תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט א יישר כח פאר די ענטפער און חיזוק וועגן זיך האלטן צו א קבלה, דער בריוו האט מיר זייער מחזק געווען.
יעצט האב געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט די מחשבות וואס לאזן נישט צורוה, בעיקר ביים לערנען און דאווענען. ווען איך הויב אן דאווענען הויבט מיר דער קאפ אן גלייך צו פליען אין אלע עקן וועלט, און אזוי אויך ביים לערנען קען איך זיך נישט צוזאמנעמען די מחשבה.
היינט האב איך אנגעהויבן דאווענען מיט א פעסטע החלטה אז איך גיי אינזין האבן די ווערטער, און א מינוט שפעטער טרעף איך זיך אין די אנדערע עק וועלט... ובפרט שלעכטע מחשבות וואס קומען ארויף פון יארן צוריק, ווי אזוי ווערט מען פטור פון דעם?
יישר כח, אהרן.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אהרן נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס דיינע תפילות טוען אויף אויבן אין הימל - אפילו עס איז פול מיט מחשבות זרות און בלבולים וכו'.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכב): ווען א מענטש דאווענט און עס קומט אים אריין פרעמדע מחשבות, איז די עצה 'זיך נישט וואוסענדיג מאכן דערפון', נאר ווייטער דאווענען ביז ער וועט זיך שטארקן איבער זיי, "כִּי אֵין צְרִיכִין לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל, רַק לֵילֵך כְּסֵדֶר בִּתְפִלָּתוֹ וְלִבְלִי לְהַבִּיט לַאֲחוֹרָיו כְּלָל, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יִסְתַּלְּקוּ מִמֶּנוּ", מען זאל נישט צוריק טראכטן פון וואס מען האט געטראכט וכו' נאר מען זאל ווייטער דאווענען כסדר, און זיי וועלן פון זיך אליינס אוועק גיין.
פונקט אזוי ווי ביי א מלחמה ווען מען האט צו טון מיט רוצחים, ווען עס קומט א גיבור און גייט אריין צווישן זיי, אזוי גייענדיג צווישן די רוצחים האקט ער אפ - דעם א האנט און דעם א פוס וכו' וכו', אזוי אויך זאגט דער רבי: "וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כֵּן הוּא מַמָּשׁ בְּעִנְיַן הַתְּפִלָּה, שֶׁכְּשֶׁמִּתְפַּלְּלִין כְּסֵדֶר וְאֵין מַשְׁגִּיחִין עַל הַמַּחֲשָׁבוֹת זָרוֹת וְדוֹחִין אוֹתָם וּמַפִּילָם אֲזַי בְּדֶרֶך הִלּוּכוֹ בִּתְפִלָּתוֹ הוּא חוֹתֵך לָזֶה יָד וְלָזֶה רֶגֶל וְכוּ', כִּי כָל מַחֲשָׁבָה זָרָה הוּא קְלִפָּה, וְהִיא קוֹמָה שְׁלֵמָה, כַּמּוּבָא, וּכְשֶׁמִּתְגַּבֵּר לְהִתְפַּלֵּל כְּסֵדֶר וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם אֲזַי הוֹרֵג אוֹתָם אוֹ חוֹתֵך מֵהֶם אֵיבָרִים אֵיבָרִים", אזוי אויך איז ווען עס קומען אריין בשעת'ן דאווענען שלעכטע מחשבות, וואס יעדע מחשבה איז א שלעכטע מלאך וואס ווערט באשאפן פון עבירות, ווען דער מענטש דאווענט ווייטער און ער קוקט נישט אויף די מחשבות זרות, דורכדעם האקט ער אפ פון די קליפות זייערע אברים, ביז ער איז זיי אינגאנצן מנצח.
ר' נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקצ): "פַּעַם אַחַת הָיָה קוֹבֵל אִישׁ אֶחָד לְפָנָיו זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֵיךְ שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לְהִתְפַּלֵּל, כִּי הַמַּחֲשָׁבוֹת זָרוֹת מְבַלְבְּלִין אוֹתוֹ מְאֹד", אמאל איז געקומען א איד צום רבי'ן זיך באקלאגן אז עס איז אים שווער דאס דאווענען, ווייל די מחשבות לאזן אים נישט צורוה, "הֵשִׁיב לוֹ רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מְקַבְּלִין זֹאת לְכַפָּרַת עָוֹן, וְחִיֵּךְ קְצָת", האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט: "נעמט מען דאס אן פאר כפרת עוונות"; ר' נתן איז דאס מסביר (שם) אז אלע מחשבות זרות וואס קומען צום מענטש ביים דאווענען און ביים לערנען, דאס זענען זיינע אייגענע עבירות, און אז דער מענטש דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, נאר ער ווייסט אז דער אייבערשטער האט אים ליב און וויל אים מקרב זיין און נעמט אן זיינע תפילות; ער האט צער פון די מחשבות, און יעדעס מאל וואס עס קומען אים אריין די מחשבות בעט ער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, וועט דאס זיין פאר אים כפרת עוונות.
דעריבער זאלסטו נישט ווערן צעבראכן און אויפהערן דאווענען ווען דו זעסט ווי די שלעכטע מחשבות זענען זיך אויף דיר מתגבר און זיי לויפן דיר נאך; ממש ביי יעדע תפילה קומען זיי אן, אנגעהויבן ביי שחרית, מנחה און מעריב קומען זיי און לאזן דיר נישט דאווענען, אזוי אויך ווען מען טוט א מצוה קומען זיי און נעמען אוועק דעם מח מחשבה, זאלסטו נישט אפלאזן דאס דאווענען און קיום המצוות, נאר זאלסט ווייטער דאווענען מיט א שמחה. דו פראביר אינזין צו האבן וואס דו דאווענסט, און אפילו עס גייט דיר נישט און דו האסט נישט אינזין קיין איין ווארט און דיינע מחשבות פליען אוועק ווייט ווייט, דאך זאלסטו פראבירן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער צו דאווענען און אינזין האבן וואס דו זאגסט ארויס מיט דיין מויל, און דו קענסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון יעדעס ווארט וואס דו דאווענסט.
בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט אין בית המדרש: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל דאווענען מיט כוונה. העלף מיר אז מיין מח זאל מיר נישט אוועק פליען בשעת'ן דאווענען צי בשעת איך טו אנדערע זאכן; יעדעס מאל מאך איך אפ מיט א פרישקייט אז 'היינט גיי איך דאווענען בכוונה' און איך טרעף מיר נאכן דאווענען אן אינזין האבן קיין איין ווארט. הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות; איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, נאר אביסלע נאנטקייט צו דיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל לעבן מיט דיר און נישט מסיח דעת זיין פון דיר".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.