שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס דארף מען זיך פארבעסערן?
מחלוקת, צרות, שלום, קבלה טובה

תוכן השאלה‎

א אינגערמאן פרעגט:


לעצטנס הערט מען שרעקעדיגע טראגעדיעס דא אין ארץ ישראל, היימישע אידן ווערן גע'הרג'עט, קליינע קינדער ווערן נפטר, רחמנא לצלן, מיינ'ס א קרוב זיצט שבעה נאך איינער פון די גע'הרג'עטע לא עלינו; מיט וואס דארף מען זיך שטארקן, און מיט וואס דארף מען זיך פארבעסערן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

מען זאל זיך מחזק זיין נישט צו האבן מיט מחלוקת, ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ אויף אנדערע.