שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך האב עטליכע שווערע קינדער אין קלאס, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


מ'האט מיך אנגענומען דאס יאר אלס מלמד אין א נייע תלמוד תורה אין כיתה ז', ב"ה ס'איז זייער א פיינע קלאס מיט קינדער פון חשובע היימישע שטיבער, און אויך דער מנהל איז זייער גוט צו מיר, און ער רעספעקט מיין שווערע ארבעט וואס איך לייג אריין אין די קינדער.


איך האב אבער אפאר געציילטע קינדער וואס מאכן מיר זייער שווער, זייער הערן בכלל נישט צו וואס איך רעד צו זיי, נישט פאר שלעכטקייט נאר זיי הערן טאקע נישט, זיי זענען זייער פאר'חלומ'ט און זיי הערן פשוט נישט אז מ'האט גערעדט צו זיי, ביז ווען מ'זאגט אפאר מאל וועקן זיי זיך אויף.


אויך איז דא א קינד, גראדע מיט א גאנץ פיינע קעפל, אבער א גאנצן פארלערנען מאכט ער מיט די הענט כאילו ער שיסט יעצט באמבעס אויף איינעם און ער מאכט די גערודער ווי באמבעס פליען. איך האב געמיינט אנפאנג אז עפעס איז מיט אים נישט אין ארדענונג, אבער איך זע אז ס'פעלט אים ממש גארנישט, ער האט א פיינע קעפל און ביים שפילן איז ער פון די בעסטע, אויך דאס לערנען קען ער שנעל אויפכאפן, אבער אינמיטן פארלערנען פליט ער ערגעץ אוועק ואיננו.


איך האב שוין פרובירט אסאך מיטלען, אבער ס'גייט זייער שווער, ס'קוקט אויס ווי זייער מח איז בכלל נישטא. דער מנהל זאגט אז ס'איז אזוי ביי אסאך קינדער און זיי וואקסן עס אויף שפעטער, אבער מיר שטערט עס זייער שטארק, איך וויל אז יעדער קינד זאל מצליח זיין, איז דא עפעס אן עצה?


א גרויסן יישר כח.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד דרדקי, לערנען תורה מיט תינוקת של בית רבן וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס. פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד וואס לייגט אריין אין קינדער תורה תפילה ויראת שמים. דערפאר זאלסטו זיך זייער מחזק זיין אז דו האסט אזויפיל זכותים אין הימל.


א מלמד דארף גוט עסן און גוט שלאפן אזוי ווי די הלכה איז (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט, כדי ער זאל נישט זיין מיד; ווייל אויב א מלמד איז מיד, ער איז נישט געשלאפן געהעריג, קען ער שנעל ווערן אויפגערעגט חס ושלום און ער קען צוקומען צו שלאגן וכו', אדער אז א מלמד עסט נישט געהעריג, ער איז הונגעריג, קען ער חס ושלום ווערן אנגעצויגן אויף די קינדער. דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין שלאפן פרי אז דו זאלסט זיין גוט אויסגערוהט וועט דער גאנצער טאג דיר גיין גרינגער.


איך וויל דיר מיטטיילן א שיינע מעשה וואס וועט דיר צוניץ קומען; א מלמד האט זיך אויסגערעדט פאר זיינס א חבר אז ער האט א פראבלעם, ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיין כתה, יעדע ערב ראש חודש ווערן די קינדער אזוי שלעכט צו אים, זיי נעמען אים ממש ארויס פון די כלים ביז ער שלאגט זיי, "איך ווייס נישט פון וואו די קינדער ווייסן ווען עס איז ערב ראש חודש; א גאנצן חודש איז אלעס פיין און וואויל ביז עס קומט ערב ראש חודש, דעמאלט ווערן זיי געפערליך צעווילדעוועט וכו'"; דער חבר האט גלייך פארשטאנען אז עפעס גייט פאר מיטן מלמד אליין, נישט מיט די קינדער; פרעגט ער דעם מלמד: "זאג מיר, וואס איז דיין סדר היום יעדן ערב ראש חודש?" זאגט דער מלמד פאר זיין חבר: "יעדן ערב ראש חודש פיר איך מיר אז איך שטיי אויף גאר פרי און איך זאג אויס תהילים, אויך האב איך אן הנהגה נאך פון אלץ בחור צו פאסטן יעדן ערב ראש חודש וכו'", זאגט אים דער חבר: "שוין, דארפסט נישט מער רעדן, האסט שוין אלעס פארציילט; נישט די קינדער זענען די פראבלעם, די קינדער זענען טייערע קינדער, זאגסט דאך אליין אז זיי זענען וואויל א גאנצע חודש, נאר דער פראבלעם איז אז דו פאסט יעדן ערב ראש חודש, און אז מען עסט נישט ווערט מען שנעלער נערוועז וכו'. איך האב פאר דיר צוויי עצות, אדער הערסטו אויף צו פאסטן אזוי ווי די הלכה איז אז א מלמד טאר נישט פאסטן, אדער אויב דו ווילסט נישט אוועק גיין פון דיין מנהג, זאלסטו נעמען א צווייטער מלמד וואס זאל דיר איבער נעמען יעדן ערב ראש חודש".


