תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי, איך האב א זון אין די דרייסיגער יארן, וואס ער האט זיך ליידער גע'גט, און ער וואוינט ביי מיר אינדערהיים.
איך בין זייער צופרידן פון זיין התנהגות, און איך האף אז ער וועט טרעפן זיין ריכטיגער זיווג בקרוב, עס שטערט מיר אבער זייער שטארק אז ער שטייט אויף יעדן טאג זייער שפעט, ער האט א צעפארענער סדר, און איך האב מורא אז דאס וועט אים זייער שטארק שטערן פאר שידוכים, ווער וועט דען וועלן נעמען איינעם וואס האט נישט קיין נארמאלער סדר היום?
וואס קען איך טון דאס צו פאררעכטן, אים צו שטעלן נארמאל אויפ'ן פלאץ?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'
אז איר ווילט העלפן אייער זון, זאלט איר אים גארנישט זאגן; נישט נאר איר זאלט אים נישט קריטיקירן, נאר איר זאלט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו קוקן אויף אים מיט א גוט אויג. קוקט נאר אויף זיינע גוטע זאכן וועט איר האבן אסאך נחת פון אים.
עס איז זייער וויכטיג פאר קינדער זיי זאלן שפירן אז זייערע עלטערן האלטן פון זיי; אז א קינד שפירט ווי זיינע עלטערן האלטן נישט אזוי שטארק פון אים ברענגט דאס אז ער זאל זיך נישט וועלן פארבעסערן וכו'. דעריבער איז זייער וויכטיג מען זאל קוקן אויף קינדער מיט א גוט אויג, זיי זאלן שפירן ווי מען טראסט זיי, און איינמאל קינדער שפירן אז די עלטערן האבן טראסט אין זיי וואקסן זיי אויף לשם ולתפארת. דערפאר זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו קוקן נאר אויף זיינע גוטע חלקים, וועט דאס אים געבן כח צו וועלן און פרובירן בעסער צו ווערן.
בנוגע דאס וואס ער שטייט אויף שפעט וכו'; איר זאלט נישט זיין באזארגט אויף דעם, ווייל דאס קומט נישט פון שלעכטיקייט נאר דאס קומט פון זיין איינער אליין וכו'. דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו טון מיט תלמידים שוין איבער פיפצן יאר; איך האב געזען ביי אסאך תלמידים ווי זיי פלעגן זיך זייער מוטשען מיט'ן אויפשטיין אינדערפרי, גארנישט האט זיי געקענט מאכן אויפשטיין, ביז זיי האבן געטראפן זייער זיווג, און ווען זיי האבן חתונה געהאט האבן זיי זיך זייער שיין מסדר געווען.
אזוי וועט זיין מיט אייער זון, ווען ער וועט טרעפן זיין זיווג וועט ער זיך שיין מסדר זיין, אבער ביז דעמאלט דארפט איר רחמנות האבן אויף אים און אים נאר געבן ליבשאפט. דאנקט דעם אייבערשטען אז ער פירט זיך ערליך, און עס זאל אייך בכלל נישט אנגיין אז ער שטייט אויף שפעט; קוקט'ס נישט אויף דעם, דאס קומט פון צעבראכענקייט - פון זיין אליין, און איינמאל ער וועט טרעפן זיין זיווג וועט ער אויפשטיין צייטליך.
איך ווארט צו הערן פון אייך בקרוב אז אייער זון האט געטראפן זיין שידוך; ער וועט אייך אם ירצה ה' ברענגען נאר נחת.