שאלה אין קורצן ענין
#24 - ווי אזוי בין איך מסביר פאר מיין טאטע אז ברסלב איז גוט פאר מיר?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, בזיונות, סדר דרך הלימוד, מנין, מוהרנ"ת ז"ל, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, איך הער יעדן טאג די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, מיט'ן סדר דרך הלימוד בין איך זוכה צו לערנען אסאך תורה יעדן טאג. יישר כח פאר אלע חיזוק.


איך האב אבער א פראבלעם אז מיין טאטע איז זייער ברוגז אז איך בין מקורב צו היכל הקודש און צו ברסלב. ווי אזוי קען איך אים מסביר זיין אז עס איז א גוטע פלאץ פאר מיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו מצער זיין דיין טאטע חס ושלום; טענה נישט מיט אים, מיט א טאטע מאמע טענה'ט מען נישט; דו זאלסט ווייטער לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט די הייליגע רבינ'ס עצות וסוף הכבוד לבוא.


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, זיין טאטע האט אויפגעהעצט זיין ווייב זי זאל זיך חס ושלום גט'ן פון רבי נתן. רבי נתן האט געווארט מיט געדולד, ער האט געשוויגן, ער האט ווייטער מכבד געווען זיין טאטע. אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט האט ער געפאלגט, אויסער זאכן וואס האט מיטן הייליגן רבי'ן. ביז שפעטער פלעגט רבי נתנ'ס טאטע זיך אויפשטעלן פאר רבי נתן און אים רופן מיט א טיטל ר', וואס געווענליך א טאטע רופט נישט אן אייגן קינד ר'; ער האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב אזויפיל נחת פון דיר, דו ביסט מיך אזוי מכבד, דעריבער ריף איך דיך מיט א טיטל ר'".


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, גיי אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס זאל זיין דיין גרעסטע שטאלץ, זיי פרייליך מיט יעדע מצוה און זיי זיך קובע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן אפילו אן פארשטיין, אויך זאלסטו גיין התבודדות יעדן טאג, גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט איבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, אויך זאלסטו זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ צו יעדן איינעם און בעיקר צו דיינע עלטערן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; אלע קוקן דיך נאך, אלע זוכן פשטים פארוואס דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב; זאלסטו זייער אכטונג געבן זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, אזוי וועלן דיינע עלטערן נישט האבן קיין צער פון דיר, אדרבה זיי וועלן בעטן אלע קינדער זאלן לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן.


וועסט אליינס זען, במשך הזמן אז דו וועסט זיך נישט טענה'ען, דו וועסט סובל זיין די בזיונות, דו וועסט נישט גיין אין ויכוחים מיט זיי - וועלן אלע האבן נחת פון דיר. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען 'קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך', אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - איך בין טיף אין חובות, ווי אזוי קען איך זיך אויסלאכן?
חובות, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, אינשורענס, תיקון הכללי, מנין, צדקה, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו, "בנוגע דיין פרנסה וכו'; געלט האט קיינער נישט, עס איז א גרויסע שפיל, שפיל דו אויך דעם שפיל - כאילו דו האסט אסאך געלט; טראכט 'איך האב זייער אסאך געלט, איך האב עס יעצט אינוועסטירט', און לאך זיך גוט אויס. אלעס איז דמיון, נאר דער אייבערשטער איז אמת; יעדע מחשבה וואס מען טראכט, אויב איז עס נישט פון אמונה - איז עס דמיון".


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עס אביסל בעסער מסביר זיין, איך האב חברים וואס האבן וויפיל געלט זיי ווילן, זיי האבן אן אייגענע הויז, א שיינע קאר, און זיי קענען קויפן אלעס וואס זיי וויל און דארפן. איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער למעשה בין איך שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט, איך קען נישט גיין אין אסאך שולן דאווענען כדי נישט צו טרעפן די בעלי חובות, איך קען נישט איינקויפן אויף שבת ווייל קיין איין גראסערי וויל מיר מער נישט געבן אויף בארג, איך פאר ארום מיט א קאר אן אנשורענס ווייל איך האב נישט דאס געלט עס צו כאצאלן, איך האב אפילו נישט צו קויפן געז אנצופילן מיין קאר, איך מאך חתונה אין אפאר חדשים ארום, מיין ווייב בעט געלט און איך האב נישט וואס צו געבן, ווי אזוי לאכט מען זיך פאקטיש אויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו נישט נוצן דיין קאר ביז דו האסט אינשורענס; עס איז נישט קיין שפיל, מען טאר נישט פארן מיט א קאר אן קיין אינשורענס.


צווייטנס, אז דו ווילסט ארויסגיין פון דעם טיפן גרוב - זאלסטו די ערשטע זאך פון היינט און ווייטער מער נישט בארגן קיין איין פרוטה, און אז דו דארפסט אהיימברענגען געלט - זאלסטו גיין נאך געלט. דעם וועם דו ווילסט פרעגן: "קענסט מיר בארגן?" זאלסטו אנשטאט די ווארט 'בארגן' נוצן די ווארט 'העלפן'; פרעג: "קענסט מיר העלפן?" געענדיגט מיט בארגן, השמר והזהר, גראב נישט דעם גרוב טיפער; בארגן איז א קללה, אז מען האט חובות איז זייער זייער ביטער.


זאג יעדן טאג נאכן דאווענען די צען קאפיטלעך תהילים – די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], ווייל חובות קומט פון פגם הברית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף די וועלט נישט צו זיין א בעל חוב - וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


אז דו ווילסט זיך ארויסזען פון דיינע חובות, זוך א שטילע ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך דערטרענק זיך אין שווערע חובות, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט גיין צווישן מענטשן, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, איך בין זיך אליינס שולדיג, איך בין דורכגעפאלן מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אוי וויי איז מיר, אוי וויי איז פאר מיין נשמה, איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב נישט געהיטן מיינע אויגן, איך האב זיך צוגעברענגט צו עבירות.


אנא רחום, איך בעט דיר דערבארעמדיגער טאטע, דו ביסט דאך א רחום וחנון, דו ביסט דאך דער חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויסקריכן פון מיינע חובות".


אויך זאלסטו יעדן טאג גיין אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, זיי זיך מוסר נפש אויף דעם. נאך תפילת שחרית זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, און ווען דו דאווענסט שחרית מיטן טלית, זאלסטו זיך איינוויקלען אונטער די טלית און שטילערהייט שעפשען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון מיינע חובות, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, העלף מיר טאטע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - וואס איז דער ענין זיך מקשר צו זיין צו צדיקים ביים דאווענען?
חסידות ברסלב, צדיקים, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פשט אין דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ביים דאווענען דארף מען זיך מקשר זיין צו צדיקים, וואס מיינט דאס און ווי אזוי ארבעט עס? און וואס איז פשט פון דעם נוסח וואס ברסלב'ע חסידים זאגן פאר'ן דאווענען "הרינו מקשר"?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רצו): "בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה, צְרִיכִין לְקַשֵּׁר עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיקִים שֶׁבַּדּוֹר", מען דארף זיך ביים דאווענען צובינדן צו די צדיקי הדור, "כַּמּוּבָא בְּסִימָן ב' וּבְסִימָן ט' בְּ"לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן" חֵלֶק רִאשׁוֹן וּבִשְׁאָר מְקוֹמוֹת. עַל כֵּן הִזְהִיר לַאֲנָשָׁיו", דערפאר האט דער רבי אונז אנגעזאגט, "שֶׁיֹּאמְרוּ קֹדֶם הַתְּפִלָּה", מיר זאלן זאגן פאר'ן דאווענען: "הֲרֵינִי מְקַשֵּׁר עַצְמִי לְכָל הַצַּדִּיקִים שֶׁבְּדוֹרֵנוּ".


אביסל דאס צו פארשטיין געבן, וועלן מיר אריינקוקן אין רבינ'ס ווערטער, זען וואס דער רבי זאגט.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ב', אות ו'): "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְכַוֵּן בִּתְפִילָּתוֹ" יעדער איינער דארף אינזין האבן ביים דאווענען, "שֶׁיְּקַשֵּׁר עַצְמוֹ לַצַּדִּיקִים שֶׁבַּדּוֹר" זיך צוצובינדן צו די צדיקים פונעם דור; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן א צדיק און אים פאלגן אלעס וואס ער זאגט. אזוי ווי מען בינדט צוזאם צוויי זאכן און עס ווערט איינס, אזוי דארף מען זיין איינס מיטן צדיק, און אז מען איז צוגעבינדן צום צדיק איז דאס אזוי ווי מען איז צוגעבינדן צום אייבערשטן. "כִּי כָּל צַדִּיק שֶׁבַּדּוֹר" ווייל דער צדיק פונעם דור, "הוּא בְּחִינַת משֶׁה - מָשִׁיחַ" איז אזוי ווי משה רבינו און אזוי ווי משיח צדקינו; משה רבינו האט זיין גאנץ לעבן געטון נאר איין זאך, און אזוי אויך משיח צדיקנו וועט טון נאר די איין זאך: 'אריינשיינען אין יעדן איינציגסטן איד אז דער אייבערשטער פירט אלעס, דער אייבערשטער מאכט אלעס און עס איז נישטא גארנישט אויסער אים', משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט א לויטערקייט, יעדער וועט שפירן דעם אייבערשטן און יעדער וועט דאווענען צום אייבערשטן.


דאס טוען די הייליגע צדיקים שבכל דור ודור, זיי האבן אין זיך די זאך פון משה רבינו און די זאך פון משיח צדקינו, זיי ברענגען אריין אין זייערע מענטשן מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן, מען זאל וויסן עס איז דא נאר איין ציל אין לעבן, נאר זיך צוקלעבן צום אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁמָּצִינוּ" אזוי ווי מיר געפינען, "שֶׁהַצַּדִּיקִים קוֹרִין זֶה לָזֶה משֶׁה" אז צדיקים ווערן אנגערופן מיטן נאמען 'משה', "כְּמוֹ" אזוי ווי מען זעט אין ש"ס (שבת, סוכה, ביצה און חולין) ווען דער תנא אדער אמורא רעדט צו זיין חבר רופט איינער דעם צווייטן: "משֶׁה שַׁפִּיר קָאֲמַרְתְּ" משה, גוט האסטו געזאגט; "וּמשֶׁה זֶה בְּחִינַת מָשִׁיחַ און משה רבינו אליינס איז משיח,"כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (בראשית מט, י): "עַד כִּי יָבֹא שִׁילֹה" ביז ווילאנג משיח וועט קומען, 'שילה' איז 'משיח', און דער הייליגער זוהר זאגט: "דָּא משֶׁה מָשִׁיחַ", דאס מיינט מען משה רבינו וואס ער איז משיח; שילה באטרעפט דריי הונדערט פינף און פערציג, און משיח באטרעפט די זעלבע.


