שאלה אין קורצן ענין
#1 - איז דער תכלית אויף דער וועלט צו ליידן אדער הנאה צו האבן?
אמונה, צרות, תודה והודאה, חכמות, תכלית, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז מען דארף אלעמאל דאנקען דעם אייבערשטן און זאגן ש'כח אייבערשטער פאר מיין לעבן. וויל איך דאס מער פארשטיין, ווייל פון די אנדערע זייט זאגט דער ראש ישיבה אז דער אייבערשטער פרובירט אויס יעדן מענטש מיט שווערע ביטערע נסיונות, און ווי א גרעסערער צדיק מען איז פרובירט אים דער אייבערשטער אויס מיט שווערערע נסיונות, און דער אייבערשטער וויל זען צי מען וועט זיך דערהאלטן. אויב אזוי פארוואס דארף מען זאגן ש'כח אייבישטער פאר מיין לעבן? דער תכלית פון דער וועלט איז דאך בכלל נישט הנאה צו האבן דא, דער תכלית פון דער וועלט איז דאך אז מען זאל האבן שוועריקייטן און מען זאל זיך ווייטער האלטן שטארק ביי די אמונה, ווייטער היטן תורה און מצוות, און אזוי וועט מען באקומען שכר אויף יענע וועלט.


איך פארשטיי אז מען טאר זיך נישט אפרעדן, ווייל אלעס קומט נאר פונעם אייבערשטן, אבער איז די תכלית פון די וועלט הנאה צו האבן, אדער איז דער תכלית צו ליידן און שווייגן, און בלייבן מיט א שטארקע אמונה.


אזוי אויך די אלע סארט לשונות וואס מען נוצט דא אין היכל הקודש, צום ביישפיל "דער אייבערשטער איז זייער גוט צו מיר", פארשטיי איך נישט. גראדע איז דער אייבערשטער טאקע גוט צו מיר, איך האב זייער א גוטע לעבן ברוך ה', אבער דאס איז בכלל נישט די נקודה, אז איך וועל האבן א גוטע לעבן דא אויף דער וועלט, וועל איך דאך גארנישט באקומען פאר דעם אויף יענע וועלט, איך וועל נישט האבן מיט וואס אהיימצוגיין אויף יענע וועלט.


מען קען העכסטנס זאגן, איך גלייב אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז פאר מיין טובה, אז עס זאל מיר זיין גוט אויף יענע וועלט, וואס איז דער געדאנק פון זאגן אז איך האב א גוט לעבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הגם איך פארשטיי נישט אזוי פונקטליך וואס דיך שטערט און וואס די פראגע איז - דאך וועל איך דיר ענטפערן מיט אפאר שיינע עצות פון רבי'ן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישט פארהאן א מענטש אויף דער וועלט וואס זאל נישט האבן קיין יסורים. און אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פיל מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פיל מיט ווייטאג. אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָּל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פיל מיט כעס און ווייטאג און עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


אבער דער רבי געבט אונז אן עצה ווי אזוי מען זאל אויפנעמען די שווערע טעג. דער רבי זאגט (שם חלק א', סימן קצה) א מענטש דארף זוכן אין די צרה דאס גוטס וואס איז דא, אזוי ווי מיר זעען, דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, און אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שווערע טעג - האט ער געזוכט דאס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהילים ד, ב): "'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי', רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה - האסטו מיר ברייט געמאכט", און ווען מען קוקט און מען זוכט דאס גוטס, און מען דאנקט אויף דאס גוטס - ווערט באמת אן הרוחה, עס ווערט ברייט; ווייל ווי נאר מען הויבט אן דאנקען, מען הויבט אן לויבן דעם אייבערשטן - ווערט זייער גוט.


לאז אפ די חכמות, נעם דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט - וועט דער אייבערשטער דיר געבן נאך און נאך חסדים. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה, ער פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכטס', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: 'קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין זיין לעבן און דאך איז ער אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוטס', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.