תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין מאן מיט איך ווילן פרעגן אויב איז דא עפעס וואס מיר דארפן פאררעכטן? אפשר דארפן מיר עפעס מתקן זיין, עפעס וואס האלט צוריק אז מיר זאלן נישט האבן קיין קינדער. וואס קענען מיר פאררעכטן אז מיר זאלן שוין געהאלפן ווערן מיט קינדער?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד משפחת ... שיחיו
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ענק דארפן זיך שטארקן צו זיין פרייליך, עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און מען דארף זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען פון דעם וואס מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, און אפילו די דאקטוירים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד).
ענק דארפן נישט קיין שום אנדערע תיקון, נאר די איין זאך; זיין פרייליך און נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.