יעצט געבט דער רבי צו פארשטיין פארוואס מען דארף זיך מקשר זיין צום צדיק שבדור ווען מען גייט דאווענען, "וְכָל תְּפִילָּה וּתְפִילָּה שֶׁכָּל אֶחָד מִתְפַּלֵּל" און יעדע איינציגסטע תפילה וואס מען דאווענט צום אייבערשטן, "הוּא בְּחִינַת אֵיבָר מֵהַשְּׁכִינָה" איז נאך א שטיק פון די שכינה, ווייל ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - מאכט מען רוען די שכינה; פון וועם בעט איך? און צו וועם רעד איך? צום אייבערשטן! קומט אויס, ווען מען דאווענט, מען בעט דעם אייבערשטן - ווערט אראפגעברענגט נאך און נאך שכינה, "שֶׁהֵם אֵיבְרֵי הַמִּשְׁכָּן" דאס זענען חלקים פונעם משכן.


ווייל די דריי זאכן: דאווענען, שכינה און משכן - זענען איין זאך; ווען מען דאווענט, מען בעט דעם אייבערשטן - מאכט מען א ליכטיגקייט אויף די וועלט, מען מאכט רוען די שכינה וואס דאס איז די משכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא פקודי, ג): 'הַמִּשְׁכָּן מֵעִיד' די משכון איז עדות, 'שֶׁהַשְּׁכִינָה בְּיִשְׂרָאֵל' אז דער אייבערשטער רוט ביי אידן. און אזוי ווי דער משכן ווערט געבויט פון אסאך שטיקלעך, ברעטער, שטאנגען, זוילן, שוועלן וכו', אויך איז דער משכן געבויט געווארן מיט העקעלעך און פארהענג, נעגל און שטריק, און אויך אלע כלים, די מנורה, די טיש, די ארון - אזוי אויך איז די תפילות וואס אלע אידן דאווענען, יעדער מענטש וואס דאווענט מאכט נאך א שטיקל פארן משכן; איינער מאכט מיט זיינע תפילות די ברעטער, א צווייטער מאכט מיט די תפילות די שוועלן, ביז עס ווערט א משכן, ווייל יעדער איד האט זיין וועג ווי אזוי ער מאכט רוען די שכינה, און פון אלע תפילות ווערט ליכטיג, מען מאכט רוען דעם אייבערשטן דא אויף די וועלט.


"שֶׁאֵין שׁוּם אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל יָכוֹל" און אז מען נעמט צאם אינאיינעם אלע תפילות פון אלע אידן - איז נישטא קיינער וואס קען - "לְאַעֲלָא שַׁיְפָא בְּשַׁיְפָא כָּל חַד לְדוּכְתֵּיהּ" צאמנעמען יעדן איינעמס תפילה, "אֶלָּא משֶׁה בִּלְחוּד" נאר משה רבינו. "בִּשְׁבִיל זֶה" דעריבער, "צָרִיךְ לְהָבִיא וּלְקַשֵּׁר כָּל הַתְּפִילּוֹת לְצַדִּיק הַדּוֹר" דארף מען זיך צובינדן צום צדיק הדור, וואס ער טראגט ארויף אלע תפילות פון אלע אידן און מאכט פון דעם א קרוין פארן אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (שמות לט, לג): "וַיָּבִיאוּ אֶת הַמִּשְׁכָּן אֶל משֶׁה" זיי האבן געברענגט די משכן צו משה, "וְהוּא יוֹדֵעַ לְאַעֲלָא שַׁיְפָא בְּשַׁיְפָא" וואס משה רבינו ווייסט ווי אזוי מען שטעלט אויף אינאיינעם אלע שטיקלעך משכן, "וְלַעֲשׂוֹת אוֹתָהּ קוֹמָה שְׁלֵמָה" און דאס מאכן פאר איין גרויסער געשטעל, אזוי אויך נעמט משה רבינו אלע תפילות פון אלע אידן און מאכט פון דעם שיינע קרוינען פארן אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (שם מ, יח): "וַיָּקֶם משֶׁה אֶת הַמִּשְׁכָּן" משה רבינו האט אויפגעשטעלט די משכן; נאר דער צדיק, ער קען אויפהייבן אלע תפילות פון אידישע קינדער און דאס ארויפטראגן צום ריכטיגן פלאץ.


דערפאר האט דער רבי געזאגט, איידער מען גייט דאווענען זאל מען זיך מקשר זיין צו די צדיקי הדור. דאס איז די נוסח וואס אנשי שלומינו זאגן איידער מען דאווענט אדער מען טוט א מצוה:


"הֲרֵינִי מְקַשֵּׁר עַצְמִי בִּתְפִלָּתִי לְכָל הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִים שֶׁבְּדוֹרֵנוּ, וּלְכָל הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִים שׁוֹכְנֵי עָפָר, קְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וּבִפְרָט לְרַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ, צַדִּיק יְסוֹד עוֹלָם, נַחַל נוֹבֵעַ מְקוֹר חָכְמָה, רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פַיְגֶא, זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ".


און דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות העושה שליח לגבות את חובו הלכה ב, אות ד) מען זאל זיך אויך מקשר זיין צום צדיק פאר מען טוט א מצוה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - ווי אזוי קען איך צוקומען צו א ריינע מחשבה ביים דאווענען?
תפילה והתבודדות, דאווענען, מחשבות, מדריגות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין צוואת הריב"ש פונם הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז איידער א מענטש גייט דאווענען זאל ער טראכטן פון די גרויסקייט פונעם באשעפער, אזוי וועט ער מורא האבן פונעם אייבערשטן, און וואס מער מ'האט מורא פונעם אייבערשטן אלץ מער וועט מען אים ליב האבן, און ווען מ'הייבט אן דאווענען זאל מען טראכטן אז מ'גייט אלץ העכער ארויף ביז'ן אייבערשטן, און דעמאלט וועט מען שפירן ווי דער אייבערשטער נעמט ארום דעם מענטש פון אלע זייטן, וואס דאס איז די זיסטע זאך אויף די וועלט, און מ'וועט זיך אינגאנצן נישט שפירן, און מ'קען ממש אויסגיין פאר זיסקייט אין נאכדעים ווען מ'קומט צוריק מאכט דער אייבערשטער א נס אז די חיות זאל צוריק קומען און מ'זאל ווייטער לעבן.


איך האב עס אפאר מאל פרובירט אבער עס גייט מיר נישט, מיין הארץ איז קאלט ווי א שטיין, אפילו די פשוטע פירוש המילות קומט מיר אן שווער אינזין צו האבן, מיין קאפ פליט איבעראל נאר נישט אין סידור, איז נאך מעגליך איך זאל אויך זיין א צדיק און זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות דורך תפילה והתבודדות, דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען דורך די הנהגה.


קוק וואס רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ, הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק'", דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות נאר דורך זיך פירן פשוט, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און גערעדט צום אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און ער האט געזאגט אסאך תהילים, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און נאר אזוי האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אז דו ווילסט זוכה זיין צו טהרת המחשבה, באקומען א קלארע לויטערע אמונה, שטענדיג ארום גיין מיט א ריינע מחשבה - זאלסטו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און אים בעטן אויף יעדע זאך; דאס איז די וועג צו ווערן א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (שם): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט, "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוטע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוטערהייט, און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - וואס טוט מען ווען דער מאן ארבעט צופרי פאר'ן דאווענען?
שלום בית, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, פרנסה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער אנטוישט פון מיין מאן, ער שטייט אויף שפעט, און עס אינטערעסירט אים נישט דאס דאווענען בכלל. ער שטייט אויף צען אזייגער, טרינקט קאווע מיט מזונות, דערנאך עפנט ער זיין קאמפיוטער צו קוקן וואס טוט זיך אין באנק, מאכט די חשבונות און רופט דעם און יענעם, און ערשט דערנאך, ווען מיין נשמה איז שוין ארויסגעפלויגן פון צער, גייט ער ערשט דאווענען.


אין מיינע עלטערנ'ס הויז פלעג איך אלץ זען פונקט א פארקערטע ביישפיל, מיין טאטע האט אונז אלץ געזאגט אז עס איז נישטא קיין ברכה אין זאכן וואס מען טוט פאר'ן דאווענען, ער האט קיינמאל נישט געעפנט א קאמפיוטער פאר'ן דאווענען.


עס איז מיר זייער שווער, איך האב מורא אז ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועלן זיי באקומען א שלעכטע ביישפיל ווי אזוי זיך אויפצופירן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט מצער זיין מיין מאן, איך וויל נישט זיין ווי זיין מאמע אים צו זאגן וואס ער האט צו טון, איך פרוביר אים מכבד צו זיין, אבער די זאך איז מיר זייער שווער, עס מאכט מיר זייער אנגעצויגן און טרויעריג. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, לאזט נישט אריין דעם סמ"ך מ"ם ביי אייך אין שטוב, לאזט אים נישט צעברעכן אייער שלום בית. דער סמ"ך מ"ם האט אסאך וועגן ווי אזוי אריינצוקומען אין א שטוב, ער קען זיך זייער גוט פארשטעלן מיט א פרומע קלייד, אלעס נאר צו צעברעכן די שטוב. אמאל קומט ער צום מאן ער זאל קוקן שלעכט אויף די ווייב, אז זי פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף, און אמאל קומט ער צו די ווייב זי זאל קוקן שלעכט אויפ'ן מאן; אלעס איז מיט'ן ציל צו צעברעכן די שטוב.


איך בעט אייך לאזט אפ, זוכט נישט קיין שלעכטס אין אייער מאן; לאזט אים לעבן. זוכט גוטס, זוכט מעלות; ווי מער מעלות איר וועט טרעפן אין אים - וועט איר זען ווי ער וועט ווערן מער און מער שענער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) ווען מען זוכט גוטס אין יענעם, פלוצלונג ווערט יענער איין שטיק גוטס.


