שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך אז מ'וויל מיר אוועקשלעפן פון הייליגן רבי'ן?
התחזקות, חסידות ברסלב, מחלוקת, התנגדות, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז איך בין געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן און זיינע עצות, דורך די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און דאס האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן, דאס האט מיר געגעבן אזויפיל גוטס אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, עס האט מיר ממש אויפגעראכטן.


איך בין א בחור און איך בין אויפגעוואקסן ביי מיין חסידות, און לעצטנס האט דער רבי פון מיין חסידות מיר אריינגערופן און מיר זייער אנגעשריגן פארוואס איך דריי זיך אין ברסלב, ער זאגט מיר, "איך בין נישט מסכים בשום אופן דו זאלסט אהינגיין, דו דארפסט אפמאכן אויב דו ביסט מיינער אדער גייסטו אהין, קען זיין איין טאג וועסטו זיך נאך אויפהויבן און פארן קיין אומאן, איך האב דיר זייער ליב, איך בין אבער בשום אופן נישט מסכים זאלסט גיין צו אנדערע פלעצער, מיין טאטע האט נישט אריינגעלאזט אין זיין בית המדרש קיין ברסלב'ע ספרים, ער האט געזאגט אז דאס מאכט משוגע די יונגט, דו מעגסט צומאל אריינבליקן אין ברסלב'ע ספרים, אבער דו טארסט זיך מער נישט דרייען צווישן די ברסלב'ע".


אין אנהויב בין איך געווארן אביסל צעמישט, אבער גלייך ווען איך בין ארויס האב איך זיך אנגעהויבן אויסרעדן צום אייבערשטן, איך האב געזאגט פאר'ן אייבערשטן, דו ווייסט דאך דעם אמת ווי אזוי איך האב אויסגעזען איידער איך בין אנגעקומען קיין ברסלב, און איך זאג דיר צו, רבונו של עולם, אז איך וועל קיינמאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן וואס האט מיר געגעבן לעבן, וואס האט מיר געגעבן א וועג צו ווערן אן אמת'דיגער ערליכער איד. און דאן האב איך אנגעהויבן אויסרעכענען פאר'ן אייבערשטן אלע מתנות וואס איך האב באקומען ביים רבי'ן, איך האב אנגעהויבן לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, איך האב אנגעהויבן שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן און רעדן צו אים, איך בין דאך געליגן אין אזויפיל טיפע שלעכטע זאכן און נאר דער רבי האט מיר געקענט ארויסשלעפן פון דארט, נאר די שיעורים פון ראש ישיבה העלפט מיר איך זאל זיך קענען היטן די אויגן, די דרשות האקן מיר אין קאפ און לאזן מיר נישט קיין מנוחה, עס קומט מיר כסדר אריין אין קאפ וואס דער ראש ישיבה חזר'ט כסדר אז די עבירות וועלן מיר נאר מאכן מער דעפרעסט, אויב וויל איך זיין א פרייליכער מענטש דארף איך זיך פירן ערליך.


איך האב געזאגט פאר'ן אייבערשטן אז איך בין נישט געקומען אויף דער וועלט צו טאנצן אויף פארענטשעס, איך בין געקומען דא צו לערנען און דאווענען און צו דינען דעם אייבערשטן, און אויב האב איך געטראפן א רבי וואס ברענגט מיר צו דעם ציל, וועל איך אים קיינמאל נישט אפלאזן, נישט קיין חילוק וואסערע פרייז איך וועל דארפן צאלן אויף דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און מיר ווייזן דעם וועג ווי אזוי צו גיין פון דא און ווייטער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליינענדיג דיין בריוו, ווי דו שרייבסט אז דו האסט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "איך בין נישט באשאפן געווארן צו שטיין אויף פארענטשעס וכו'", - האב איך זיך דערמאנט פון רבי נתן זכרונו לברכה, ווי ער איז אריינגעקראכן אין א ליידיגע שול און געוויינט צום אייבערשטן די ווערטער: "רבונו של עולם, איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל?!"


דער הייליגער רבי נתן, איידער ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער געשפירט ווי עס פעלט אים א טעם אין לעבן, ער האט זיך געדריידט ביי גרויסע צדיקים, ער איז געווען ביי גרויסע קדושים, דאך האט ער געשפירט ווי ער קען נישט מער אנגיין. איינמאל מוצאי שבת איז ער געווען אויפ'ן וועג צו קויפן בייגל פאר א חבורה פאר מלוה מלכה, אזוי גייענדיג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט אנגעהויבן טראכטן: 'וואס? פארוואס בין איך באשאפן געווארן? וואס טו איך דא?! איך דריי זיך ארום אויף די וועלט אן קיין טעם אין לעבן!' ער איז אריין אין א ליידיגע שול, ער האט גענומען א תהילים און געוויינט, ער האט אזוי געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפן, אין שלאף האט ער זיך גע'חלומ'ט ווי ער וויל ארויפקריכן א לייטער און ער האלט אין איין צוריק פאלן, און איינער שטייט אויבן ביים לייטער און זאגט אים: "דראפע זיך און דערהאלט זיך; געב נישט אויף!" דאס איז געווען דער רבי, שפעטער ווען ער האט געזען דעם ערשטן מאל דעם רבי'ן - האט ער זיך דערמאנט דעם חלום.