א מלמד דארף וויסן א כלל, אמת טאקע, עס איז זייער וויכטיג צו גיין אויף שמחות פון משפחה וכו', אבער אזוי ווי יעדער איינער האט דאך געבענטשטע משפחות כן ירבו, עס קומט אויס כמעט יעדע וואך שמחות וכו', דארף א מלמד וויסן אז ער טאר נישט אריין גיין אין כתה אויב איז ער נישט גוט געשלאפן, ווייל מען קען חס ושלום פארשעמען א קינד בלויז ווייל מען איז מיד.


איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן א שיינע מעשה מיט א מלמד. די עלצטע כתה ביי אונז אין תלמוד תורה דאווענט שחרית און מנחה צוזאמען מיט די בחורים, איין טאג זע איך ווי א קינד זיצט און קייט גאם בשעת'ן דאווענען, איך טראכט צו מיר: 'איך וויל זען וואס דער מלמד גייט דא טון מיטן קינד וכו'', איך זע ווי דער קינד האלט אין איין קייען די גאם ביז דער מלמד האט דאס באמערקט, דער מלמד האט צוגערופן דעם אינגל, איך טראכט צו מיר: 'וואס קומט יעצט, א פראסק? א שריי?' אבער איך זע ווי דער מלמד רופט אים צו זייער נאנט צו זיך, ער בייגט זיך צו צו זיין אויער, און זאגט אים עפעס. דער קינד גייט ארויס פון שול, ער קומט צוריק אריין כאילו לא הי'. רוף איך צו דעם קינד, איך פרעג אים: "וואס האט דיין רבי דיר געזאגט שטילערהייט?" זאגט דער קינד: "מיין רבי האט מיר געזאגט, איך זאל ארויסגיין פון שול אויסשפייען מיין גאם און איך זאל אנהייבן דאווענען".


ווען דער מלמד וואלט ווען נישט געשלאפן יענע נאכט, וואלט ער נישט געהאט קיין ישוב הדעת, נאכן רופן דעם קינד וואלט ער אים דערלאנגט א פראסק, אדער א ציפ, אדער א שריי וכו', אבער וויבאלד דער מלמד איז געווען אויסגערוהט און רואיג וכו', האט ער שיין גערעדט צום קינד. ווען דער קינד גייט גרעסער ווערן און אויפוואקסן וועט ער געדענקען אז זיין רבי האט אים ליב געהאט, ער גייט געדענקען ווי שיין זיין רבי האט גערעדט צו אים, אז זיין רבי האט זיך גערעכנט מיט זיינע געפילן, דער קינד גייט בלייבן אן ערליכער איד. דערפאר, אז דו גייסט צו שמחות, דארפסטו נעמען א צווייטן מלמד זאל דיר איבער נעמען פארן קומענדיגן טאג, אדער זאלסטו אהיים גיין פרי פון די שמחה.


דאס וואס דו פרעגסט אז דו האסט א קינד אין דיין כתה וואס ווערט זייער פארטראכט אינמיטן לערנען, ער מאכט מיט די הענט כאילו ער שיסט מיט א גאן וכו'; דאס קומט פון קוקן מאוויס אדער שפילן געימס אויפן קאמפיוטער וכו'. עלטערן כאפן נישט אז ווען מען געבט פאר א קינד א קאמפיוטער צו שפילן דערויף געימס, נעמט דאס אוועק דעם מח פונעם קינד. ווען דער קינד זיצט אין חדר גייט דער קינד צוריק צו זיין קאמפיוטער, ער ווערט אזוי אריין געטון אין דעם אז ער פארגעסט זיך וואו ער זיצט, ער הייבט אן מאכן מיט די הענט ווי ער האלט א ביקס און ווי ער שיסט. דאס קומט פון קוקן מאוויס וואו מען שיסט וכו', אדער פון געימס וואס מען שפילט אויפן קאמפיוטער.


