תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה,
איך האב אייך געהאט געשריבן א שאלה אויב איך מעג חתונה האבן מיט א מיידל מיט וועמען איך האב זיך געדרייט פאר די חתונה, למעשה האב איך אויסגעלאזט א וויכטיגע נקודה, אז זי איז געווען חתונה געהאט בשעת מעשה ווען איך בין געווען מיט איר, און יעצט האלט זי פאר א גט; מעג איך חתונה האבן מיט איר?
א בחור
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וויי איז דיר אז דו האסט געזינדיגט אין די עבירה פון אשת איש, ווי ביטער איז דיר אז דו האסט עובר געווען אויף אן עבירה וואס דער עונש אויף דעם איז טויט שטראף; עפען אויף א חומש און קוק וואס דער אייבערשטער זאגט (ויקרא כ, י): "וְאִישׁ אֲשֶׁר יִנְאַף אֶת אֵשֶׁת אִישׁ, אֲשֶׁר יִנְאַף אֶת אֵשֶׁת רֵעֵהוּ, מוֹת יוּמַת הַנֹּאֵף וְהַנֹּאָפֶת", א מענטש וואס וועט טון אן עבירה מיט אן אשת איש, דארף מען הרג'ענען דעם מענטש, און אויך די פרוי; וויי איז דיר אז דו ביסט צוגעקומען צו אזא זאך, און דו שעמסט זיך נישט דו ווילסט נאך גיין חתונה האבן מיט איר.
עס ווערט בפירוש גע'פסק'נט (שלחן ערוך אבן העזר, סימן יא, סעיף א): "אֲסוּרָה לְבַּעַל, וַאֲסוּרָה לַבּוֹעֵל וכו'", אויב א פרוי - אן אשת איש, האט געטון אן עבירה מיט א פרעמדע מאן, איז זי אסור צו בלייבן חתונה געהאט מיט איר מאן, און זי איז אסור חתונה צו האבן מיט דעם מענטש מיט וועם זי האט געזינדיגט.
איך האף אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זיך אפטשעפען פון די פרוי און דו וועסט אפהאקן אלע דיינע פארבינדונגען וואס דו האסט מיט איר, אז נישט וועט זיין זייער ביטער דיין סוף. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא, בראשית): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְוַותֵּר, חוּץ מִן הַזִּמָּה וְהַזְּנוּת", אויף אלעס איז דער אייבערשטער מוותר חוץ ווען איינער טוט שמוץ. קוק אריין אין רמב"ם (פרק טו מהלכות סנהדרין, הלכה ג): ווען איינער האט שייכות וכו' מיט אן אשת איש, אפילו די פרוי איז צעטיילט, זי איז סעפערעיטעד און זי וויל זיך גט'ן, כל זמן זי האלט נאך פאר א גט, איז זי אן אשת איש, פסק'נט דער רמב"ם דארט אז "מִיתָתוֹ בְּחֶנֶק".
קלאפ דיר ארויס פון קאפ אז דו גייסט מיט איר חתונה האבן; א פרוי וואס גייט אונטערן רוקן פון איר מאן איז א פארשאלטענע פרוי, א זינדיגע פרוי, וואס זי האט נישט קיין שום האפענונג.
איך בעט דיר, האב רחמנות אויף דיר אליינס, אנטלויף פון איר, האק אפ אלע קשרים מיט איר, אז נישט וועט דיר זיין זייער ביטער.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט תשובה טון וואס שנעלער.