שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך דארף שוין מיין שידוך, און ווי אזוי האנדלט מען וועגן געלט?
שידוכים, פרנסה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס א בחור דארף און קען טון השתדלות צו טרעפן א שידוך? ווי אזוי קען איך מאכן אז די אלע סגולות און תפלות זאלן ארבעטן ווי שנעלער? ווייל איך האלט עס שוין מער נישט אויס.


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען מיר קלאר מאכן אין דעם ענין פון געלט, וואס איז דער חילוק צווישן נישט האבן קיין געלט ווייל מ'איז א בטלן, און דאס איז מען דארף גלייבן מיט אמונה און בטחון אז דער אייבערשטער וויל אז איך זאל יעצט נישט האבן קיין געלט, און ווען ער וועט וועלן וועט ער מיר שוין געבן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יואליש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד יואליש נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו האסט מיר געגעבן דעם בריוו האב איך שוין פארשטאנען מיט צוגעמאכטע אויגן וואס דארט שטייט, נאך פאר איך האב געליינט דיין בריוו האב איך שוין פארשטאנען וואס דיין בקשה איז; ווייל וואס דארף דען בחור, וואס איז די ווייטאג פון יעדן בחור? א בחור דארף איין זאך - א שידוך, ווי לאנג מען האט נישט חתונה איז מען זייער צעבראכן, וואס מען וועט נאר פרובירן צו טון זיך פרייליך צו מאכן איז עס אלעס נאר לפנים, ווייל מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען איז אפגעהיטן בקדושת הברית, און ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית ווערט ער זייער בעצבות ומרה שחורה.


דערפאר טייערע יואליש ני"ו, איך בעט דיר זייער, דראפע דיר און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט ווי עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר און דו טרעפסט נישט דיין שידוך, דו האסט שוין געמיינט פון לאנג צוריק אז דו וועסט שוין זיין חתונה געהאט וכו'. קיינער פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער, עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער פון א בחור, ווייל מען האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית, דאס מאכט נאכדעם זייער בעצבות ומרה שחורה, און וויפיל מען וויל ארויס קריכן פון דעם האלט מען אין איין צוריק פאלן.


אבער טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך און דו וועסט געהאלפן ווערן בקרוב ממש; דו זאלסט ווייטער טון אלע סגולות וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז געגעבן, בפרט די סגולות וואס דער רבי זאגט, דאס זאלסטו מקיים זיין בתמימות ופשיטות.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ב): "קִדּוּשׁ לְבָנָה סְגֻלָּה שֶׁיִּמְצָא אָדָם אֶת זִוּוּגוֹ", דערפאר דארף מען מקפיד זיין צו מאכן קידוש לבנה יעדן חודש, און ווען מען ענדיגט קידוש לבנה בעט מען דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן די ריכטיגע שידוך בזכות קידוש לבנה.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך, זאל ער זאגן "קרבנות הנשיאים"; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה. נאכדעם זאל מען בעטן דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך – "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געטון וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליין, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


וויסן זאלסטו אז נאר סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן דאס האט א קראפט, די אלע סגולות וואס מענטשן פארקויפן וכו' וכו' האט נישט קיין שום האפט, עס איז סתם א קאפ פארדרייעניש, אבער סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן דאס העלפט, מען דארף גלייבן אין דעם און אויסווארטן ביז מען איז זוכה צו קריגן די ישועה.


שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט ווי עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג, אבער עס רוקט זיך גארנישט. דו טראכסט כל מיני מחשבות 'וואס וועט זיין', 'אפשר וועל איך בלייבן אן אלטע בחור, איך וועל בלייבן א גאנץ לעבן איינער אליין', 'ווער וועט מיר נעמען וכו''; די אלע שלעכטע מחשבות קומט פונעם יצר הרע וואס ער ברענגט אריין די סארט מחשבות אין אלע בחורים, אלע בחורים טראכטן דאס פאר זיי טרעפן זייער שידוך. דערפאר בעט איך דיר, טראכט נישט אזוי, דו טראכט גוט, טו וואס דו האסט צו טון און ווארט אויס פאר דיין ישועה, פאלג דעם רבי'ן און זיי מקיים אלע עצות וואס ער זאגט, וועסטו בודאי געהאלפן ווערן בקרוב ממש.


בנוגע דיינע חובות וכו'; אז מען בארגט געלט דארף מען באצאלן, אויב מען באצאלט נישט איז מען א גנב. א מענטש דארף לעבן מיט אמונה, גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער - דאס איז פאר זיך, אבער ווען עס קומט צו באצאלן דארף מען האבן אמונה, מען דארף גלייבן אינעם אייבערשטער וואס האט געהייסן באצאלן, דארט קען מען זיך נישט מחזק זיין און זאגן אלעס איז דער אייבערשטער וכו', דעמאלט דארף מען האבן אמונה אין גלייבן אז אויב מען באצאלט נישט וועט מען נאכאמאל מגולגל ווערן רחמנא לצלן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה:): "בִּשְׁלֹשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר בְּכוֹסוֹ וּבְכִּיסוֹ וּבְכַּעֲסוֹ", מען קען דערקענען א מענטש צי ער איז ערליך דורך דריי זאכן, איינע פון די זאכן איז ווי ערליך ער איז ביים האנדלען מיט מענטשן, אסאך מאל קען מען זען מענטשן וואס זעען אויס זייער גוט אין בית המדרש, דארף מען אבער וויסן אז דארט קען מען נאך נישט זען דעם אמת, ווען מען זעט ווי אזוי ער פירט זיך אויף בדיני ממונות, ער געבט אכטונג אויף יענעמס געלט וכו', דעמאלט איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.


דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו זיין שולדיג קיין איין פרוטה פאר א צווייטן; דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, זאל אכטונג געבן נישט צו זיין קיין בעל חוב; געב אכטונג אז דו זאלסט נישט זיין קיין (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם", א רשע וואס בארגט און באצאלט נישט; עס איז א בושה און א בזיון צו הערן אז אינגעלייט זענען שולדיג פאר א צווייטן געלט און זיי מאכט זיך נישט וויסענדיג וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.