תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב נישט קיין געפיל צו אידישקייט, וואס קען איך טון?
לייבי
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד לייבי נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
הער א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן רבי'ן; דו ווייסט דאך אז דער רבי האט זייער אסאך גערעדט צו זיינע תלמידים פון תפילה והתבודדות און פון זאגן תהילים - אז דאס איז דער עיקר אין עבודת השם. איינמאל ווען דער רבי האט גערעדט פון זאגן תהילים, תחינות ובקשות און שמועסן מיטן אייבערשטן האט זיך אנגערופן ר' יודל זכותו יגן עלינו - א תלמיד פון רבי'ן - און געפרעגט: "אֵיךְ זוֹכִין שֶׁיִּהְיוּ הַדִּבּוּרִים בְּהִתְעוֹרְרוּת הַלֵּב?" ווי איז מען זוכה צו זאגן תהילים און רעדן צום אייבערשטן מיט א געפיל, אז עס זאל ארויס קומען פון הארץ? האט דער רבי אים געזאגט: "תּאֹמְרוּ לִי, אֵצֶל אֵיזֶה צַדִּיק קִבַּלְתֶּם הִתְעוֹרְרוּת הַלֵּב? הָעִקָּר הוּא הָאֲמִירָה בַּפֶּה", דער עיקר איז מען זאל רעדן צום אייבערשטן אפילו אן קיין שום געפיל און קיין שום טעם (חיי מוהר"ן, סימן תמא).
עס שטייט נישט ביי קיין שום מצוה: "צְרִיכִין לְהַרְגִּישׁ טַעַם בְּהַמִּצְוָה", אז מען דארף שפירן א טעם ווען מען טוט די מצוה; עס שטייט נישט אין הלכות תפילין אז מען קען לייגן תפילין נאר ווען מען האט א געפיל. מיר דארפן דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים - נישט קיין חילוק צי מען שפירט א טעם אדער נישט.
נעם דיר גוט אריין אין קאפ אז: "אידישקייט האט גארנישט מיט געפילן"; א מענטש דארף דינען דעם אייבערשטן אפילו ער שפירט נישט קיין שום טעם אין זיין עבודת השם; דאס דארף זיין דער שטרעבן פון א איד: צו דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות אן קיין שום חכמות און זיך פרייען מיט פשטות יהדות; גיין דאווענען יעדן טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין, לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, אביסל משניות און גמרא און זיין פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און אז מען איז זוכה צו דינען דעם אייבערשטן.
מאך דיר א שיעור אין רבינ'ס ספרים, אין זיינע הייליגע שיחות - וועסטו האבן חיזוק צו זיין א איד. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן מח): אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב זכר צדיק לברכה געהערט אויסרופן אין הימל אז ער האט פארלוירן זיין גאנצע עולם הבא, ער איז ער געווארן זייער צעבראכן דערפון און ער האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחי' זיין, האט ער זיך אנגערופן: "אֲנִי אוֹהֵב אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלֹא עוֹלָם הַבָּא", איך האב ליב דעם אייבערשטן אפילו איך וועל נישט האבן קיין עולם הבא! "וְכָל אָדָם אֲפִלּוּ אִישׁ פָּשׁוּט, אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי־אִם כְּשֶׁיָּכוֹל לַעֲמֹד בַּכֹּל כַּנַּ"ל", זאגט דער רבי אז יעדער איד וואס וויל דינען דעם אייבערשטן דארף זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מען וועט נישט באקומען קיין שום שכר - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט, נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.