דאס וואס אייער טאטע פלעגט זאגן אז עס איז נישטא קיין ברכה אין זאכן וואס מען טוט פאר'ן דאווענען - איז וואר, אבער נאך ערגער איז ווען די ווייב קוקט שלעכט אויף איר מאן; אז מען קוקט שלעכט אויפ'ן מאן און ער ווערט בעצבות - איז נישטא קיין ברכה אין גארנישט, קוקן שלעכט אויפ'ן מאן איז די ערגסטע זאך.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה ווי אזוי צו לעבן בזה העולם א חיים טובים: "התבודדות ותפילה"; א מענטש זאל רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו א גוטער פריינט, מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אים דערציילן די גאנצע הארץ. טוט די עצה, דערציילט פאר'ן אייבערשטן וואס שטערט אייך, און בעטס דעם אייבערשטן סיי עס זאל אייך נישט שטערן די זאכן, און בעטס דעם אייבערשטן אז אייער מאן און אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער. דער הייליגער חפץ חיים האט גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#19 - ווי אזוי שטארק מען זיך ווען מ'מוטשעט זיך מיט'ן אנהויבן א ביזנעס?
התחזקות, שלום בית, פרנסה, דאווענען, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


מיין מאן זאל זיין געזונט איז זייער פארנומען מיט א נייע ביזנעס וואס ער האט לעצטנס געעפנט, ער פילט ווי דאס רויבט אים אוועק זיין רוחניות און גשמיות, די צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און אזוי ווייטער נעמט מען דאס צו ממש אלעס אין לעבן. ער האט אזוי חרטה פאר'ן אריינשפרינגען אין די גאנצע זאך, ער וואלט אזוי שטארק געוואלט צוריקציען, אבער יעצט איז ער שוין שטעקן געבליבן מיט א געשעפט וואס האט קוים אנגעהויבן זיך רירן, און מיט אסאך גרויסע חובות.


די ביזנעס האט א גרויסע מעגליכקייט שטארק מצליח זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אבער דערווייל גייט עס זייער שווער. מיט וואס קענען מיר זיך מחזק זיין?


ביטע ענטפערט אונז ווי שנעלער ווייל מיר דארפן קריטיש אביסל חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מחזק אייער מאן ער זאל ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די נייע ביזנעס. אז מען עפנט א ביזנעס מוז עס זיין מיט'ן אייבערשטן, נאר אזוי איז מען מצליח.


אינדערפרי איידער מען גייט אריין אין די ביזנעס דארף מען גיין אין שול דאווענען צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין, אזוי אויך זאל ער האבן א צדקה פושקע ביי די ארבעט און אריינלייגן שטענדיג פרוטות און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין הצלחה, אזוי אויך בשעת מען איז פארנומען מיט די ביזנעס - זאל מען זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן אלעס זאל מצליח זיין; נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


זייט מחזק אייער מאן; מוטיגט אים, שטארקט אים, מאכט אים פרייליך - וועט ער מצליח זיין.


מוהרא"ש זאגט, די הייליגע שם פון פרנסה, חת"ך – איז די סופי תיבות פון (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'"; אויך איז דאס די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; שמחה ברענגט גרויס עשירות.


פארלירט אייך נישט, וועט איר מצליח זיין.

#18 - פארוואס לערנען די ליטווישע פלייסיגער פון די חסידישע?
חסידות ברסלב, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דאווענען, חסידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א זאך וואס טוט מיר זייער שטארק וויי. איך דריי זיך אסאך מאל אין א גרויסע ליטווישע ישיבה צוליב מיין ארבעט, און איך זע ווי אזוי זיי לערנען שעות אויף שעות מיט א מורא'דיגע חביבות התורה, וואס איך האב קיינמאל נישט געזען פארדעם. איך וויל פארשטיין ווי אזוי זיי האבן אזא חשק צו לערנען, וואס מ'זעט נישט ביי די חסידישע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז ווייל ביי זיי האט מען געלייגט מער געוויכט אויף לערנען ווי ביי חסידים; ביי חסידים האט מען געלייגט מער דגוש אויף דאווענען און ביי די ליטווישע האט מען געלייגט מער דגוש אויף לימוד התורה, דעריבער זעט מען ביי זיי מער התמדה אין תורה; נישט אז חסידים לערנען נישט, חסידים לערנען זייער פלייסיג, אבער דארט זעט מען א שטארקע התמדה וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.


עס איז באוויסט וואס דער רבי האט געזאגט: "איך וועל נעמען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע, איך וועל פועל'ן ביי מיינע לייט זאלן האבן די מעלות פון ביידע"; דער רבי האט גערעדט סיי פון דאס גרויסקייט פון תורה און סיי פון דאס גרויסקייט פון תפילה, דאס זעט מען טאקע ביי ברסלב'ער חסידים, יעדער איינער האט שיעורים בכל התורה כולה, מען לערנט מיט א מורא'דיגע התמדה, שטענדיג האלט מען מיט זיך א ספר; אדער א חומש, אדער א משניות, אדער א תהלים און ווען מען האט נאר אפאר איבריגע מינוט כאפט מען אריין לערנען, מען פרובירט צו פאלגן דעם רבי'ן כאטשיג צו ענדיגן איין מאל אין לעבן וואס דער רבי האט געוואלט מיר זאלן ענדיגן אין איין יאר.


רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן עו): "פַּעַם אֶחָד חָשַׁב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מַה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לִלְמֹד בְּכָל יוֹם עַד שֶׁאֵין הַיּוֹם מַסְפִּיק", דער רבי האט אונז אויסגערעכנט וויפיל מיר דארפן לערנען און ענדיגן יעדעס יאר, אזויפיל שיעורים - אז עס איז נישטא קיין צייט אין טאג אזויפיל צו לערנען, "דְּהַיְנוּ לִגְמֹר בְּכָל שָׁנָה שַׁ"ס עִם הָרִי"ף וְהָראֹ"שׁ", ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס מיט רי"ף און רא"ש, "וְאַרְבָּעָה שׁוּלְחָן עָרוּךְ הַגְּדוֹלִים", ענדיגן יעדעס יאר אלע פיר חלקים שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים, "וְכָל הַמִּדְרָשִׁים כֻּלָּם", און אלע מדרשים, "וְכָל סִפְרֵי הַזֹּהַר וְתִקּוּנִים וְזֹהַר חָדָשׁ", און גאנץ זוהר מיט תיקוני זהר, "וְכָל סִפְרֵי קַבָּלָה מֵהָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אלע ספרים פון הייליגן אריז"ל, "גַם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען לערנען אביסל עיון יעדן טאג, אבער אלע אנדערע שיעורים זאל מען לערנען שנעל אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ווי דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.): 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


א פרייליכן יום טוב.

#17 - וואס טוט מען מיט'ן דאווענען, ווען מ'שטייט אויף שפעט?
דאווענען, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מיר מחי' מיט די שיעורים און בריוו. איך זע אז איר רעדט זייער שטארק פון דאווענען שחרית פאר חצות, ווי איך פארשטיי פון אייך איז אז נאך חצות מעג מען שוין נישט דאווענען. איך שטיי אסאך מאל אויף נאך חצות, וויל איך וויסן אויב איז עס טאקע אזוי אז מען טאר שוין נישט דאווענען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז שחרית, מנחה, מעריב - דאס האלט דעם איד ביי אידישקייט, אז מען הייבט אן מזלזל זיין אין די דריי תפילות - איז זייער ביטער, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. מוהרא"ש האט זייער אסאך גע'חזר'ט מיט אונז די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", תלתא פרסי איז די דריי תפילות, דאס האלט א איד ביי קדושת ישראל.


די הייליגע חכמים האבן אונז אוועקגעשטעלט צייטן ווען צו דאווענען די דריי תפילות, פון ווען מען קען דאווענען די דריי תפילות און ביז ווען מען קען זיי דאווענען; תפילת שחרית קען מען דאווענען שפעטסטנס ביז חצות, נאך חצות קען מען נישט דאווענען, עס איז א ברכה לבטלה.


ווען גייסטו שלאפן? גיי שלאפן צייטליך - וועסטו אויפשטיין אין צייט, אז דו קענסט נישט שלאפן - זאלסטו קודם גיין דאווענען; נישטא אזא זאך אויפשטיין נאך חצות, א איד דארף דאווענען אינדערפרי, און אז מען איז מיד קען מען זיך צוריק לייגן שלאפן נאכן דאווענען.


אז דו וועסט זיין שטארק אין די דריי תפילות, דו וועסט גיין אין שול דאווענען מיט מנין - וועסטו זוכה זיין צו השגחה, דער אייבערשטער וועט דיר געבן אלעס וואס דו באגערסט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:) אָמַר רַבִּי יִצְחָק: "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת", ווער עס קומט אין שול יעדן טאג, "וְלֹא בָא יוֹם אֶחָד", און ער פארפעלט איין טאג צו קומען דאווענען, "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", פרעגט דער אייבערשטער: "וואו איז דער מענטש? פארוואס איז ער נישט דא?" אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, י): מִי בָכֶם יְרֵא ה' שֹׁמֵעַ בְּקוֹל עַבְדּוֹ אֲשֶׁר הָלַךְ חֲשֵׁכִים וְאֵין נֹגַהּ לוֹ, יִבְטַח בְּשֵׁם ה' וְיִשָּׁעֵן בֵּאלֹקָיו, "אִם לִדְבַר מִצְוָה הָלַךְ", אויב איז ער פארנומען מיט א מצוה - "נֹגַהּ לוֹ", וועט אים ליכטיג ווערן, "וְאִם לִדְבַר הָרְשׁוּת הָלַךְ", און אויב איז ער נישט געקומען אין שול דאווענען ווייל ער איז פארנומען מיט זייטיגע זאכן - "אֵין נֹגַהּ לוֹ", וועט ער בלייבן אין פינסטערניש, ער וועט נישט מצליח זיין, "יִבְטַח בְּשֵׁם ה'", פארוואס? "מִשּׁוּם דְּהֲוָה לֵיהּ לִבְטוֹחַ בְּשֵׁם ה' וְלֹא בָּטַח", ווייל ער וואלט ווען געדארפט קומען אין שול און זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - פארוואס איז אונזער שול אזוי צעפארן?
אחדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, דאווענען, מדות טובות, היטן די צייט, נקודות טובות, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס גייט פאר לעצטנס אין אונזער בית המדרש היכל הקודש, איך רעד פון די לעצטע האלבע יאר בערך. איך שפיר אז דער בית המדרש דארף גרויס חיזוק.


די זמנים זענען געווארן זייער שוואך, מען דאווענט זייער שפעט, די וואך איז עס שוין געגאנגען אזוי ווייט אז אנשטאט 9:30 האט מען ערשט אנגעהויבן דאווענען אום 10:00 אזייגער. אויך דאס רעדן ביים דאווענען איז זייער איינגעריסן, אזוי ווייט אז ביז מען קומט נישט אן צו ברוך שאמר, שפירט זיך בכלל נישט אז מען דאווענט דא, מען הערט נאר קולות פון רעדן און שמועסן, און אפילו נאך ברוך שאמר קען מען נאך הערן אינגעלייט און בחורים וואס שמועסן צווישן זיך. שוין אפגערעדט פון די פאליש וואס מיר האבן דא, וואס שטייט מען און מען שמועסט הויך לכתחלה דעם גאנצן דאווענען, אויך אינמיטן שמונה עשרה, און מען הערט עס גוט אריין אין שול.


