שאלה אין קורצן ענין
#6 - וואס טו איך אז איך ווער עלטער און איך שפיר ווי אן אויסגענוצטע שמאטע?
לימוד התורה, פרנסה, תכלית, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם אזוי סאך חיזוק פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען אויף דעם.


איך וויל פרעגן א זאך וואס קוקט אפשר אויס ווי א קלייניקייט אבער פאר מיר איז עס א גרויסע צרה; איך ארבעט ביי א געוויסע קאמפאני שוין פאר די לעצטע צוואנציג יאר, לעצטנס האבן זיי מיר אנגעהויבן צאלן ווייניג, ווייל זיי טענה'ן אז איך האב שוין נישט די כוחות צו ארבעטן געהעריג. איך קען שוין נישט יעצט אנהויבן זוכן און טון א נייע פרנסה, האב איך נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו זיין דארט פארשקלאפט, ארבעטן יעדן טאג א גאנצן טאג פאר די פאר דאלער וואס איך באקום.


איך וויין אסאך ביי די נעכט ווייל ס'טוט מיר זייער וויי. כ'האב אוועקגעגעבן מיינע שענסטע יארן ארבעטנדיג שווער פאר די קאמפאני, און יעצט ווען איך וויל שוין האבן אביסל מנוחה, דארף איך ווייטער ארבעטן שווער, אבער איך באקום כמעט גארנישט, איך שפיר ווי אן אויסגענוצטע שמאטע. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויינען וואלסטו געדארפט די אלע יארן וואס דו האסט געמיינט אז דו האסט עפעס וכו', די אלע יארן וואס דו האסט אוועק געגעבן דיין צייט פאר די ביזנעס, האסט אוועק געגעבן דיין משפחה, דיינע קינדער, דיין שחרית מנחה מעריב - פאר די ארבעט; דעמאלט ביסטו געווען א רחמנות, יעצט ווען מען לייגט דיר אין די זייט וכו', - ביסטו שוין א געהאלפענער; לכל הפחות יעצט ווען דו זעסט מיט דיינע אויגן וואס דער לעבן איז - קענסטו אנהייבן לעבן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "הָעוֹלָם הַזֶּה אֵינוֹ כְּלוּם", נישטא גארנישט אויף דער וועלט, "רַק לִמְשֹׁךְ אֶל הַתַּכְלִית הַנִּצְחִי", אויסער דינען דעם אייבערשטן, "וְאֵין לְהִסְתַּכֵּל אִם יִהְיֶה לוֹ מָעוֹת אִם לָאו", מען דארף זיך נישט זארגן אויב מען וועט האבן געלט אדער נישט, "כִּי בֵּין כָּךְ וּבֵין כָּךְ יְבַלֶּה יָמָיו בְּשָׁוֶה", סיי מיט געלט און סיי ווען מען האט נישט קיין געלט גייט אריבער דער לעבן אייניג. "כִּי הָעוֹלָם הַזֶּה מַטְעֶה אוֹתָנוּ לְגַמְרֵי", די וועלט נארט אונז, "שֶׁמַּרְאֶה אֶל הָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַרְוִיחַ בְּכָל פַּעַם", עס דאכט זיך שטענדיג אז יעצט מאכט מען אסאך געלט, "וּבַסּוֹף אֵינוֹ כְּלוּם", און ביים סוף האט מען גארנישט קיין געלט, "כַּאֲשֶׁר נִרְאֶה בְּחוּשׁ בְּרֹב בְּנֵי אָדָם שֶׁעוֹסְקִים וְעוֹבְדִים יָמִים וְשָׁנִים בִּסְחוֹרוֹת וּמַשָּׂא וּמַתָּן, וּלְבַסּוֹף כְּשֶׁבָּאִין לְחֶשְׁבּוֹן אֵין נִשְׁאָר בְּיָדָם כְּלוּם", אזוי ווי מען זעט קלאר, רוב מענטשן ארבעטן זייער גאנץ לעבן און ביים סוף ווען מען מאכט די חשבון וואו די געלט איז - זעט מען אז מען האט גארנישט, עס איז א גרויסער דמיון, "וְאִם אֲפִלּוּ מַשִּׂיג מָעוֹת לוֹקְחִין אוֹתוֹ מִן הַמָּעוֹת", און אפילו די מענטשן וואס פארדינען יא געלט - האבן אויך גארנישט פון די געלט, מען נעמט זיי אוועק פון די געלט, "וְהַכְּלָל, שֶׁשְּׁנֵיהֶם אֵין לָהֶם קִיּוּם בְּיַחַד, דְּהַיְנוּ הָאָדָם עִם הַמָּעוֹת", נישטא אזא זאך עס זאל בלייבן ביידע זאכן - דער מענטש מיט די געלט, "רַק אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הַמָּעוֹת מִן הָאָדָם", אדער פארלירט מען די געלט, "אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הָאָדָם מֵהַמָּעוֹת", אדער בלייבט די געלט און דער מענטש גייט אוועק פון די געלט, מען שטארבט, "וּמֵעוֹלָם לֹא נִמְצָא שֶׁיִּשָּׁאֵר אֶחָד עִם הַמָּעוֹת, רַק כַּנִּזְכָּר לְעֵיל", עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אז דער מענטש זאל בלייבן אויף דער וועלט מיט זיין געלט. "גַּם הֵיכָן הוּא כָּל הַמָּעוֹת שֶׁעוֹשִׂין מִימוֹת עוֹלָם?" דער רבי פרעגט, אויב געלט איז א מציאות, דאן וואו איז די געלט פון די גאנצע וועלט, "כִּי מֵעוֹלָם עוֹשִׂין תָּמִיד מָעוֹת, וְהֵיכָן הוּא כָּל הַמָּעוֹת", אלע מאכן דאך שטענדיג געלט, איז וואו איז די געלט? "רַק בֶּאֱמֶת אֵינוֹ כְּלוּם לְגַמְרֵי", נאר וואס דען, די גאנצע זאך פון געלט איז א דמיון; קוק נאך די גאנצע שיחה פון רבי'ן.


