תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון ווען מיין ווייב שרייט אויף די קינדער אלע סארט מיאוס'ע ווערטער און קללות, זי שלאגט זיי פאר יעדע קלייניקייט, און ווען איך זאג איר עפעס דערוועגן שרייט זי אז איך מאך איר שווערער דאס לעבן.
צום ביישפיל אויב איינע פון די קינדער מאכן זיך נאס בטעות, קען זי שרייען אויף זיי, "דו קליינע בעבי, שלעכט קינד, וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן נישט צו מאכן נאס? איך האב מער נישט קיין וועש פאר דיר", און דאס גלייכן. בכלל מאכט זי א גאנצע עסק פון יעדע קלייניקייט וואס די קינדער טוען, און איך גיי אויס צוצוזען ווי מיינע קינדער ווערן געפייניגט טאג טעגליך, ובפרט ווען זיי קומען וויינען צו מיר אז מיין ווייב טשעפעט זיי, שלאגט זיי, און פארשעמט זיי.
איך בעט אויב דער ראש ישיבה קען מיר העלפן, וואס זאג איך פאר מיינע קינדער? וואס זאג איך פאר מיין ווייב? מיין הארץ גייט אויס פאר זיי.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען דיין ווייב שרייט אויף די קינדער זאלסטו איר דן זיין לכף זכות; זי שרייט נישט ווייל זי וויל זיי וויי טון, זי שרייט פון איבערגעשטרענגטקייט.
קיינער ווייסט נישט וואס פרויען גייען אריבער, מענער קענען נישט פארשטיין וואס פרויען גייען אריבער אין שטוב מיט די קינדער, זיי וועלן דאס קיינמאל נישט פארשטיין, די צער און יסורים וואס פרויען האבן ביים מגדל זיין די קינדער. דערפאר האט דער רבי אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", פרויען ליידן זייער אסאך צער און יסורים פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל", זיי גייען אריבער אסאך ווייטאג ביים ווארטן, ביים געבוירן און ביים אויפציען, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל, עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז באוויסט פאר יעדן איינעם זייער ווייטאג, זייער צער און זייער יסורים.
אז דו ווילסט דיין ווייב זאל ווייניגער שרייען אויף זיי - איז דאס געוואנדן אין דיר; אז דו וועסט איר שטארקן, דו וועסט איר פרייליך מאכן, דו וועסט רעדן צו איר, איר בארואיגן - וועט זי ווייניגער שרייען; זי שרייט ווייל זי איז איבערגעשטרענגט, זי איז פארלוירן, זי קען נישט אליינס טון אלע ארבעט.
מיין נישט אז איך בארעכטיג וואס זי טוט, מען טאר נישט שרייען אויף קינדער און זיכער נישט קיין מיאוס'ע ווערטער; אז מען שרייט אויף די קינדער די אלע מיאוס'ע ווערטער טוט דאס זיי צעקלאפן אויף זייער גאנץ לעבן השם ישמרינו, זיי וואקסן אויף אן קיין זיכערקייט אין זיך, זיי וואקסן אויף דערשראקן; בעט איך דיר זייער, זיי מחזק דיין ווייב, שטארק איר; וועט זי ווייניגער שרייען אויף די קינדער.
געב איר צו פארשטיין אז די קינדער זענען נישט שולדיג, ביי אלע קינדער פאסירט דאס. מיר זענען אויך געווען קינדער, ביי יעדן איינעם קען דאס פאסירן וכו'. געב איר צו פארשטיין אז שרייען וועט נישט העלפן; שרייען טוט גארנישט אויף, שרייען טוט נאר אויף איין זאך, מען געבט זיך אויס אויף נישט קיין גוטע וועג; פארקערט, עס איז דא א סברה אז אויב מען שרייט וועלן זיי נאכמער דורכפאלן אין דעם וכו', ווייל קינדער וואס זענען שוואך, זיי האבן ווייניג זעלבסט זיכערקייט - ביי זיי פאסירט דאס מער, זיי שפירן נישט ווען זיי דארפן ארויסגיין וכו'.
ווען דיין ווייב פארלירט זיך דעמאלט זאלסטו מיט שטיין מיט איר, דעמאלט איז נישט קיין צייט פאר הסברים; דעמאלט דארף מען איר ווייזן אז מען איז מיט איר, מען פארשטייט איר; דעמאלט וויל זי נישט הערן וואס זי זאל זיך פארבעסערן. דארפסט רעדן מיט איר אין א רואיגע צייט, אין א צייט ווען די קינדער שפילן זיך, אדער ווען זיי שלאפן, אדער ווען איר זענט אין א רואיגע צייט, דעמאלט זאלסטו אויסרומען די קינדער, ווי גוט זיי זענען און ווי וואויל זיי זענען, אז זיי זענען נישט שולדיג ווען זיי טוען דאס וכו', און אז עס וועט נישט העלפן די שרייען.
ווען דו רעדסט מיט איר זאלסטו רעדן מיט שכל, נישט איר באשולדיגן, נאר רעדן פון די עצם געדאנק אז שרייען העלפט נישט. אז דו וועסט איר באשולדיגן - וועסטו גארנישט אויפטון, זי וועט זיך באליידיגן אויף דיר, די מצב אין שטוב וועט נאר ווערן ערגער; רעד פון די געדאנק אז שרייען העלפט נישט.
זיי איר מחזק אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי אז זיי זאלן נישט טון די זאכן, זאג איר: "מיר גייען אינאיינעם בעטן יעדן טאג פאר די קינדער זיי זאלן שוין זיין וואויל, זיי זאלן פאלגן, זיי זאלן נישט דורכפאלן מיט די זאך וכו'"; מאך מיט איר א צייט ווען איר גייט אינאיינעם זאגן תהילים פאר די קינדער, ווייל נאר דורך תפילה קען מען זען א ישועה.
נאכאמאל, איך בעט דיר זייער זאלסט איר דן זיין לכף זכות, זי וויל נישט זיין שלעכט; אזוי איז ביי רוב פרויען וואס האבן א שטוב מיט קינדער, זיי פארלירן זיך, זיי שרייען אויף די קינדער, און אויב דער מאן האט אביסל שכל קען ער איר העלפן זי זאל נישט וויי טון די קינדער; אז ער בויט איר אויף, ער פארשטייט איר, ער רעדט צו איר שיינערהייט - טוישט זיך אלעס צום גוטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .