תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין שוין אין די מיטעלע יארן, און איך האב זיך קיינמאל נישט גוט אויסגעקומען מיט מיין ווייב; איך מאך שוין בקרוב חתונה מיין יונגסטע קינד, און מיין ווייב זאגט אז נאך די קינד'ס חתונה איז שוין צייט זיך צו צעטיילן, ווייל ביז יעצט האט זי נישט געוואלט ווייל זי האט נישט געוואלט ס'זאל שאטן פאר שידוכים, אבער יעצט וויל זי זיך שוין צוטיילן.
איך בין זייער צובראכן פון דעם, איך בין שוין נישט יונג, איך האב געהאט זייער א שווערע לעבן, אויך מיינע קינדער קוקן נישט אויף מיר, און איך קען נישט בלייבן איינזאם אליין, איך וועל עס נישט דורכטראגן.
איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, האב איך באשלאסן צו שרייבן מיין ווייטאג, אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן עפעס אן עצה פאר מיר.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אויף וועם האסטו טענות - אויף דיין ווייב? אויף דיינע קינדער?! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדיות ה, ז): "מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ", דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין.
הייב אן רעדן שיין צו דיין ווייב וועט זי רעדן שיין צו דיר, רעד שיין צו דיינע קינדער וועלן זיי קומען צו דיר און רעדן מיט דיר; דאס לעבן איז ווי א שפיגעלע. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכלדיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז פנים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אנדערע - וועט מען אכטונג געבן אויף דיר.
עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען אלץ פאררעכטן; פיר זיך שיין צו דיין ווייב - וועט זי בלייבן מיט דיר.
א פרייליכן יום טוב.