א נס אז דו האסט זיך יעצט געכאפט וואו דו ביסט אויף דער וועלט, קענסטו זיך כאטשיג יעצט אנגרייטן אביסל צדה לדרך; באלד גייען מיר אוועק אויף א לאנגע וועג, מען וועט דארט זיין זייער הונגעריג און דורשטעריג, מען דארף זיך אנגרייטן עסן און טרינקען פאר די לאנגע וועג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן כג) "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל איז דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן, מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטעריג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, "וְכֵן מֻנָּחִים כַּמָּה בְּנֵי אָדָם עֲרֻמִּים בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים גַּם כֵּן מְאֹד", נאכדעם איז דא נשמות וואס שרייען: "תְּנוּ לָנוּ בַּמֶּה לְהִתְכַּסּוֹת", ברענגט אונז קליידער מיר דארפן זיך צודעקן, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים: 'הֲרֵי לָכֶם מַלְבּוּשִׁים'", מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא, אֵין אֵלּוּ מַלְבּוּשִׁים נִצְרָכִים לָנוּ כְּלָל'", זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר: "רַק אָנוּ צְרִיכִים מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים לְהִתְלַבֵּשׁ בָּהֶם", מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים. דער רבי האט אויסגעפירט: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות און טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.


דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט רחמנות געהאט אויף דיר, ער האט דיר אויפגעוועקט פון דיין טיפע לאנגע שלאף. וואס וואלסטו געטון ווען מען הייבט דיר אויף העכער און העכער אין די ארבעט, וואלסטו געמיינט ביזן שטארבן אז דו האסט עפעס, דו וואלסט זיך גענארט ביזן גרוב מיט דיין גוטע ארבעט און דו וואלסט אוועק פון דער וועלט מיט א גוטע דשאב, מיט א גוטע סעלערי; יעצט האסטו כאטשיג צייט זיך צו גרייטן מיט תכלית און זיך גוט אויסלאכן פון די וועלט וואס נארט אפ יעדן איינעם.


איך וויל דיר פרעגן א פריוואטע קשיא, ווער נישט באליידיגט; האסט שוין איין מאל געענדיגט אין דיין לעבן ששה סדרי משנה? האסט שוין איין מאל גענדיגט ש"ס בבלי? ירושלמי? תוספתא? רמב"ם? טור? שלחן ערוך? מדרש רבה? מדרש תנחומא? זוהר הקדוש? תיקוני זוהר? אויף דעם דארפסטו וויינען ביינאכט, דאס טאר נישט לאזן שלאפן דעם מענטש; ביסט שוין נישט קיין אינגערמאן, מיט וואס וועסטו צוריק גיין צום אייבערשטן...?!


הייב אן לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה; גרייט זיך אן פון די ריכטיגע סחורה וואס בלייבט ביים מענטש אין די עלטערע יארן, אזוי ווי רבי נהוראי זאגט: (קידושין פב:): "שֶׁכָּל אוּמָנוּת שֶׁבָּעוֹלָם אֵין עוֹמְדוֹת לוֹ אֶלָּא בִימֵי יַלְדּוּתוֹ", אלע סארט ארבעט ברענגט געלט אין די יונגע יארן, "אֲבָל בִּימֵי זִקְנוּתוֹ הֲרֵי הוּא מוּטָל בָּרָעָב", אבער אין די עלטערע יארן ווען מען קען מער נישט ארבעטן גייט מען אויס פאר הונגער, "אֲבָל תּוֹרָה אֵינָה כֵּן", אבער די תורה איז נישט אזוי, "עוֹמֶדֶת לוֹ לְאָדָם בְּעֵת יַלְדוּתוֹ, וְנוֹתֶנֶת לוֹ אַחֲרִית וְתִקְוָה בְּעֵת זִקְנוּתוֹ", דער וואס לערנט תורה - העלפט עס לעבן אין די יונגע יארן און אין די עלטערע יארן; דאס בלייבט מיט'ן מענטש, דאס נעמט מען מיט.


א פרייליכן יום טוב.

#5 - וואס טו איך אז מיין ווייב און קינדער לאזן מיר אפ?
שלום בית, קינדער, מדות טובות, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין אין די מיטעלע יארן, און איך האב זיך קיינמאל נישט גוט אויסגעקומען מיט מיין ווייב; איך מאך שוין בקרוב חתונה מיין יונגסטע קינד, און מיין ווייב זאגט אז נאך די קינד'ס חתונה איז שוין צייט זיך צו צעטיילן, ווייל ביז יעצט האט זי נישט געוואלט ווייל זי האט נישט געוואלט ס'זאל שאטן פאר שידוכים, אבער יעצט וויל זי זיך שוין צוטיילן.


איך בין זייער צובראכן פון דעם, איך בין שוין נישט יונג, איך האב געהאט זייער א שווערע לעבן, אויך מיינע קינדער קוקן נישט אויף מיר, און איך קען נישט בלייבן איינזאם אליין, איך וועל עס נישט דורכטראגן.


איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, האב איך באשלאסן צו שרייבן מיין ווייטאג, אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן עפעס אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף וועם האסטו טענות - אויף דיין ווייב? אויף דיינע קינדער?! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדיות ה, ז): "מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ", דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין.


הייב אן רעדן שיין צו דיין ווייב וועט זי רעדן שיין צו דיר, רעד שיין צו דיינע קינדער וועלן זיי קומען צו דיר און רעדן מיט דיר; דאס לעבן איז ווי א שפיגעלע. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכלדיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז פנים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אנדערע - וועט מען אכטונג געבן אויף דיר.


עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען אלץ פאררעכטן; פיר זיך שיין צו דיין ווייב - וועט זי בלייבן מיט דיר.