פון איין זייט אז טאקע דא א גוטע געשמאקע לופט אין שול, מען האט זיך ליב און עס איז בא'טעמ'ט, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך אז עס איז בכלל נישט קיין בית המדרש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו, אז עס איז דא א גוטע לופט ביי ענק אין בית המדרש, "ומי יתן והיה לבבם זה להם ליראה אותי כל הימים", איך האף און איך בין מתפלל אז עס זאל בלייבן ביי ענק די גוטע לופט אין שול, מען זאל זיך ליב האבן, און אין אלע שולן היכל הקודש זאל זיין א געשמאקע לופט פון ליבשאפט, דאס איז דאך דער עיקר; ווייל אויב איז דא ליבשאפט איז דא אלעס, און אז עס איז נישטא קיין ליבשאפט איז גארנישט דא.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען וואס די פליכט פון א גבאי איז, נישט צו זיין א נערוועזער אנצוהויבן פונקט אין צייט, נישט דאס איז די ארבעט פון דער גבאי; אויף דעם קען מען טרעפן איינער פון די מתפללים, אויך נישט אויף צו מוסר'ן און צו זוכן חסרונות, אויף דעם קען מען זיך פארלאזן אז אנדערע וועלן דאס שוין טון; א גבאי דארף איין זאך טון, זוכן די מעלות ביי די מתפללים, זוכן דאס גוטס, און אריינברענגען א לעבעדיגקייט און א ליבשאפט צווישן די מתפללים.


איך בעט דיר און אויך אלע גבאים פון אונזערע שול'ן, שטארקט אייך און זוכט אויף דאס גוטס ביי די מתפללים, זוכט צו מאכן אן אויר הזך והנח, עס זאל זיין שמחה צווישן ענק; דאווענען אין צייט - דאס וועט נאכקומען, נישט רעדן ביים דאווענען - דאס וועט אויך זיין, אבער אויף ליבשאפט צווישן אייך - דאס איז די שווערסטע זאך, און אז דאס וועט זיין ביי אייך - וועט אלעס זיין.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן פון די פרט פאר אנשי שלומינו טויזנטער מאל, ווייל עס איז א שווערע עבודה; מען דארף אסאך בעטן אויף דעם פרט ביז מען איז זוכה צו זען גוטס ביי יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - האב איך נאך אן האפענונג צו זיין גוט?
התחזקות, ספרים, דאווענען, תשובה, עבירות, תפלין, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער עס גייט מיר ממש נישט.


איך שעם זיך זייער צו שרייבן וואס עס גייט אריבער אויף מיר, נישט קיין שחרית, נישט קיין מנחה, נישט קיין מעריב, נישט קיין תפלין, גארנישט. נאר א בלאט גמרא יעדן טאג, איך גיי אין מקוה, און איך רעד אביסל צום אייבערשטן.


איך ווייס אז עס איז געפערליך, עס טאר נישט זיין אזוי, אבער ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון דעם ביטער געשעפט. איך וויל זיין א פשוטער ערליכער איד, איך בין זייער פארשעמט פון מיין אייגענע אויפפירונג, האב איך נאך אן האפענונג צו זיין גוט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט אין די תשובות (שות ברסלב חלק ב', מכתב רמב), איינער שרייבט אזא שאלה: "איך בין אזוי געפאלן אז איך לייג נישט קיין תפילין", מוהרא"ש ענטפערט אים: "דאס קומט פון זיין דערביטערט", און מוהרא"ש שרייבט אים: "וויסן זאלסטו, עס וועט דיר גארנישט העלפן דאס זיין דערביטערט, עס וועט דיר נאר מער און מער אראפווארפן, ביז שאול תחתית".


מוהרא"ש מיט זיין גרויס רחמנות געבט אים אן עצה ער זאל זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים, מוהרא"ש זאגט: "ולכן לדעתי תתחיל לעיין בספרי רביז"ל ושם תראה את גודל רחמנותו יתברך על כל בריותיו, ובפרט אלו שחוזרים אליו ומתחילים לדבר עמו יתברך, עליהם הקדוש ברוך הוא פונה תיכף ומיד", אין רבינ'ס ספרים וועסטו זען די רחמנות פון אייבערשטן, ווי ער האט אויף יעדן רחמנות, ובפרט אויף די וואס קערן זיך צוריק, די וואס טוען תשובה; אויף זיי האט ער זייער רחמנות און ער נעמט אן זייער תשובה.


דעריבער טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים. לדעתי זאלסטו אנהויבן מיט ספר אשר בנחל, דאס איז א תמצית פון רבינ'ס ספרים, די בריוו וועלן דיך אויפוועקן און מוטיגן צו תשובה, צו גיין אין שול אנטון טלית ותפילין, און דאווענען די דריי תפילות. די בריוו פון ספר אשר בנחל וועט אריינבלאזן א גייסט אין דיר, עס וועט ווערן ממש תחיית המתים, וועסט ווערן א גרויסער צדיק. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש האט א כח צו מאכן דעם מענטש פאר א בעל תשובה, די בריוו זענען דעם רבינ'ס שיחות, און דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - דארף איך זיך דערשרעקן אז מיין "קו החיים" טויג נישט?
תפילה והתבודדות, דאווענען, חכמות, מנין, צדקה, תמימות, קריאת שמע, חכמת היד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פון א גרויסער מבין אין "חכמת היד", און ער האט געזאגט ביים שיעור וואו און ווי אזוי עס זעט אויס די "קו החיים", די "ליניע פון לעבן" אויפ'ן האנט, און דאס האט מיר געמאכט שווער אויפ'ן הארץ, ווייל לויט ווי ער האט עס אראפגעלייגט און לויט ווי איך זע עס אויף מיין האנט, קוקט אויס אז איך וועל זיך מוטשען מיט אסאך פראבלעמען אין לעבן.


דאס האט מיך גאר שטארק דערשראקן, איך שפיר זייער אנידערגעשלאגן פון דעם. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב ער קען מיר אויסקלארן דעם ענין, ווייל למעשה שטייט דאך די זאך פון חכמת היד אין זוהר הקדוש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין מיט די זאכן; דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט גיין אויף די וועגן פון קוקן די הענט וכו', נעמען וכו', דער רבי האט אונז געלערנט דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, מען זאל נישט נאכגיין די זאכן, אזוי ווי עס שטייט (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", זאגט רש"י: "התהלך עמו בתמימות, ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות, אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות, ואז תהיה עמו ולחלקו", עיין שם.


די חכמה פון קוקן אויף די קריצן פונעם האנט איז טאקע א חכמה וואס די סודות שטיין אין הייליגן זוהר (פרשת יתרו), אבער דאס האט נישט מיט אונז אידישע קינדער; א איד אז ער גייט אין שול דאווענען איין תפילה מיט מנין - ווערט ער א נייע ברי', עס איז נישט דער מענטש פון פריער, און אז מען ליינט איינמאל קריאת שמע מעגן די קריצן ווייזן אויף אלעס שלעכט - וועט אים נישט פאסירן די שלעכטס, און זיכער אויב ער געבט צדקה אדער ער טוט גמילות חסדים - דארף מען זיך גארנישט זארגן.


לאז זיך אפ פון די וואס רעדן די סארט דרשות פון חכמת היד, חכמת הפרצוף; דאס העלפט גארנישט אין לעבן און נישט פאר עבודת השם, עס איז א סכנה פארן מענטש. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה, קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה", און אסאך זענען אינגאנצן אוועק געפאלן, "כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם", און איינגערעדט און פארפירט די וועלט מיט זייערע רשעות, "וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען געגאנגען מיט זייערע חכמות. "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און איידער מען טוט עפעס זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - וואס איז דער מקור פון נישט זאגן תחנון אום פרייטאג?
שבת קודש, הלכה, שמחה, מנהגים, דאווענען, תחנון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם איך האב שוין געענדיגט צוועלף מאל משניות, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב געדאווענט עטליכע פרייטאגס אין היכל הקודש, ווען מען זאגט נישט קיין תחנון, און מען האט אויך נישט געזאגט "תפלה לדוד", איך האב געוואוסט אז נאר ווען מען זאגט נישט תחנון על פי הלכה זאגט מען אויך נישט תפילה לדוד, האט דאס א מקור?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אסאך צדיקים איז אזוי געווען, זיי האבן נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת. דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, דער הייליגער צדיק רבי הערשלע זידיטשובער זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, אזוי אויך דער ייטב לב, דער קדושת יום טוב און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותם יגן עלינו האבן נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך אזוי געפירט, נישט צו זאגן ערב שבת תחנון.


זיי זיך נישט מבלבל פון דעם, דער עיקר זאלסטו זיך גרייטן ערב שבת מיט א שטארקע הכנה, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת. דער הייליגער רבי פלעגט אלס קינד אסאך וויינען ערב שבת ער זאל זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת.


אויך זאלסטו בעטן אסאך אויף שמחה, ווייל שמחה ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס לייג איך נישט קיין תפלין?
סיפורי צדיקים, דאווענען, מלמדים, סדר היום, תפלין, מנין, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר ווי איך באגראב זיך פאר בושה, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא ירידה אין רוחניות ווי יעצט, איך דאווען נישט, און איך לייג נישט קיין תפלין, רחמנא ליצלן.


יעדער האלט מיך פאר א חשובער אינגערמאן, קיינער ווייסט אבער נישט אז איך לייג נישט קיין תפלין. איך בין א מלמד אין א תלמוד תורה, איך לייג אריין אין די קינדער אמונה און קדושה, אין די צייט וואס איך בין אזוי טיף אין דער ערד.


וואס מיינט דאס? וואס האט פאסירט מיט מיר? וואס גייט פאר מיט מיר? איך קען זיך נישט מוחל זיין אז דאס איז געשען צו מיר. ביז איך כאפ זיך אז איך האב נישט געלייגט היינט תפלין - איז שוין נאך די שקיעה; ביז איך באמערקט אז איך האב נאכנישט געדאווענט שחרית - איז שוין צייט צו דאווענען מעריב.


איך לויף אין חדר אן גארנישט, איך כאפ א מקוה און איך לויף אריין אין קלאס. איך פרוביר אפילו נישט אויפצושטיין פריער. איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, פשוט עס אינטערעסירט מיר נישט קיין שחרית, מנין, תפלין, און קיין שום זאך.


