שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס איז דער ענין זיך מקשר צו זיין צו צדיקים ביים דאווענען?
חסידות ברסלב, צדיקים, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פשט אין דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ביים דאווענען דארף מען זיך מקשר זיין צו צדיקים, וואס מיינט דאס און ווי אזוי ארבעט עס? און וואס איז פשט פון דעם נוסח וואס ברסלב'ע חסידים זאגן פאר'ן דאווענען "הרינו מקשר"?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רצו): "בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה, צְרִיכִין לְקַשֵּׁר עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיקִים שֶׁבַּדּוֹר", מען דארף זיך ביים דאווענען צובינדן צו די צדיקי הדור, "כַּמּוּבָא בְּסִימָן ב' וּבְסִימָן ט' בְּ"לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן" חֵלֶק רִאשׁוֹן וּבִשְׁאָר מְקוֹמוֹת. עַל כֵּן הִזְהִיר לַאֲנָשָׁיו", דערפאר האט דער רבי אונז אנגעזאגט, "שֶׁיֹּאמְרוּ קֹדֶם הַתְּפִלָּה", מיר זאלן זאגן פאר'ן דאווענען: "הֲרֵינִי מְקַשֵּׁר עַצְמִי לְכָל הַצַּדִּיקִים שֶׁבְּדוֹרֵנוּ".


אביסל דאס צו פארשטיין געבן, וועלן מיר אריינקוקן אין רבינ'ס ווערטער, זען וואס דער רבי זאגט.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ב', אות ו'): "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְכַוֵּן בִּתְפִילָּתוֹ" יעדער איינער דארף אינזין האבן ביים דאווענען, "שֶׁיְּקַשֵּׁר עַצְמוֹ לַצַּדִּיקִים שֶׁבַּדּוֹר" זיך צוצובינדן צו די צדיקים פונעם דור; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן א צדיק און אים פאלגן אלעס וואס ער זאגט. אזוי ווי מען בינדט צוזאם צוויי זאכן און עס ווערט איינס, אזוי דארף מען זיין איינס מיטן צדיק, און אז מען איז צוגעבינדן צום צדיק איז דאס אזוי ווי מען איז צוגעבינדן צום אייבערשטן. "כִּי כָּל צַדִּיק שֶׁבַּדּוֹר" ווייל דער צדיק פונעם דור, "הוּא בְּחִינַת משֶׁה - מָשִׁיחַ" איז אזוי ווי משה רבינו און אזוי ווי משיח צדקינו; משה רבינו האט זיין גאנץ לעבן געטון נאר איין זאך, און אזוי אויך משיח צדיקנו וועט טון נאר די איין זאך: 'אריינשיינען אין יעדן איינציגסטן איד אז דער אייבערשטער פירט אלעס, דער אייבערשטער מאכט אלעס און עס איז נישטא גארנישט אויסער אים', משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט א לויטערקייט, יעדער וועט שפירן דעם אייבערשטן און יעדער וועט דאווענען צום אייבערשטן.


דאס טוען די הייליגע צדיקים שבכל דור ודור, זיי האבן אין זיך די זאך פון משה רבינו און די זאך פון משיח צדקינו, זיי ברענגען אריין אין זייערע מענטשן מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן, מען זאל וויסן עס איז דא נאר איין ציל אין לעבן, נאר זיך צוקלעבן צום אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁמָּצִינוּ" אזוי ווי מיר געפינען, "שֶׁהַצַּדִּיקִים קוֹרִין זֶה לָזֶה משֶׁה" אז צדיקים ווערן אנגערופן מיטן נאמען 'משה', "כְּמוֹ" אזוי ווי מען זעט אין ש"ס (שבת, סוכה, ביצה און חולין) ווען דער תנא אדער אמורא רעדט צו זיין חבר רופט איינער דעם צווייטן: "משֶׁה שַׁפִּיר קָאֲמַרְתְּ" משה, גוט האסטו געזאגט; "וּמשֶׁה זֶה בְּחִינַת מָשִׁיחַ און משה רבינו אליינס איז משיח,"כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (בראשית מט, י): "עַד כִּי יָבֹא שִׁילֹה" ביז ווילאנג משיח וועט קומען, 'שילה' איז 'משיח', און דער הייליגער זוהר זאגט: "דָּא משֶׁה מָשִׁיחַ", דאס מיינט מען משה רבינו וואס ער איז משיח; שילה באטרעפט דריי הונדערט פינף און פערציג, און משיח באטרעפט די זעלבע.