א פרייליכן יום טוב.

#4 - בין איך מחויב אריינצונעמען מיין שווער און שוויגער אויף שבת?
כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, שווער און שוויגער, משפחה, עלטערע יארן, זומער

תוכן השאלה‎

מיין שווער און שוויגער האבן אפגעמאכט צו קומען צו אונז אין אונזער קליינע פארשטופטע באנגעלאו אויף שבת, מיט מיין מאנ'ס הסכמה.


דער פראבלעם איז אז איך בין זייער זייער נישט באקוועם מיט די גאנצע זאך, איך פיל ווי סיי מיין שווער און סיי מיין שוויגער וועלן זיין אין מיין נאז א גאנץ שבת און זונטאג, עס נעמט אוועק מיין גאנצע פריוואטקייט, איך גיי דארפן שלאפן אין די קאך מיט א פורהאנג, איך וועל זיך נישט קענען דרייען באקוועמעהייט אין מיינע אייגענע ד' אמות, איך גיי שפירן ווי א פרעמדער גאסט אין מיין אייגענע שטוב, איך גיי זיין ווי א שטיקל מיסט, בלויז ווייל מיין מאן וויל געבן פאר זיינע עלטערן א שבת וואקאציע.


בין איך מחויב נאכאלץ צו מסכים זיין צו דעם, נאר ווייל מיין מאן וויל אזוי? ווען זיינע עלטערן זענען נעבן מיר, בין איך שוין גארנישט ווערד; איך בין א מענטש וואס דארף מיין רואיגקייט, מיין "ספעיס", און דא זאל איך זיך אריינלייגן אין א מצב ווי איך שפיר ווי איך האב נישט קיין לופט צו אטעמען? איך בין נישט באקוועם מיט זיי בכלל, און א קליינע באנגעלאו נאך אויך, וואס דארף איך טון? איך מעג אראפשטעלן קלאר אז איך בין נישט מסכים? איז עס גערעכט? איך טראכט אז מיין מאן קען מיך בכלל נישט פארשטיין. איך בין צעמישט אויב איך דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט מחויב דאס צו טון, איר דארפט דאס נישט טון; די שאלה איז, וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום ווען איר וועט זיין די אלטע באבע און אייער מאן - דער זיידע, און איר וועט זוכן זומער א פלאץ וואו צו זיין; איר וועט זיך זיכער מחי' זיין אויב אייער קינד וועט זיך צאמקוועטשן פאר א שבת, אייך ארייננעמען און אייך מאכן באקוועם.


על פי הלכה קענט איר זאגן: "מיר האבן נישט קיין פלאץ", "עס האט נישט קיין פשט צו שלאפן אין קאך מיט א פירהאנג וכו' וכו'", אבער וואס טוט מען נישט פאר עלטערן... דאס לעבן איז דאך נאר אינטערעסאנט אז מען קען מחי' זיין די עלטערן; אפגערעדט אז דאס איז די גרעסטע חינוך, מען ווייזט פאר די קינדער ווי אזוי מען איז מכבד עלטערן, דאן וואקסן די קינדער אויף אזוי הייליג און אזוי געזונט; זיי וועלן אייך אויך מכבד זיין.


איך בין אזוי אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן. מיינע עלטערן האבן אריינגענומען מיין באבע, מרת רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, זי פלעגט איינשטיין א האלבע זומער ביי מיינע עלטערן; מיינע עלטערן האבן נישט געהאט א פלאץ, זיי האבן געהאט א פשוט'ע באנגעלאו, זיי האבן אוועקגעגעבן זייער שלאף שטוב פאר איר, און זיי האבן זיך אריינגעקוועטשט אינאיינעם מיט די קינדער. עס זענען געווען צוויי שלאף שטובער, די בעסטע שטוב האט מען איר געגעבן, און מיין טאטע שליט"א און מאמע תחי' האבן זיך אריינגעקוועטשט מיט די קינדער אין די צווייטע שטוב. עס איז געווען אזוי פרייליך אין שטוב, מען האט געשפירט די שכינה אין שטוב; עס איז אונז קינדער ניטאמאל איינגעפאלן אז דאס איז עפעס א זאך וואס אנדערע טוען נישט, מיר האבן געמיינט אז אלע טוען אזוי, מיר האבן געמיינט אז ביי אלע משפחות זענען די עלטערן דער עיקר פון די לעבן.