איך וויין, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט דאס גרויסקייט פון אנטון תפילין - וואלסטו אויפגעשפרינגען אינדערפרי אנטון די הייליגע תפילין. תפילין קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, תפילין היט דעם מענטש ער זאל נישט זינדיגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁא יֶחֱטָא", ווער עס גייט מיט תפילין וועט זיכער נישט צוקומען צו עבירות; ווייל ווען מען פרייט זיך מיט די תפילין - ווערט מען צוגעקלעבט צום אין סוף ברוך הוא.


הויב נישט אן דיין טאג מיט קיין שום זאך, דאס ערשטע זאך זאלסטו לויפן אין שול אנטון טלית ותפילין, טו אן די הייליגע תפילין של יד און די הייליגע תפילין של ראש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמות, רמז רכב): "אמרו ישראל לפני המקום אנו רוצים ליגע בתורה יומם ולילה אבל אין לנו פנאי", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, 'וואס זאלן מיר טון? מיר ווילן אזוי שטארק לערנען תורה א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער מיר האבן נישט קיין צייט, מיר דארפן ברענגען פרנסה', "אמר להם הקדוש ברוך הוא, קיימו מצות תפילין ומעלה אני עליכם כאילו אתם יגעים יומם ולילה", זאגט דער אייבערשטער: 'טוט אן די הייליגע תפילין, און איך וועל דאס רעכענען אזוי ווי איר לערנט פאר מיר א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט'.


מוהרא"ש דערציילט, אין טברי' האט געוואוינט דער הייליגער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין ארץ ישראל, אין טברי' - האבן זיי זיך געטראפן. אמאל איז צוגעקומען צום צדיק אן אלטער מענטש, קרוב צו די ניינציג יאר, און זיך אויסגעקרעכצט: "רבי, עס איז מיר פארעקלט צו לעבן, איך וויל שוין שטארבן", האט דער צדיק רבי אברהם אים געזאגט: "די טיפש וואס דו ביסט, עס לוינט זיך דיר נישט דאס לעבן אז דו וועסט קענען נאך איין טאג אנטון די הייליגע תפילין?!"


בעט איך דיר זייער, הויב נישט אן דיין טאג איידער דו גייסט אין שול אנטון טלית ותפילין, און זיכער זאלסטו זיך נישט דערוואגן צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא - אן לייגן טלית ותפילין. קענסט זיין א מלמד נאר אז דו גייסט אין שול אינדערפרי דאווענען; אז דו ווילסט זיין א מלמד, עוסק זיין מיט נשמות ישראל - דארפסטו האבן יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווי אזוי קען איך אויסהאלטן די לאנגע דאווענען פון ראש השנה?
תהלים, ראש השנה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר דערנענטערן זיך שוין צו די הייליגע טעג, די ימי הרחמים והסליחות, און געווענליך יעדעס יאר פרוביר מיטצוגיין מיט'ן אלגעמיינעם שטראם פון די יעצטיגע טעג, כאטש וואס פאר מיר פערזענליך איז דאס זייער ביטערע און שווערע טעג, ווען איך הויב אן הערן די ניגונים פון די נוסח וואס הויבט זיך אן פון סליחות און פון די תפלות ראש השנה און יום כיפור, ווערט מיר שלעכט און ביטער אויפ'ן הארץ.


אין מיין חסידות פירט מען זיך צו דאווענען ראש השנה פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ביי יעדע תפלה איז מען מכבד אן אנדערן בנש"ק צו דאווענען פאר'ן עמוד, עס זענען דא אסאך הפסקות די גאנצע צייט, ביים ליינען איז דא אסאך הוספות ווייל מען דארף מכבד זיין אלע בנש"ק'לעך, בקיצור, מען ענדיגט דאס דאווענען צען מינוט פאר די שקיעה, ממש ווי א תענית, מען פאסט א גאנצן טאג, און דערנאך קען מען זיך גרויס האלטן פאר אנדערע אז מיין רבי טוט גרויסע עבודות, מען לייגט אראפ אן עבודה ביי די מלכיות זכרונות שופרות גאר גאר לאנג, מען דאווענט א גאנצן טאג, מען ענדיגט אזוי שפעט, כאטש וואס ווען מען מאכט א שנעלער חשבון, מען רעכנט אראפ אלע הפסקות, הוספות ביים ליינען, און די אנדערע שלעפענישן, מען וועט נאר רעכענען די אמת'ע צייט וויפיל מען דאווענט, וועט עס בכלל נישט זיין אזוי לאנג.


פון די גאנצע אומבא'טעמ'טע שלעפערייען קומט אויס אז דאס גאנצע דאווענען ווערט מיר זייער ביטער און זויער, און נאכדערצו אז מען איז ביי אונז זייער שטרענג אז מען טאר נישט קידוש מאכן פאר די תקיעות, "וואס?! דו עסט פאר תקיעות שופר?! אויף דיר האב איך עס נישט געגלייבט, זיכער טוסטו נאך ערגערע זאכן".


איך וועל זאגן דעם אמת, שוין זייט מיין בר מצוה האב איך כמעט נישט געדאווענט ראש השנה. איך זע אסאך בחורים און אינגעלייט וואס דרייען זיך אינדרויסן און שמועסן אין קופקעס שטותים והבלים, און פלוצלינג הערט מען אז מען האלט שוין ביי "ונתנה תוקף", און יעדער לויפט אריין ווי דער שד האט אים געכאפט, און שרייט מיט קולות "ונתנה תוקף", און מיט עטליכע מינוט שפעטער זעט איך אים שוין ווייטער אינדרויסן זיך טענה'נען אויב דער פרעזידענט איז יא גערעכט אדער נישט... האסט דאך א מינוט צוריק געשריגן "ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה", און האסט נאך געשריגן אויף דיין קינד, "קום שנעל אריין!", און יעצט ביסטו שוין פארנומען מיט אלע נארישקייטן.


אום צום גדלי' פרעגט מיר איינער, "נו, ווי אזוי איז געווען ראש השנה ביים רבי'ן?", האב איך אוודאי געענטפערט אז ס'איז געווען געוואלדיג און מורא'דיג, ער האט מיר אנגעוואונטשן איך זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט, און איך האב אוודאי געענטפערט "אמן", אבער איך טראכט צו מיר, 'איך האב גארנישט געבעטן, און דעריבער האב איך נישט וואס צו פועל'ן, א גאנץ ראש השנה האב איך דאך אפילו נישט געהאט קיין איין מינוט צו טראכטן פון מיר, מען האט אנגעהויבן דאווענען ניין אזייגער, און ערשט אום צוועלף אזייגער האט מען געזאגט ברכו, ווייל האלב פסוקי דזמרא זאגט מען פסוק ביי פסוק, חזן וקהל, און אין די צייט קען מען דאך ארומשמועסן און מאכן קופקעס, און ווען מען האלט ביי ברכו קען מען דעמאלט אנהויבן הודו, און מען וועט רואיג קענען זיך שטעלן שמונה עשרה מיט'ן עולם, און דערנאך איז דא אזויפיל הפסקות, און אזוי שטופט מען דורך דעם גאנצן טאג.


טייערער ראש ישיבה שליט"א, איך האב פרובירט אביסעלע ארויסצוברענגען מיינע געפילן, אראפלייגן דעם מצב און אטמאספער ווי אזוי עס גייט צו דער ראש השנה ביי מיר, עס האט נישט קיין טעם און קיין ראם, אבער אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר, איך זאל יא האבן די ריכטיגע צוגאנג צו די הייליגע טעג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמועס נישט ביים דאווענען מיט קיינעם, ראש השנה איז נישט קיין צייט פון שמועסן פאליטיק; ראש השנה איז מען דן יעדן איינעם, וואס וועט זיין מיט אים דעם גאנצן יאר. אז די דאווענען איז צו לאנג פאר דיר און מען מאכט אסאך הפסקות וכו' - זאלסטו אויסנוצן די צייט מיט זאגן תהילים, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן פאר די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה; ראש השנה זאגן אלע תהילים, מען בעט פאר זיך, פאר די קינדער און פאר אלע אידן.


וואס דארפסטו קוקן אויף אנדערע? וואס וועלן דיר אנדערע העלפן? עס קומט א נייע יאר, וואס ווייסטו וואס גייט זיין מיט דיר, מיט דיין ווייב און קינדער? וואס ווייסטו וואס ווארט דיר? אלעס וואס מיר גייען אריבערגיין דעם קומענדיגן יאר, אלעס שרייבט מען אן ראש השנה; דארפן מיר אויסנוצן די צייט מיט תשובה טון, מיט זאגן תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים, ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה איז יעדער עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ".


וואס האט דאס מיט דיר - ווער עס באקומט אן עליה וכו', און ווער עס דאווענט פארן עמוד וכו', וואס וועלן דיר די זאכן העלפן? לאז זיך נישט פארדרייען דעם קאפ, פארגעס נישט אז עס איז דא א באשעפער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און די וועלט פירט זיך מיט א חשבון. לאז זיך נישט פארנארן, דער יצר הרע קומט צו יעדן איינעם אנדערש פארשטעלט; איינעם באדערט דאס און א צווייטן באדערט יענץ, איינעם שטערט אז מען דאווענט לאנג, א צווייטן – אז מען דאווענט שנעל; אלעס מיט איין כוונה, אוועק נעמען דעם מענטש פון אייבערשטן. ער מאכט דעם מענטש פארנומען מיט נארישקייטן - אבי מען זאל פארגעסן פונעם אייבערשטן, און ווען עס קומען די הייליגע טעג ווערט ער זייער דערשראקן, זיין גאנצע הארעוואניע פון א גאנץ יאר גייט יעצט לאיבוד, אלע אידן טוען תשובה, אלע אידן קערן זיך צוריק צום אייבערשטן; האט ער געטראפן א נייע זאך, דעם וועט באדערן ווער עס איז עולה און ווער עס שמועסט, און יענעם וועט מען מאכן באדערן א צווייטע זאך - און אזוי פארגעסט מען פון תכלית.


ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן גרויסע ישועות; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס גרויסע ניסים וואס האט אלץ פאסירט אום ראש השנה (ראש השנה יא.). ראש השנה זענען די הייליגע אמהות שרה אמינו, רחל אמינו און חנה - נפקד געווארן מיט קינדער; ראש השנה איז יוסף ארויס פון תפיסה; ראש השנה האט זיך אויפגעהערט די ארבעט פאר די אידן אין מצרים; ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער, ערליכע קינדער און נחת פון די קינדער; ראש השנה קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע תפיסה, אזוי ווי יוסף הצדיק איז ארויס פון תפיסה; ראש השנה קען מען פועל'ן פרנסה בנקל, מען זאל נישט דארפן ארבעטן אזוי ביטער שווער, אזוי ווי די שיעבוד מצרים האט זיך אויפגעהערט ראש השנה.


ביי אונז רעדט מען נישט ראש השנה, אנשי שלומינו זענען מקבל אויף זיך א 'תענית דיבור' אויף גאנץ ראש השנה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קיג) איידער מען איז גוזר א גזירה פרעגט מען דעם מענטש אויף וועם מען וויל ברענגען די גזירה, ער זאל זיך אליינס פסק'ענען וואס פאר א שטראף מען זאל אים געבן; דער מענטש שמועסט פון אנדערע, ער דערציילט וואס א צווייטער האט געטון און ער פסק'נט אפ אז מען דארף יענעם געבן א שטראף, ער כאפט נישט אז ער האט זיך יעצט אליינס גע'פסק'נט; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף א צווייטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט די הנהגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#10 - מעג א טאטע טוישן אדער באדן זיין קליין מיידל?
שלום בית, צניעות, קינדער, לימוד התורה, מורה דרך, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, חברים, סדר דרך הלימוד, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אלע בריוו יעדע וואך אין עצתו אמונה, און פאר דעם גליון פון חינוך, איך ליין עס יעדן שבת, און דאס איז ממש מיין עונג שבת, איך ווארט יעדע וואך אויף דעם. ברוך ה' אז צוביסלעך קום איך צוריק צו די כוחות, און איך קען ווייטער אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד און דאווענען יעדן טאג די דריי תפלות.


איך האב ברוך ה' א קליין מיידעלע, שוין א יאר אלט, און לעצטנס הער איך פון ארומיגע מענטשן אז עס פאסט נישט פאר א טאטע צו באדן די מיידל, אדער צו איבערטוישן די מיידל, אדער אפילו צו בעביסיטן די מיידל, ווען מיין ווייב דארף הילף.


איך האב קיינמאל נישט געהערט פון מוהרא"ש אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, מוהרא"ש האט אלץ גערעדט אז מען דארף העלפן אין שטוב. האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו דאווענסט די דריי תפילות יעדן טאג, שחרית מנחה מעריב, און זיי מקפיד צו גיין אין שול דאווענען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "בְּשָׁעָה שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת", ווען דער אייבערשטער קומט אין שול, "וְלֹא מָצָא בָּהּ עֲשָׂרָה", אין זעט אז עס איז נישטא קיין מנין, "מִיָּד הוּא כּוֹעֵס", ווערט דער אייבערשטער בכעס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, ב): "מַדּוּעַ בָּאתִי", פארוואס בין איך געקומען, "וְאֵין אִישׁ", ווען עס איז נישטא קיין מענטש? "קָרָאתִי", מען רופט מיך, "וְאֵין עוֹנֶה", און איך ענטפער נישט; זאגן די הייליגע צדיקים, ווען דער אייבערשטער קומט אין שול און זעט ווי מען דאווענט מיט מנין - איז נישטא קיין כעס נאר דער אייבערשטער פון דעם א נחת רוח. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם ז:) אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט.


אויך פריי איך זיך אז דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג די בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחַטֲאַת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶּׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא - פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; א שאד אז מענטשן ווייסן נישט פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו אן פארשטיין; ווייל ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער - וואלט יעדער איינער געעפנט די הייליגע גמרא און געלערנט.


בנוגע דיין פראגע וכו'; קענסט שמועסן מיט חברים, פארברענגען מיט מענטשן, אבער דעות - זאלסטו אויסהערן נאר פון צדיק, און אודאי און אודאי ווי אזוי אוועק צו שטעלן דיין שטוב - זאלסטו נאר אויסהערן דעם צדיק.


דער צדיק זאגט העלף אין שטוב, באד די קינדער, בעבי-סיט די קינדער און טויש די קינדער; נישט נאר מען מעג, נאר א טאטע מוז העלפן באדן די קינדער און טוישן די קינדער; איז וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין פון אנדערע?


וואויל איז דעם וואס העלפט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - וואס זענען די מנהגים פון שבת זכור?
התחזקות, בית המדרש, מנהגים, דאווענען, עבודת השם, פורים, שבת זכור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, אלס גבאי ביהמ"ד היכל הקודש, אויב ס'איז דא עפעס מנהגים אויף דעם שבת, שבת זכור, וואס די גבאים דארפן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, לדוגמא, לגבי זינגען אינטערעסאנטע ניגונים ביי לכה דודי וכדומה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל זיך נישט נאריש מאכן ביים דאווענען. אפילו שמחת תורה וואס עס איז דא מנהגים צו מאכן אינטערעסאנטע זאכן - האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל נישט שטערן דאס דאווענען און נישט מאכן די זאכן.


שבת זכור איז דער מנהג צו זאגן יוצרות ביי הויכע שמונה עשרה, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אויסצומעקן עמלק.


איידער מען גייט ליינען די פרשה פון עמלק איז כדאי אויסצורופן אז מען גייט יעצט מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, אזוי וועלן די עלטערן אריינרופן די קינדער, זיי האלטן נעבן זיך און זיי מחנך זיין מיט די מצוה.


אז עס קומט דיר אויס צו רעדן אין שול - זאלסטו רעדן די וואך בעיקר פון ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד און ווי טייער עס איז יעדע מצוה וואס מיר טוען, דאס איז מחיית עמלק. דאס איז די מלחמה וואס ער איז לוחם; ער וויל אונז צעברעכן, ער וויל אונז איינרעדן אז דער אייבערשטער דארף אונז נישט און ער איז ברוגז חס ושלום אויף אונז; דארפן מיר לוחם זיין און ארויסהאקן פון קאפ די טריפה'נע מחשבות, מיר זאלן וויסן אז מיר זענען זייער באליבט ביים אייבערשטן און יעדע מצוה איז זייער חשוב.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - מעג מען ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, בית המדרש, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול, עס איז זיכער אז אויב דאס קינד מאכט א גערודער און דרייט איבער דעם בית המדרש, קען מען זיי נישט ברענגען אין שול, איך פרעג אבער וועגן מיינע קינדער וואס ביי שמונה עשרה, און ווען דער רב פון בית המדרש רעדט, ווייסן זיי צו זיין שטיל, אבער סתם אזוי אינמיטן דאס דאווענען איז שווער צו פארלאנגען פון זיי צו זיצן שטיל די גאנצע צייט נעבן מיר, און זיי ווילן אויך נישט ארויסגיין שפילן אינדרויסן.


געווענליך שפילן זיי ביי מיין טיש אין שול מיט זייער חברים, זיי קריכן ארויף און אראפ און טאנצן אביסל ארום, אבער אלעס מער רואיג און שטיל. אבער מיין חבר האט מיר מעורר געווען אז דאס שטערט לכאורה מענטש פון דאווענען, פון די אנדערע זייט וויל איך אבער יא ברענגען די קינדער אין שול, זיי זאלן הנאה האבן און טרעפן חברים, און זיי זאלן זען ווי אזוי מען דאווענען, און די קינדער האבן טאקע ליב צו קומען אין שול און אויך מיין ווייב האט הנאה דערפון ווי פארשטענדליך, אבער למעשה זענען זיי נאך קליין און איך קען נישט פארלאנגען פון זיי זיך אויפצופירן ווי גרויסע קינדער.


למעשה ווייס איך נישט וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון, דארף איך זיך רעכענען מיט דעם אז אפשר שטערן זיי אנדערע מענטשן פון דאווענען? איך רעד נישט פון גרויסע איבערדרייענישן מיט קולות, מען רעדט סתם פון קליינע קינדער וואס שפילן זיך שטילערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, מען קען ברענגען קינדער אין שול נאר אויב מען געבט אכטונג אויף זיי, ווייל אז מען ברענגט קינדער אין שול און מען לאזט זיי אויף הפקר - איז ענדערש זיי צו לאזן אין שטוב.


ברענג דיינע קינדער אין שול, אבער נאר אז דו וועסט אכטונג געבן אויף זיי. זיי זאלן נישט רעדן און דו וועסט דאווענען מיט זיי, דו וועסט זיי מחנך זיין אויף כבוד בית המדרש.


דער עיקר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט די קינדער, האט ער געזאגט: "איך האב אסאך טרערן פארגאסן פאר זיי, איך האב אנגעפילט א גלעזל טרערן ביי תיקון חצות פאר גוטע ערליכע קינדער, אזוי האב איך מצליח געווען".


אזוי אויך איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט געהאט זייער גוטע ערליכע קינדער. ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער סוד פון די הצלחה, האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי קען איך האבן יעדן טאג א געפיל צום דאווענען?
דאווענען, עבודת השם, תפלין, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך זייער באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די געוואלדיגע שיעורים און בריוו, אלעס וואס איך לעב ברוחניות ובגשמיות איז נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, פון א שגץ וואס זוכט עבירות בין איך געווארן איבערגעדרייט צו א איד וואס וויל זיין נאר גוט און וואויל און ערליך, אמאל האב איך פיינט געהאט דאס דאווענען און היינט שטיי איך אויף פארטאגס און איך לויף אין מקוה און איך לויף צום דאווענען, פון ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז מיין לעבן געווארן אזוי זיס און שיין, עס פלעגט דורכגיין גאנצע טעג וואס איך האב גארנישט געלערנט און היינט לערן איך ברוך ה' יעדן טאג דריי בלאט גמרא, שנים מקרא ואחד תרגום, ח"י פרקים משניות, בית נצחי, און שיעורים אין די הייליגע ספרים עצתו אמונה און אשר בנחל, אויסער די לימודים וואס מען לערנט ביי אונז אין ישיבה.


און יעצט נאך מיין לאנגע הקדמה וועל איך צוקומען צו מיין שאלה; זייט מיין בר מצוה האב איך קיינמאל נאכנישט פארפעלט צו דאווענען מיט מנין ביז איין טאג לעצטע וואך, איך בין געגאנגען לערנען און העלפן מיין זיידע ביז שפעט ביינאכט, און ווען איך בין אהיימגעקומען בין איך געווען זייער מיד און ליידער בין איך געגאנגען שלאפן אן דאווענען מעריב, ערשט אינדערפרי נאך שחרית האב איך זיך געכאפט אז איך האב נעכטן פארפאסט א תפלה, און איך האב שוין נישט געקענט משלים זיין די נעכטיגע מעריב, און איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען דאס מתקן זיין?