דערפאר, עלטערן וואס ווילן האבן נחת פון זייערע קינדער, עלטערן וואס ווילן אויפשטעלן א ערליכע שטוב, דארפן אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען אין שטוב א קאמפיוטער א.ד.ג.; ענדערש זאלן די קינדער טאנצן און שפרינגען, אדער שפילן מיט שפילצייג וכו', וואס דאס ציט זיי נישט אוועק זייער מח.


דיין שאלה וואס דו פרעגסט וכו'; קודם איז משמע אז דו פרעגסט וואס דו קענסט טון מיט דעם קינד ווייל ער שטערט דיר וכו', נאכדעם שרייבסטו אז עס טוט דיר וויי ווייל דו ווילסט אז דער קינד זאל מצליח זיין; דאס איז צוויי זאכן - ווען א קינד לערנט נישט, ער איז פאר'חלומ'ט, דאס איז איין זאך. נאכדעם איז דא א קינד וואס שטערט אנדערע - ער שטערט דעם מלמד, ער איז אן עזות פנים, דאס איז א צווייטע זאך.


א מלמד, א מחנך דארף וויסן דעם כלל, אזוי וועט ער מצליח זיין; ווען א קינד שטערט די כתה, דעמאלט קען נישט דער מלמד ווארטן ווי לאנג די גאנצע כתה וועט ווערן איבערגעדרייט, נאר מען דארף קנס'נען דעם קינד וכו'. אבער ווען דער קינד שטערט נישט די כתה, סך הכל האלט ער נישט מיט די לימודים, אדער ער דאווענט נישט וכו' - דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, ביי דעם פאל דארף דער מלמד פרובירן אים צו משחד זיין וכו' נאכאמאל און נאכאמאל, דער מלמד דארף האבן סבלנות. אויב האט דער מלמד שוין פרובירט אלע וועגן, און מיט דעם אלעם זעט ער אז דער קינד האלט נישט מיט די לימודים וכו', דארף דער מלמד טון וואס די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה, הלכות מלמדים, סימן רמה, סעיף ט): "אֲפִילוּ תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ מֵבִין לִקְרוֹת, לֹא יְסַלְּקוּהוּ מִשָּׁם", אפילו א קינד וואס פארשטייט נישט וואס מען לערנט, זאל מען אים נישט אוועק שיקן, "אֶלָּא יֵשֵׁב עִם הָאֲחֵרִים, אוּלַי יָבִין", ער זאל בלייבן זיצן מיט די קינדער וואס פארשטיין יא, אפשר וועט ער יא זוכה זיין צו פארשטיין.


דאס איז ווען דער קינד האלט נישט מיט, אבער אז א קינד שטערט די גאנצע כתה, מען קען נישט אנגיין מיט די לערנען וכו', דעמאלט איז עפעס אנדערש, דעמאלט דארף מען אכטונג געבן ער זאל נישט שטערן.


געווענליך די קינדער וואס מאכן פראבלעמען פאר זייער מלמד, זענען בדרך כלל זייער צעבראכנע קינדער. קיינער קוקט נישט אויף זיי, זיי באקומען נישט קיין שום אויפמערקזאמקייט, זוכן זיי אויף א נישט גוטע וועג מען זאל קוקן אויף זיי, דארפאר זוכן זיי צו שטערן דעם מלמד פון פארלערנען, ווייל דעמאלט איז די איינציגסטע צייט וואס אנדערע קינדער וועלן לאכן צו זיי און זיי וועלן באקומען תשומת לב. ווען מען נעמט אפיר די סארט קינדער, מען רעדט צו זיי פריוואט, זעט מען אז זיי זענען זייער צעבראכענע קינדער, זיי ווילן נישט זיין שלעכט, זיי שטערן נישט להכעיס, זיי טוהן דאס אומוועלנדיג נאר כדי צו געוואונען אביסל אויפמערקזאמקייט.


א קלוגער מלמד נעמט די קינדער וואס זענען חברה לייט אז זיי זאלן אים העלפן, אזוי שפארט ער זיך איין אסאך קאפ וויי. ווייל איינמאל מען געוואונט זיי, דער מלמד האט זיי אויף זיין זייט, דעמאלט טוישט זיך אלעס און זיי זוכן נאר צו זיין מיט זייער רבי אויף איין זייט.


פארשטייט זיך אז אן תפילה ניצט גארנישט, מען קען וויסן אלע עצות, אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. דערפאר דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן תלמידים הגונים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", א מלמד דארף בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו ערליכע תלמידים, וואוילע תלמידים - ווייל אן תפילה גייט גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.