תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל א גרויסן יישר כח אויף אלע התחזקות וואס דער ראש ישיבה געבט אונז כסדר, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.
איך האב געמאכט א שיעור יעדן ליל ששי ביי מיר אינדערהיים דא אין בית שמש, ב"ה אז ס'קומען זיך צוזאם אידן וועלכע ווילן הערן חיזוק, זיי ווילן זיך שטארקן מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן.
איינער פון די אידן ביים שיעור זאגט אז זיין גאנצער לעבן און זיין גאנצע התחזקות איז נאר פונעם ראש ישיבה, אזוי ווייט אז ער קלערט ממש זיך אריבערצוציען קיין אמעריקע, קיין וויליאמסבורג, צו זיין נעבן דעם ראש ישיבה... ער בעט זייער שטארק אז דער ראש ישיבה זאל קומען דא אויף שבת צו מחזק זיין די היזיגע אידן.
נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
גדלי' דוד
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער תלמיד גדלי' דוד נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז דיין זכות אז דו נעמסט צוזאם אינגעלייט אין בית שמש יעדע ליל שישי און דו לערנסט מיט זיי חיזוק און עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פונעם הייליגן רבי'ן.
איך וויל אם ירצה ה' זיין אין ארץ ישראל אין צוויי וואכן ארום; איך פאר צו די הקמת המצבה פון מיין באבע עליה השלום וואס וועט פארקומען דאנערשטאג פרשת בשלח אין מירון, און איך וועל אם ירצה ה' קומען צו דיר אין שטוב געבן א שיעור פאר אייך.
דער עיקר זאלסטו ווייטער ממשיך זיין צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות ביתר שאת וביתר עוז, דאס איז די גרעסטע זאך וואס מיר קענען טון פארן בורא כל עולמים; דער הייליגער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז ער האט ליב די קינדער"; דאס זעלבע איז ביים אייבערשטן, יעדער שרייט: "הייליגער באשעפער, מיר האבן דיר זייער ליב", אבער ווי אזוי ווייסט מען אז עס איז טאקע אזוי? נאר ווען מען זעט אז דו טוסט פאר דעם אייבערשטנ'ס קינדער, דו גייסט הפצה, און עס גייט דיר אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, פאר נאך א איד זאל גיין גוט - דאס איז א סימן אז מען האט טאקע ליב דעם אייבערשטן.
ווען דו זאלסט וויסן וואס הפצה איז, וואלסטו געלאפן אין די גאסן און עוסק געווען אין הפצה, ווייל ווען דו געבסט א ספר פאר א מענטש וואס ער איז שוין ביי זיך אפגע'פסק'נט אז ער קען שוין נישט האבן קיין תקנה, ער זוכט נאר ווי אזוי ער קען ענדיגן זיין לעבן השם ישמרינו, און פלוצלינג באקומט ער א ספר, א סי די, אדער א קארטל מיט א נאמבער וואו ער קען רופן און הערן חיזוק - האסטו פשוט געראטעוועט דאס לעבן פון א מענטש, און דאס איז אזוי ווי דו האסט אויפגעשטעלט אן עולם מלא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.