די שאלה איז, פארוואס דארף דאס זיין מסירות נפש? פארוואס זאל מען דאס נישט וועלן טון מיט שמחה?! עס וואלט ווען געדארפט זיין די גרעסטע שמחה אז די עלטערן קומען.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די מצוה פון כיבוד אב ואם, איר זאלט לעבן מיט די מצוה - וועט איר זיך בכלל נישט דארפן מוסר נפש זיין, איר וועט הנאה האבן פון מכבד זיין די עלטערן, איר וועט האבן א זיסע לעבן.

#3 - מעג איך אראפנעמען מיינע ווייסע האר?
הלכה, תהלים, לימוד התורה, עבודת השם, תכלית, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין האר הויבט אן ווייס צו ווערן, און עס שטערט מיר און אויך פאר מיין ווייב, עס מאכט מיר שפירן אז איך ווער שוין אלט; מעג איך נוצן א זייף אדער א פארב וואס נעמט אראפ די ווייסע האר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א מאן טאר זיך נישט פארבן די ווייסע האר אויסצוזען יונגער.


די ווייסע האר וועט דיר דערמאנען אז נאך אביסל וועלן מיר אוועקגיין פון די וועלט, דארט איז נאר אינטערעסאנט די גוטע זאכן וואס מען האט אריינגעכאפט בזה העולם, דארט איז אינטערעסאנט פרקים משניות און קאפיטלעך תהילים. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל איז דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטיג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, "וְכֵן מֻנָּחִים כַּמָּה בְּנֵי אָדָם עֲרֻמִּים בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים גַּם כֵּן מְאֹד", נאכדעם איז דא נשמות וואס שרייען: "תְּנוּ לָנוּ בַּמֶּה לְהִתְכַּסּוֹת", ברענגט אונז קליידער מיר דארפן זיך צודעקן, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים: 'הֲרֵי לָכֶם מַלְבּוּשִׁים'", מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא, אֵין אֵלּוּ מַלְבּוּשִׁים נִצְרָכִים לָנוּ כְּלָל'", זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר: "רַק אָנוּ צְרִיכִים מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים לְהִתְלַבֵּשׁ בָּהֶם", מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים. דער רבי האט אויסגעפירט: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - קען מען זיין פרייליך פורים, אפילו אן טרינקען וויין?
שלום בית, שמחות, תהלים, רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה, משניות, פורים, עלטערע יארן, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן זיין אזוי גרייט צו העלפן יעדן איד. איך זע אין די בריוון אז דער ראש ישיבה איז גרייט אזוי סאך צו העלפן און ליינען יעדנ'ס שאלות, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דער ראש ישיבה זאל אפילו אניאגן אזויפיל צו ליינען יעדע בריוו מיט אזא גרינטליכקייט, אזוי ווי איך זע אז דער ראש ישיבה געדענקט און ווייסט אלעס וואס מען שיקט.


די מעשה איז אזוי, ווען איך טרינק אסאך וויין באקום איך שטארקע בויך ווייטאג און שלשול, קומט אויס אז אום פורים טרינק איך נאר אביסל וויין און איך ווער נישט שיכור, דערפאר איז פורים מיין ערגסטע טאג אין יאר, ממש פשוטו כמשמעו, ווייל איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טון במשך דעם טאג, איך בין מרה שחורה.


