוועריקייטן? מיין טאטע וועט זיין זייער אנטוישט אויב וועל איך זיך נישט אריבערציען נעבן אים.
איך האב שוין געמאכט אסאך התבודדות און תפלות אויף דעם, זעט אבער אויס ס'איז נאכנישט געווען גענוג. מיין טאטע דרוקט אויף מיר ווען איך קום שוין, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בְּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא, וְאָבִיו וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", ווען א מענטש איז מכבד טאטע מאמע, זאגט דער אייבערשטער, איך רעכן עס כאילו ער איז מיך מכבד; נאך זאגן די הייליגע חכמים (ירושלמי קידושין א, ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.
קענסט בלייבן וואוינען דארט וואו דו וואוינסט; כיבוד אב מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף טון וואס די עלטערן זאגן, עס איז דא הלכות וואס מיינט כיבוד אב ואם, א גאנצע סימן אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רמ) - וואס מיינט כיבוד, וואס מיינט מורא; עס מיינט נישט צו זאגן אז יעדע זאך וואס טאטע מאמע פארלאנגען פון די קינדער מוזן די קינדער טון, דו זיי מכבד דיינע עלטערן; רוף זיי יעדן איינציגסטן טאג, דערצייל זיי פון דיינע קינדער, דערצייל זיי שיינע זאכן, מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון השגחה פרטיות; דו דארפסט נישט אהין גיין וואוינען.
די גרעסטע כיבוד אב איז, ווען די עלטערן זעען זייער קינד לערנט און דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים (עיין קיצור שלחן ערוך הלכות כיבוד אב ואם, סימן קמג). ווער עס וויל באמת מכבד זיין זיינע עלטערן זאל לערנען די הייליגע תורה און עוסק זיין אין מצוות ומעשים טובים, דאס איז דער גרעסטער כיבוד אב וואס עס איז נאר שייך, מענטשן זאגן: "וואויל איז פאר די עלטערן וואס האבן מגדל געווען אזא קינד", חס ושלום, אז מען גייט נישט בדרך התורה - דאן ווערן די עלטערן זייער פארשעמט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.