יעצט געבט דער רבי צו פארשטיין פארוואס מען דארף זיך מקשר זיין צום צדיק שבדור ווען מען גייט דאווענען, "וְכָל תְּפִילָּה וּתְפִילָּה שֶׁכָּל אֶחָד מִתְפַּלֵּל" און יעדע איינציגסטע תפילה וואס מען דאווענט צום אייבערשטן, "הוּא בְּחִינַת אֵיבָר מֵהַשְּׁכִינָה" איז נאך א שטיק פון די שכינה, ווייל ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - מאכט מען רוען די שכינה; פון וועם בעט איך? און צו וועם רעד איך? צום אייבערשטן! קומט אויס, ווען מען דאווענט, מען בעט דעם אייבערשטן - ווערט אראפגעברענגט נאך און נאך שכינה, "שֶׁהֵם אֵיבְרֵי הַמִּשְׁכָּן" דאס זענען חלקים פונעם משכן.


ווייל די דריי זאכן: דאווענען, שכינה און משכן - זענען איין זאך; ווען מען דאווענט, מען בעט דעם אייבערשטן - מאכט מען א ליכטיגקייט אויף די וועלט, מען מאכט רוען די שכינה וואס דאס איז די משכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא פקודי, ג): 'הַמִּשְׁכָּן מֵעִיד' די משכון איז עדות, 'שֶׁהַשְּׁכִינָה בְּיִשְׂרָאֵל' אז דער אייבערשטער רוט ביי אידן. און אזוי ווי דער משכן ווערט געבויט פון אסאך שטיקלעך, ברעטער, שטאנגען, זוילן, שוועלן וכו', אויך איז דער משכן געבויט געווארן מיט העקעלעך און פארהענג, נעגל און שטריק, און אויך אלע כלים, די מנורה, די טיש, די ארון - אזוי אויך איז די תפילות וואס אלע אידן דאווענען, יעדער מענטש וואס דאווענט מאכט נאך א שטיקל פארן משכן; איינער מאכט מיט זיינע תפילות די ברעטער, א צווייטער מאכט מיט די תפילות די שוועלן, ביז עס ווערט א משכן, ווייל יעדער איד האט זיין וועג ווי אזוי ער מאכט רוען די שכינה, און פון אלע תפילות ווערט ליכטיג, מען מאכט רוען דעם אייבערשטן דא אויף די וועלט.


"שֶׁאֵין שׁוּם אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל יָכוֹל" און אז מען נעמט צאם אינאיינעם אלע תפילות פון אלע אידן - איז נישטא קיינער וואס קען - "לְאַעֲלָא שַׁיְפָא בְּשַׁיְפָא כָּל חַד לְדוּכְתֵּיהּ" צאמנעמען יעדן איינעמס תפילה, "אֶלָּא משֶׁה בִּלְחוּד" נאר משה רבינו. "בִּשְׁבִיל זֶה" דעריבער, "צָרִיךְ לְהָבִיא וּלְקַשֵּׁר כָּל הַתְּפִילּוֹת לְצַדִּיק הַדּוֹר" דארף מען זיך צובינדן צום צדיק הדור, וואס ער טראגט ארויף אלע תפילות פון אלע אידן און מאכט פון דעם א קרוין פארן אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (שמות לט, לג): "וַיָּבִיאוּ אֶת הַמִּשְׁכָּן אֶל משֶׁה" זיי האבן געברענגט די משכן צו משה, "וְהוּא יוֹדֵעַ לְאַעֲלָא שַׁיְפָא בְּשַׁיְפָא" וואס משה רבינו ווייסט ווי אזוי מען שטעלט אויף אינאיינעם אלע שטיקלעך משכן, "וְלַעֲשׂוֹת אוֹתָהּ קוֹמָה שְׁלֵמָה" און דאס מאכן פאר איין גרויסער געשטעל, אזוי אויך נעמט משה רבינו אלע תפילות פון אלע אידן און מאכט פון דעם שיינע קרוינען פארן אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (שם מ, יח): "וַיָּקֶם משֶׁה אֶת הַמִּשְׁכָּן" משה רבינו האט אויפגעשטעלט די משכן; נאר דער צדיק, ער קען אויפהייבן אלע תפילות פון אידישע קינדער און דאס ארויפטראגן צום ריכטיגן פלאץ.


דערפאר האט דער רבי געזאגט, איידער מען גייט דאווענען זאל מען זיך מקשר זיין צו די צדיקי הדור. דאס איז די נוסח וואס אנשי שלומינו זאגן איידער מען דאווענט אדער מען טוט א מצוה:


"הֲרֵינִי מְקַשֵּׁר עַצְמִי בִּתְפִלָּתִי לְכָל הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִים שֶׁבְּדוֹרֵנוּ, וּלְכָל הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִים שׁוֹכְנֵי עָפָר, קְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וּבִפְרָט לְרַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ, צַדִּיק יְסוֹד עוֹלָם, נַחַל נוֹבֵעַ מְקוֹר חָכְמָה, רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פַיְגֶא, זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ".


און דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות העושה שליח לגבות את חובו הלכה ב, אות ד) מען זאל זיך אויך מקשר זיין צום צדיק פאר מען טוט א מצוה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.