אז איך גיי צו מיין שווער שפיר זיך נישט אין פלאץ, יעדער שיכור'ט און רעדט און שרייט הויך און טאנצט און איך בין צו נארמאל, און אלע פרויען מיין שוויגער און קינדער קוקן צו, און איך בין דער נאר וואס קלעבט נישט אריין צו די פארברענג. ווידער ביי מיין טאטע זיץ איך כאטש אין די זייט און איך שעם זיך אביסל, אבער די גאנצע פורים איז מיר א קבלת יסורים, עס איז מיר גארנישט ווערט דער טאג, איך גיי א גאנצן טאג ארום מיט מיין ווייב און קינדער מען וואונטש זיך א גוטן פורים און דערנאך ווען עס ווערט שפעטער נאכמיטאג הויבט זיך אן דאס טרינקען און מען גייט צו א סעדוה וואו איך זיץ אויף נאדלעך פאר דריי פיר שעה.


דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט, אפילו ווען איך טראכט נאר פון פורים, מיין ווייב האלט מיר אין איין פרעגן וואו מיר זאלן גיין פורים פאר די סעודה, איך קען איר נישט ענטפערן ווייל די גאנצע זאך איז מיר איין שטיק מרה שחורה.


ביטע האט רחמנות אויף מיר און געבט מיר א גוטע עצה וואס צו טון מיט דעם פורים.


יישר כח פאר די חיות און שמחה און תשובה און תורה ותפלה און אלוקות וואס איך באקום דורך די שיעורים און ניגונים און בריוו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון זאלסטו נישט טרינקען מער ווי איין גלעזל; עס איז א קלארע הלכה, דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער וויפיל מען איז געוואוינט צו טרינקען; איינער וואס טרינקט נישט קיין וויין א גאנץ יאר קען מקיים זיין די מצוה מיט איין גלעזל, דער רמ"א פירט אויס: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס טרינקט אסאך וויין, און סיי דער וואס טרינקט ווייניג וויין - דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן; דעריבער אז דו טרונקסט נישט קיין וויין א גאנץ יאר, עס איז דיר שווער צו טרינקען, דו ווערסט קראנק - זאלסטו נאר טרינקען אביסל.


שנית, דאס וואס דו שפירסט זיך פורים ביי דיין שווער אויסגעשפילט, דו ביסט דער איינציגסטער וואס טרינקט נישט, דו ביסט דער נאַר פון די משפחה, אלע זענען שיכור וכו', דו שפירסט ווי מען קוקט אויף דיר; ערשטנס, קיינער קוקט נישט אויף דיר, מען קוקט אויף די שיכורים, די פרויען זענען דערשראקן, יעדער איז דערשראקן פון זייער מאן, מען קוקט בכלל נישט אויף דיר, אלע וואלטן געוואלט זייער מאן זאל זיין אזוי ווי דיר, זיצן רואיג און זיין נארמאל; ואם תאמר מען קוקט יא אויף דיר, וואס גייט דיר אן ווי אזוי מען קוקט אויף דיר? א מענטש דארף זיך אזוי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס זאל אים גארנישט אנגיין וואס מענטשן זאגן אויף אים און וואס מען טראכט פון אים, די מח מחשבה זאל זיין באהאפטן נאר צום אייבערשטן.


דורך התבודדות, ווען מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די אלע דמיונות, 'מען קוקט אויף מיר', 'מען זאגט אויף מיר', 'מען רעדט פון מיר', די אלע זאכן זענען איין שטיק דמיון; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט יעדן טאג צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די זאכן, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט דעם רצון השם, און צו די מדריגה קען יעדער איינער זוכה זיין דורך פאלגן דעם רבי'ן; דורך רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן קומט מען אן צו דעם.


אז די סעודה ציט זיך און דו האסט נישט וואס צו טון - זאלסטו נעמען א תהילים און זאגן תהילים; פורים איז אזא הייליגע טאג, מען קען פועל'ן פאר זיך און פאר אנדערע - ישועות און רפואות. זיץ ביים טיש מיט א תהילים און זאג תהילים, אדער זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן. דאס טו איך ווען איך גיי צו א שמחה אדער א מסיבה וכדומה, אנשטאט זיצן שעות און גארנישט טון, נעם איך א תהילים, א משניות און איך בין זיך מתבודד.