נאך א וויכטיגע שאלה, זייט איך בין מקורב געווארן צו ברסלב פרוביר איך צו דאווענען אלע דריי תפלות ווארט ביי ווארט און אינזין די פירוש המילות מיט געפיל און געשמאק, אבער עס מאכט זיך טעג וואס איך שטיי אויף אן קיין שום געפיל, איך גיי טאקע אין מקוה און איך שטעל זיך דאווענען, אבער קוים וואס איך שלעפ די ווערטער, אן קיין שום געפיל און טעם, און איך האב דאס זייער נישט ליב, אזא סארט דאווענען איז ביי מיר גארנישט ווערד, איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען דאווענען אלץ מיט געפיל און חשק און אינזין האבן די ווערטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צוויי וויכטיגע נקודות זאלסטו וויסן. ערשטנס א מענטש איז נישט קיין מאשין און נישט קיין מלאך; מען דארף דינען דעם אייבערשטן, דאווענען און לערנען, טון מצוות און מעשים טובים - ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסן. מען דאווענט נישט מיט מנין ווייל מען דאווענט יעדן טאג מיט מנין, און מען לייגט נישט קיין תפילין ווייל מען לייגט יעדן טאג תפילין, מען לייגט תפילין ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, און אז מען האט נעכטן נישט געלייגט קיין תפילין לייגט מען היינט תפילין. אזוי אויך מיט דאווענען מיט מנין, מען דאווענט נישט מיט מנין ווייל מען דאווענט יעדן טאג מיט מנין, נאר ווייל דער אייבערשטער זאגט, און אז מען האט נעכטן נישט געדאווענט - דאווענט מען היינט. מען טאר נישט ווערן צעבראכן פון וואס עס איז געווען, מען דארף זיך שטענדיג באנייען, דינען דעם אייבערשטן.


צווייטנס מען קען נישט ערווארטן צו טון מצוות מיט געפיל, מען דארף דינען דעם אייבערשטן, טון זיין ווילן, טון וואס שטייט אין די תורה - אפילו אן קיין געפילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - וואס איז דער תיקון פאר'ן פארגעסן צו לייגן רבינו תם'ס תפלין?
הלכה, פרנסה, דאווענען, תשובה, תפלין, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך פרוביר אייביג צו לייגן רבינו תם'ס תפילין גלייך נאך רש"י'ס תפלין, לעצטנס האט זיך אבער געמאכט עטליכע מאל וואס איך בין אויפגעשטאנען פונקט אין צייט נאר צו כאפן א מנין און דאווענען פאר'ן לויפן צו די ארבעט.


פאריגע וואך דאנערשטאג, בין איך ארויס געלאפן פון שול מיט'ן חשבון אז איך וועל לייגן רבינו תם שפעטער ביי מנחה, למעשה האב איך מיר דערמאנט ביינאכט אז איך האב פארגעסן צו לייגן רבינו תם'ס תפלין.


וואס קען איך טון פאר א תיקון? און וואס קען איך טון אז עס זאל מיר וויי טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ביי מיר איז א וואונדער אז מען הויבט אן לייגן ביי די בר מצוה תפילין של רש"י, פארוואס זאל מען נישט אויך לייגן תפילין דרבינו תם?" און אזוי פירט מען זיך ביי אנשי שלומינו, מען טוט אן גלייך ביידע פאר תפילין.


נעם זיך פאר אנצוטון ביידע פאר תפילין אינאיינעם, רש"י מיט רבינו תם, און אז דו דארפסט לויפן צו די ארבעט - זאלסטו אויך אנטון רבינו תם אינאיינעם, שטופ עס נישט אפ פאר שפעטער; דאס וועט זיין דיין תיקון.


אויך זאלסטו זיך פארנעמען צו לערנען מיט די תפילין א סעיף אין שולחן ערוך, מחבר און רמ"א; מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען הלכה מיט תפילין דרבינו תם. אויך שטייט פון אריז"ל, אז מען לערנט מיט תפילין דרבינו תם - שפירט מען נאכדעם זייער א גרויסע ליכטיגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי איך הייב אן זיך נעמען אין די הענט אריין?
חובות, פרנסה, דאווענען, נסיונות, עבודת השם, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן די שיעורים, פול מיט חיזוק און עצות אין לעבן, אבער איך ווייס נישט ווי איך הייב אן זיך נעמען אין די הענט אריין.


איך מוטשע זיך מיט'ן דאווענען; שחרית גייט געווענליך בכלל נישט אריין אין מיין סדר היום, תפלין טו איך אן געווענליך אינדערהיים נאך די ארבעט, אויף מנחה פרוביר איך זייער שטארק אנצוקומען אין שול, אבער האלב פון די צייט פארגעס איך, און די זעלבע איז מיט מעריב, אפילו ווען איך דערמאן זיך פאר'ן אריין אין בעט, דאווען איך אויך נישט אלעמאל. אויך פון לערנען תורה בין איך זייער ווייט, עס קען זיך מאכן אפאר מאל א וואך וואס איך לערן פאר מערסטנס צען מינוט און נישט מער. ווי הויב איך אן? ס'איז שווער צו טון אלעס.


אויך פינאנציעל מוטשע איך זיך זייער, איך קען קוים דעקן די טאג טעגליכע הוצאות, שוין אפגערעדט פון מיינע קרעדיט קארד חובות וואס איז מיר געבליבן פון קויפן מיין ביליגע הויז.


ווי אזוי קען איך האבן סיפוק אין לעבן, ווי אזוי קען איך זיין פרייליך, ווען סיי ברוחניות און סיי בגשמיות בין איך טיף אין דער ערד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, ווער עס דאווענט שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין - וועט האבן גרויס שפע, עס וועט אים נישט פעלן קיין געלט. נעם זיך פאר צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין - וועסטו ארויסגיין פון דיינע חובות, דו וועסט האבן גרויס שפע.


גיי נישט אריין אין ארבעט איידער דו דאווענסט שחרית, און גלייך ביים ערשטן זמן ווען מען קען דאווענען מנחה, אפילו מנחה גדולה - זאלסטו גלייך דאווענען, און אזוי אויך מיט מעריב, גלייך ווען מען קען דאווענען, ביים פריסטן זמן זאלסטו דאווענען - וועט זיך אלעס איבערדרייען ביי דיר צום גוטן.


מאך עס נישט אזוי שווער, דאווענען איז נישט קיין שווערע זאך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) עוג מלך הבשן האט געוואלט הרג'ענען די אידן, האט ער זיי געוואלט צונעמען די דריי תפילות, ער האט ארויפגעלייגט א בארג אויף די דריי פרסה, משה רבינו האט געגעבן א שפרינג און אים גע'הרג'עט; דאס לערנען אונז די צדיקים, מיר זאלן אריינשפרינגען אין שול, איבערשפרינגען אלע מניעות און גיין דאווענען - וועט מען זען גרויסע וואונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן זאל גיין דאווענען?
התחזקות, שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים.


עס מיר זייער וויי אז מיין מאן גייט נישט דאווענען, איך הער כסדר ביי די שיעורים אז אלע שפע פרנסה און הצלחה קומט פון דאווענען שחרית מנחה מעריב, און איך זע טאקע ביי אונז ווי דאס געלט האלט זיך נישט, מיין מאן איז נישט מצליח. איך זאג אים גארנישט, איך בין מתפלל צום אייבערשטן ער זאל העלפן מיין מאן זאל זיך שטארקן, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון.


נאך מער טוט מיר דאס וויי אום שבת קודש, ווען ער גייט נישט דאווענען, איך שפיר אז מען שטופט די צייט אן קיין תכלית. וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, אזוי ווי א פרוי דארף אויפמערקזאמקייט, אזוי דארף א מאן אויפמערקזאמקייט וכו'; אייער מאן איז צעבראכן כחרס הנשבר אז ער האט נישט קיין פרנסה, דאס מאכט ער זאל פארלירן זיין מוט, דאס מאכט ער זאל ווערן מיואש ביז ער בלייבט שלאפן, ער דאווענט נישט.


איר קענט אים העלפן, א קלוגע פרוי בויט אויף איר מאן; בעט איך אייך, זייט קלוג, געבט אים נישט קיין קריטיק, געבט אים אסאך ווארעמקייט, געבט אים אסאך גוטע ווערטער. בויט אים אויף, מאכט אים פרייליך - וועט איר זען ווי ער וועט זיך אינגאנצן טוישן, ער וועט אנהייבן מאכן פרנסה און ער וועט אנהייבן גיין דאווענען. ווייל ווען דער מאן איז פרייליך, ער שפירט זיכער מיט זיין ווייב - באקומט ער א שטארקע מוט, אלעס טוישט זיך צום גוטן.


האלטס זיך איין, ווערט נישט בכעס; מאכט צו די אויגן, איר דארפט נישט זען די נישט גוטע זאכן, זוכט אין אייער מאן גוטע זאכן; אפילו עס איז אייך ביטער שווער. איר פון אייער זייט קוקט גוט אויף אים און רעדט שיין צו אים און זייט אים מוחל אויף אלעס וואס איז געווען. געדענקט, די ווייב איז דאך א חלק פונעם מאן, די תורה זאגט (בראשית ב, כג): "עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה כִּי מֵאִישׁ לֻקֳחָה זֹּאת".


וואויל איז די פרוי וואס האט אייזערנע געדולד צו איר מאן, וואויל איז די פרוי וואס איז מוחל איר מאן; מיט דעם מאכט זי רוען די שכינה הקדושה אין איר שטוב, דאס ברענגט הצלחה אין שטוב, דורכדעם וועט דער מאן פון זיך אליינס לויפן אין שול דאווענען און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - אין ברסלב זאגט מען די "י"ג עקרים" און "יגדל"?
אמונה, מוהרא"ש, מנהגים, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוקים וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אונז כסדר מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'זאגט אין היכל הקודש די "י"ג עקרים", און אויך "יגדל אלקים", ווייל איך האב געהערט אז לויט'ן אר"י הקדוש זאגט מען עס נישט, און אזוי פירט מען זיך אין ברסלב, איך האב אבער געהערט אין נאמען פון ראש ישיבה שליט"א עס יא צו זאגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם פיוט "יגדל אלקים" זאגט מען נישט. מוהרא"ש ברענגט פון רבי חיים ויטל בשם דעם הייליגן אריז"ל, ער האט נישט געהאלטן פון דעם פיוט יגדל.


די דרייצן אני מאמין'ס זאגט מען יא. מוהרא"ש פלעגט זיך פירן צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס גלייך אינדערפרי נאך ברכת התורה, און אזוי פיר איך זיך אויך. עס זענען דא וואס זאגן דאס נאכן דאווענען, עס זענען דא וואס זאגן דאס אפאר מאל א טאג, יעדער איינער טוט ווי אזוי עס שיינט אים.