דו שרייבסט אז דער אדמו"ר פון די חסידות וואו דו ביסט אויפגעוואקסן - האט דיר אנגעשריגן פאר'ן האבן שייכות מיט ברסלב'ע חסידים, ער האט דיר געווארנט אז דו זאלסט מער נישט גיין צו ברסלב'ע חבורות, ער זאגט אז ברסלב מאכט משוגע די יוגנט וכו' וכו'; דו שרייבסט אז די ערשטע רגע ביסטו געווארן צעמישט, אבער נאכדעם ביסטו געגאנגען זיך מתבודד זיין.


וואס זאל איך דיר זאגן, דו דערמאנסט מיר מיין התקרבות צום רבי'ן. ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן האב איך געהאט אזעלכע גרויסע מניעות! מענטשן האבן גערעדט צו מיר טאג און נאכט קעגן ברסלב; גרויסע מענטשן, חשוב'ע מענטשן, מענטשן וואס לערנען טאג און נאכט, נישט סתם רבי'ס מיט קאלירטע בעקיטשעס, מענטשן וואס זענען באמת דבוק צו די תורה, מענטשן וואס זענען דבוק צום אייבערשטן; זיי האבן גערעדט צו מיר אסאך לשון הרע קעגן רבי'ן און קעגן תלמידים פון רבי'ן. מען האט חוזק געמאכט, מען האט מיר געברענגט אלע סארט ראיות.


וואס האב איך געטון? צוויי זאכן. איינס, איך האב קיינמאל נישט געענטפערט, איך האב נישט גע'טענה'ט מיט קיינעם, דאס איז די ערשטע וויכטיגע זאך. צווייטנס, איך בין גלייך געגאנגען אין א זייט, איך האב געוויינט און געזאגט: "רבונו של עולם, דו ווייסט דאך יא דעם אמת, דו ווייסט וואס איך וויל; איך וויל דאך נאר זיין א איד, איך וויל דאך נאר אביסל קרבת אלוקים, איך וויל דאך נאר א וועג ווי צו קענען לעבן מיט דיר"; איך פלעג אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן וואס איך האב באקומען פון רבי'ן, ביז עס איז נאר שטערקער געווארן וואס איך האב צו טון אויף למעשה, אז איך גיי נישט אוועק פון אזא רבי.


איך האב אפגעשריבן א גאנצע ספר פון וואס איך בין אריבער ביים אנפאנג פון מיין התקרבות, אז דו וועסט דאס ליינען וועסטו וויינען. איך קען דאס נישט דרוקן מכמה טעמים, איך האב דאס געגעבן צו ליינען פאר אפאר חברים, אלע האבן געוויינט, עס איז זיי גערינען טרערן ליינענדיג וואס איך האב מיט געמאכט אין אנהייב; ווילסט וויסן דער סוד וואס האט מיר דערהאלטן? איך האב אלץ געמאכט א חשבון פאר מיר, 'וואס באקום איך אין ברסלב? וואס באקום איך אין אן אנדערע פלאץ?' איך האב נישט געוואלט יענער זאל מאכן מיינע חשבונות, א צווייטער קען נישט מאכן קיין חשבון פאר מיר, דער צווייטער קען מיר נאר פון אינדרויסן, יענער ווייסט דאך נישט ווער איך בין; מיינע מחשבות, מיינע דיבורים און מיינע מעשים וכו' וכו'; איך האב אלץ געמאכט א חשבון און געזען אז דער סך הכל קומט אויס אז דער רבי ברענגט מיר נענטער און נענטער צו די תורה.


דאס זאלסטו טון, יעדעס מאל מען רעדט צו דיר קעגן רבי'ן, מען רעדט צו דיר אויף די פלאץ וואס ברענגט דיר נאנט צום אייבערשטן, זאלסטו גיין אין א זייט און וויינען: "רבונו של עולם, וואס וויל איך? פארוואס מאכט מען מיר אוועק? פארוואס טאר איך נישט גיין צו ברסלב'ע חברים? פארוואס טאר איך נישט גיין צום רבינ'ס ציון?!" טו וואס דער שני למלכות האט געטון ווען די ווילדע מענטשן האבן אים געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה א): "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", ער האט אזויפיל געזוכט די גאלדענע בארג מיט די שלאס פון פערל, האט ער געוויינט, ער האט געזאגט: "עס איז בודאי יא דא, עס מוז זיך יא געפונען", ביז ער האט איר געטראפן און איר ארויסגענומען. און אז מען קוקט גוט אין די מעשה זעט מען אז די אלע וואס האבן געלאכט - זיי האבן אים ביים סוף געהאלפן, דער ערשטער ווילדער מענטש האט געלאכט, אבער ער האט אים געגעבן די אדרעסס פון זיין ברודער; דער צווייטער האט געלאכט און אים אוועק געמאכט, אבער ער האט אים געגעבן די אדרעסס פון זיין דריטער ברודער - דער וואס איז ממונה איבער די ווינטן; דער דריטער ברודער האט אים גאר שטארק אוועק געמאכט, אבער ביים סוף האט ער גערופן די ווינט און די ווינט האט אים אהין געטראגן, און ער האט אים געגעבן א מתנה א כלי וואס ער זאל קענען אלץ האבן געלט, וואס דורך דעם האט ער געקענט אריינגיין אין שטאט און טרעפן די בת מלך.


קריג זיך נישט מיט קיינעם, בפרט מיט רבי'ס; ווען זיי זאגן דיר זאלסט אוועק גיין פון רבי'ן - זאלסטו נישט טענה'ן, גיי ווייטער דיין וועג, לערן דיינע שיעורים און זיי זיך מתבודד, וועט דיר גוט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.