איך וועל ענדיגן מיט א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל בשעת ווען עס איז אים גערינען טרערן פון די אויגן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי גארנישט פון די גאנצע הגדה, דא זע איך חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, תם מה הוא אומר, דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?" ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן: "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, מען קוקט אויף מיר, מען טראכט איך בין א נאר, איך בין אן אויסגעשפילטער, אבער רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם ביי דיר וויל איך נישט זיין אן אויסגעשפילטער, ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש אונז זייער אסאך דערציילן, דאס האט אונז געטוישט אונזער מח מחשבה, מיר זאלן אויך וויינען צום אייבערשטן און זאגן: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר? רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם וואס זאגט מען אין הימל אויף מיר? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זאל איך גיין באזוכן מיין זיידע וואס קריטיקירט מיר אסאך?
כיבוד אב ואם, יונגע יארן, מוסר, בין אדם לחבירו, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב איך דארף גיין באזוכן מיין זיידע, וואס איז מיר זייער אומבאקוועם ווען איך בין דארט, ער געבט מיר זייער אסאך קריטיק, יעדע ריר וואס איך געב, מאכט ער מיר שפירן פון דעם זייער נישט באקוועם.


אויב געפין איך זיך אין זיין געגנט און איך גיי נישט אריין צו אים, וועט ער מיר פארהאלטן פארוואס איך בין נישט געקומען, וואס זאל איך אבער טון אז איך האב זייער נישט ליב צו גיין צו אים, ער קריטיקירט מיר צופיל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער אסאך מענטשן האבן די פראגע, מען שפירט זיך נישט באקוועם צו גיין באזוכן עלטערן און עלטערנס עלטערן צוליב דעם וואס מען באקומט נאר קריטיק. מענטשן האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, שיינע ווערטער; קיינער האט נישט ליב צו הערן קריטיק. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים"; גוטע ווערטער, פאזעטיווע ווערטער - האט מען ליב צו הערן.


מען דארף אסאך ארבעטן אין די יונגע יארן צו רעדן שיין צו יעדן איינעם און זיכער צו די אייגענע משפחה, אז די קינדער און אייניקלעך זאלן וועלן קומען באזוכן אויף די עלטער. די עלטערן וואס רעדן שיין, זוכן דאס גוטס אין יעדן קינד, אין יעדן אייניקל - צו זיי האט מען ליב צו קומען. די אייניקלעך פרייען זיך אלץ ווען מען קען גיין צו די זיידע אדער די באבע וואס רעדט שיין, שמייכלט און געבט יעדן איינעם גוטע ווערטער.


מיט דעם אלעם וואס דיין זיידע קריטיקירט דיר, זאלסטו נאכאלץ גיין אים באזוכן; ווען ער שרייט אויף דיר און געבט דיר פסקים - זאלסטו דאס נישט נעמען פערזענליך; ממה נפשך, איז דאס זאכן וואס דו דארפסט פאררעכטן - זאלסטו אים זאגן: "יישר כח זיידי, איך האב ליב ווען זיידי זאגט מיר ווי אזוי זיך צו פירן", איז עס סתם שלעכטיקייט, נערוועזקייט - זאלסטו רחמנות האבן אויף אים און אים ווייטער מכבד זיין, נישט ווערן באליידיגט.


רבי נתן האט געזאגט: "מען דארף אסאך הארעווען אין די יונגע יארן צו זיין א פשוט'ע איד אויף דער עלטער"; יעצט איז די צייט מיר זאלן ארבעטן אויף די מידות, מיר זאלן מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), זוכן אין יעדן איינעם גוטע זאכן, זען דאס גוטס ביי זיך אין ביי אנדערע; יעצט איז די צייט אויסצוארבעטן די שלעכטע בלוט, ארבעטן נישט צו קריטיקירן אנדערע נאר רעדן שיין צו אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.