עס איז זייער א גרויסע זאך צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, דאס ברענגט אמונה, עס שטארקט די אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אמונה באקומט מען ווי מער מען רעדט דערפון, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "'אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי'; עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", אז מען רעדט פון אמונה, דאס אליינס איז אמונה און דאס ברענגט אמונה.


נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קמב): "כְּשֶׁנּוֹפֵל לְאָדָם סְפֵקוֹת בֶּאֱמוּנַת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ", ווען עס קומען אריין ספיקות אויף די אמונה, "יֹאמַר בְּפֶה מָלֵא", זאל מען ארויסזאגן מיט די מויל: "אֲנִי מַאֲמִין", איך גלייב, "בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה", מיט א שטארקע אמונה, "שֶׁהוּא יָחִיד", אז דער אייבערשטער געוועלטיגט איינער אליינס, "רִאשׁוֹן וְאַחֲרוֹן", ער איז דער ערשטער און דער לעצטער.


וואויל איז דעם וואס זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, ער לעבט מיט די אמונה - וועט זיין לעבן זיין א זיסע לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה - חַיָּיו חַיִּים, וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", ווער עס האט אמונה - דער לעבט א גוט לעבן און ער פארברענגט זיינע טעג און יארן נאר מיט גוטס, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם גַּם־כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט גוט, ער ליידט יסורים חס ושלום - איז אים אויך גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן, ווייל 'אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר', "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים עפעס שלעכט האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה האט א שיינע זיסע לעבן.


א ליכטיגן חנוכה.

#2 - ווי אזוי קען איך זיין רואיג ביים פרעגן א שאלה פון א דיין?
הלכה, סיפורי צדיקים, ספיקות, שמחה, דאווענען, חומרות, ריינקייט, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גרויסע פראבלעם ווען עס קומט צו פרעגן שאלות פון א דיין, איך האב אלץ ספיקות און פחדים אז אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען מיין שאלה פאר'ן דיין, אפשר האט ער נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט, אפשר האט ער נישט געזען אלעס וואס ער האט געדארפט זען, און אזוי ווייטער בין איך אלץ פול מיט ספיקות צי איך האב טאקע באקומען דעם ריכטיגן און אמת'ן פסק, זייער אסאך מאל רוף איך צוריק דעם דיין איבערפרעגן נאכאמאל, און אפילו דעמאלט לעב איך אין א כסדר'דיגע פחד אז אפשר האב איך נישט באקומען די ריכטיגע פסק הלכה, און אפשר וועט דאס חס ושלום שאטן פאר מיינע קינדער.


נאך א פראבלעם האב איך ביים דאווענען, איך בין אלץ נערוועז אז אפשר זענען מיינע קליידער געווארן אביסל נאס אדער שמוציג ביים ארויסגיין, און מען טאר נישט אזוי דאווענען.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די אלע ספיקות און בלבולים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, עמל"ק באטרעפט דאס ווארט ספ"ק; די זאך פון עמלק איז אריינברענגען ספיקות און בלבולים, צעטומלען דעם מענטש, ביז ער ווארפט אים אריין אין א מרה שחורה השם ישמרינו. דער ס"מ קומט צו יעדן איינעם מיט אן אנדערע וועג ווי אזוי ער קען אים צעטומלען, מיט דעם ווארפט ער אראפ דעם מענטש.


אז מען פרעגט דעם דיין א שאלה און דער דיין ענטפערט - טאר מען נישט נאכדעם איבער טראכטן 'אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען די שאלה?' 'אפשר האט דער דיין נישט געזען די גאנצע שאלה?' אפשר אהער און אפשר אהין; די אלע ספיקות איז חזיר טריף, עס איז פון מרה שחורה, עס איז נישט פון קדושה.


אזוי אויך די חכמות פון נישט דאווענען, ווייל אפשר זענען די קליידער שמוציג וכו' וכו'; אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים; די גמרא זאגט דאס אז מען מעג ליינען קריאת שמע וכו'.


הלואי זאלסטו אריינלייגן דיינע חומרות און פרומקייטן אין די מצוה פון שמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "רָאוּי לְכָל אָדָם שֶׁיִּבְחַר לְעַצְמוֹ מִצְוָה אַחַת", עס איז גוט מען זאל זיך נעמען איין מצוה, "שֶׁבְּאוֹתָהּ הַמִּצְוָה יְדַקְדֵּק הַרְבֵּה וִיקַיֵּם אוֹתָהּ הַמִּצְוָה עִם כָּל הַחֻמְרוֹת וְהַדִּקְדּוּקִים", און מען זאל אריינלייגן אלע חומרות און דקדוקים אין די מצוה, אזוי ווי מען זעט אין די הייליגע גמרא, מען פרעגט די קינדער פון די הייליגע תנאים און אמוראים (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי", אין וואס פאר א זאך איז דיין טאטע געווען זייער געווארנט?


זאגט מוהרא"ש, וואס פאר א מצוה זאלן מיר נעמען פאר אונזער מצוה וואו מען וועט אריינלייגן אין דעם אלע חומרות און דקדוקים? שמחה! דער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; דארף מען זען דאס מקיים זיין מיט אלע חומרות, דאס הייסט אפילו מען האט נישט וויאזוי צו זיין פרייליך און פארוואס צו זיין פרייליך - דארף מען מחמיר זיין אין דעם.


לאז אפ דיינע חכמות, די חכמות הרג'עט דיר דיין לעבן, חכמות פירט דעם מענטש אין שאול תחתית. דער רבי האט געזאגט פאר רבי ראובן יוסל, א זון פון רבי ישראל שוחט, ווען ער האט געפירט א דין תורה און דער רבי האט געזען ווי ער זוכט אלע סארט חכמות: "דאס איז דיין טאטנ'ס חכמות, דיין טאטנ'ס חכמות טרייבן אים אין שאול תחתית", כידוע איז ער ארום געלאפן אין אלע שטעטלעך צו אלע רבנים מיט חומרות אויף חומרות; דער רבי האט אלץ חוזק געמאכט פון זיינע חומרות.


איך בעט דיר זייער, לאז אפ די אלע חכמות; אז דער דיין פסק'נט - איז גע'פסק'נט, נישטא קיין איבער טראכטן, נישטא קיין איבערקלערן. דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (קוק נאך די שיחה; שיחות הר"ן, סימן רלה), אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן זיי (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים, נאר פאר אונז מענטשן לויט די וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין, אפילו אויף דעם וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין ספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה און אין די מצוה זאל ער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', מיינט מען אויך נישט צו זאגן מען זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, נאר מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות; הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, שם) אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מעג מען לערנען בשעת'ן דאווענען?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דאווענען, בעל תפלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואו ער רעדט זייער שארף קעגן דאס לערנען משניות און גמרא וכדומה בשעת'ן דאווענען.


אין דעם בית המדרש וואו איך דאווען איז דא א רב וואס דאווענט זייער לאנג, רוב עולם ליינען גליונות און בלעטלעך בשעת'ן דאווענען, האב איך געקלערט צי ס'איז נישט ענדערש אז איך זאל אין די צייט אריינכאפן אביסל משניות, גמרא, תהלים, און אזוי ווייטער, אין די צייט וואס מ'דארף סיי ווי ווארטן אויפ'ן רב. איז דאס א פראבלעם?


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר שטענדיג מחזק, איך קען זיך נישט פארשטעלן אין וואסערע מצב איך וואלט געווען אן די שיעורים.


איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א ווייטער ממשיך צו זיין מיט א שטארקייט מיט די הייליגע ארבעט, איך בין זיכער אז ס'קומט נישט אן גרינג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך מסדר זיין צו לערנען דיינע שיעורים ווען דו דאווענסט אין א מנין וואס דאווענט זייער לאנג.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט אזוי טון; ווען מען האט אים אסאך מאל אריינגערופן משלים זיין דעם מנין ביים סקולענער רבי זכרונו לברכה, דאס דאווענען האט גענומען זייער לאנג, האט מוהרא"ש אויסגערעכנט ווי לאנג עס נעמט אים צו דאווענען, ער האט געלערנט זיינע שיעורים און ווען דער בעל תפלה האט געהאלטן אריין אינעם דאווענען - האט ער אנגעהויבן דאווענען.


איינער איז מיר געקומען זאגן אז עס קומט אים א מזל טוב, ער האט מסיים געווען כל התורה כולה - תנ"ך, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, וכו' וכו'; יענער דאווענט ביי אונז אין בית המדרש, ער דאווענט נישט קיין איין ווארט, בשעת קריאת התורה הערט ער נישט אויס דאס ליינען, ער איז גורס זיינע שיעורים, בשעת מען זינגט זמירות זינגט ער נישט מיט, ער איז גורס זיינע שיעורים; האב איך אים געזאגט: "נישט דאס האט דער רבי געוואלט, דער רבי האט קלאר געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): 'עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת', דער עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות. נישט זוכן קיין חכמות, נאר ווען מען דאווענט - זאל מען דאווענען, ווען מען ליינט די תורה - זאל מען אויסהערן די קריאה, און ווען מען זינגט זמירות זאל מען מיטזינגען".


רבי נתן שרייבט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קד) מורא'דיגע ווערטער: "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם, הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן, "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹךְ הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶךְ הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט ווער עס קען זאגן אסאך תחינות און בקשות וואס איז געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך, "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", און דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס זיי זענען אויבער חכמים און זיי זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה און אנדערע פשוט'ע עבודות, "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך צו פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד.


שרייבט ווייטער רבי נתן: "וְגַם הוּא בְּעַצְמוֹ קֹדֶם שֶׁהִגִּיעַ לוֹ הַחוֹלַאַת הַכָּבֵד שֶׁנִּסְתַּלֵּק עַל יָדוֹ, קֹדֶם לָזֶה כָּל יָמָיו הָיָה מְזַמֵּר זְמִירוֹת הַרְבֵּה בְּכָל שַׁבָּת וְשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת", דער רבי פלעגט זינגען זיין גאנץ לעבן זייער אסאך זמירות יעדן שבת און יעדן מוצאי שבת.


אז מען דאווענט אויסגעצויגן איז עפעס אנדערש, אבער אז מען דאווענט נישט שטייט - ווי קען מען לערנען בשעת'ן דאווענען? דעם קומט נישט קיין מזל טוב, ענדערש זאל מען דאווענען און אויסהערן דאס ליינען, און ווען מען שמועסט זייטיגע זאכן - דעמאלט זאל מען לערנען שיעורים כסדרן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.