תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב אייך געוואלט זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס געבן מיר ממש לעבן, ובפרט די שיעורים פון זומער אין קעמפ, וואס זענען גאר עפעס אנדערש, איך ווארט א גאנץ יאר דערויף. א גרויסן יישר כח.
מיין טאטע מיט מיינע ברידער זענען געקומען צו מיר אויף שבת, איך האב אריינגעלייגט אסאך כוחות און געלט אז דער שבת זאל זיין שיין און געלונגען, אז יעדער זאל זיין זייער צופרידן, למעשה האט זיך עס אבער אויסגעלאזט זייער נישט גוט. מיין טאטע איז געווען זייער נערוועז דעם גאנצן שבת, יעדע מינוט האט געשריגן אויף א צווייטן קינד, און וויפיל איך האב פרובירט צו מאכן א געשמאקע אטמאספער ביים טיש, האט ער ווייטער געהאלטן אין איין שרייען און מאכן אנגעצויגן די לופט.
פארשטייט זיך אז אלעמאל איז ער גערעכט מיט זיינע טענות, און וואס איך טו איז קיינמאל נישט גוט, אזוי איז אלץ די שבתים אויך ביי אים אינדערהיים, אלץ איז אנגעצויגן און נערוועז.
מיין שאלה איז צי איך דארף נאך גיין צו אים אויף שבתים, אז מיין ווייב און מיינע קינדער זאלן צוזען זיינע שבת טיש מיט כעס און נערווען. ער פארלאנגט אז מיר מוזן קומען יעדע פאר וואכן, וואס דארפן מיר צו טון?
א גרויסן יישר כח נאכאמאל אויף אלעס.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחיה מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן; ווער עס הערט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות ווערט אן ערליכער איד, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, מען הייבט אן לערנען און דאווענען און די גאנצע לעבן ווערט אן אנדערע סארט לעבן.
בנוגע דיין טאטע וכו'; וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז נישט קיין גרינגע מצוה מקיים צו זיין, אבער ווער עס איז נזהר אין די מצוה איז זוכה אז זיינע קינדער וועלן זיך אנשטרענגען אים צו מכבד זיין און אזוי אויך פארקערט; אויב מען פירט זיך נישט מיט דרך ארץ צו די עלטערן וועלן די קינדער זיך אויך פירן מיט חוצפה.
דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו ברענגט א פחד פון א מעשה (ספר בן יהוידע על מסכתא בבא מציעא דף לג): עס איז געווען א גרויסער גביר וואס האט געהאט אן אלט'ן טאטע'ן אן ארימאן, דער גביר האט נישט אכטונג געגעבן אויף זיין טאטע, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב און ער האט געדארפט שלאפן אין גאס מיט אנדערע ארימעלייט; ויהי היום עס איז געווען אינמיטן ווינטער, זייער א קאלטע טאג, ווען דער אלטער טאטע איז געזיצן אין גאס פרירנדיג פאר קעלט, איז דארט אריבער זיין אייניקל - א זון פון דעם גביר, האט דער זיידע געבעטן זיין אייניקל: "איך בעט דיר, גיי בעט דיין טאטע זאל אויף מיר רחמנות האבן און מיר שיקן א ווארעמע מלבוש אז איך זאל נישט אויסגיין פאר קעלט דא אין גאס, דער אייניקל איז אהיים געקומען און געבעטן: "טאטע, האב רחמנות אויף זיידי; זיידי בעט א ווארעמע קלייד", האט דער גביר געזאגט צו זיין זון: "גיי ארויף אויבן אין בוידעם, דארט האב איך אן אלטע קלייד וואס איך דארף סיי וויי נישט, דאס קענסטו טראגן פאר'ן זיידע'ן"; דער זון איז ארויף אין בוידעם און געטראפן אן אלטע קלייד פול מיט ריסן און גרויסע לעכער. ער איז געווארן זייער אויפגערעגט, ער האט גענומען א שערל, איינגעקנייטשט דעם קלייד און דאס צעשניטן אין האלב. ווען זיין טאטע - דער גביר האט געזען אז דער זון קומט נאך נישט אראפ, האט ער ארויף געשריגן צום בוידעם: "וואס טוסטו אזוי לאנג אין בוידעם? גיי שוין מיט דעם קלייד צו מיין טאטע!" דער זון האט זיך אבער ווייטער פארזוימט, ער האט געענדיגט שניידן דעם קלייד אויף צוויי שטיקלעך און אראפ געקומען צו זיין טאטע מיט איין שטיקל קלייד, האט אים דער טאטע געפרעגט: "פארוואס האסטו צעשניטן דעם קלייד אויף צוויי שטיקלעך?" האט ער געזאגט פאר זיין טאטע: "איין שטיקל לייג איך אוועק פאר דיר, ווען דו וועסט ווערן אן אלטער מענטש וועל איך דיר ארויס ווארפן פון שטוב און ווען עס וועט קומען ווינטער און דו וועסט זיין קאלט וועל איך דיר שיקן דעם צווייטן חלק פונעם קלייד, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא לך לך, ט): 'מַעֲשֶׂה אָבוֹת - סִימָן לְבָּנִים', ווי אזוי די פירסט זיך מיט דיינע עלטערן וועל איך זיך פירן מיט דיר"; האט דער טאטע זיך געכאפט ביים קאפ וואס ער האט געטון און ער האט אהיים גערופן זיין אלטן טאטע'ן, ער האט אים אריין גענומען אין שטוב און אים איבערגעבעטן.
עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן די מעשה ווי אזוי ער ברענגט דאס, מער באריכות.
נאך די מעשה וועסטו שוין וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט דיין טאטע; אפילו דיין טאטע שרייט און האלט דיר פאר וכו' וכו' וועסטו אים ווייטער מכבד זיין און ווייזן פאר דיינע קינדער ווי אזוי א איד פירט זיך מיט א טאטע. דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.
שרייב מיר נאך, וועל איך דיר מדריך זיין אויפן זיסן וועג וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז; די וועג פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו האבן א חיים טובים, א לעבן פון גן עדן אויף די וועלט.
א גוט שבת.