תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך שרייב וועגן מיין זון, א וואוילער אינגל וואס האט א גוטן קאפ און לערנט פלייסיג ברוך ה', ער נעמט אן זייער ערנסט אלעס וואס מען לערנט אין חדר, וואס דאס איז א גוטע זאך.
לעצטנס האט ער אבער אנגעהויבן נעמען זאכן צו אן עקסטרעם, למשל ווען עס קומט זיך צו וואשן די הענט, זיין מלמד האט געלערנט די הלכות ווען מען דארף זיך וואשן די הענט און אז מען טאר נישט זאגן א דבר שבקדושה ווי לאנג מען האט זיך נישט געוואשן, און אז עס איז קשה לשכחה, וכדומה; דאס איז געווארן א גאנצע 'אה. סי. די', א גאנצע נערווען זאך, "איך בין טמא, איך האב אנגערירט מיין קאפ, איך האב זיך יא גוט געוואשן אדער נישט?", אויב האט ער אנגערירט די וואסער נאכ'ן זיך אפגיסן, הויבט זיך אן די שאלות צי ער ווערט נאכאמאל טמא, און אזוי גייען די זאכן ווייטער און ווייטער ואין לדבר סוף.
די זעלבע איז ביים דאווענען, למשל אז מען דארף אינזין האבן די ערשטע פסוק פון קריאת שמע, האט ער ספיקות צי ער האט גוט אינזין געהאט, אדער גוט ארויסגעזאגט די ווערטער וכו'.
פארשטייט זיך אז דאס מאכט אז אלעס זאל ווערן א גרויסע פרעשור, אלעס גייט צו מיט א לחץ, און איך ווייס נישט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט דעם.
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן א מהלך אין דעם, און אויך אפשר שרייבן צו מיין זון ווי אזוי עס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זאלסט חס ושלום אים נישט טשעפען מיט די זאכן, ווייל די זאכן - אויב מען טשעפעט עס - ווערט עס נאר ערגער. דער רבי רעדט שוין פון דעם פראבלעם, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): "כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים", אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, "כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת", ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, "יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים", שטארקן זיי זיך שטערקער אויפן מענטש, "כִּי הוּא כְּמוֹ שֶׁאָדָם בּוֹרֵחַ מִדָּבָר", די מחשבות זענען אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, "וּמִסְתַּכֵּל מִן הַצַּד כִּלְאַחַר יָד עַל זֶה הַדָּבָר שֶׁבָּרַח מִמֶּנּוּ", און מען קוקט צוריק אויף יענע זאך פון וואס מען לויפט אוועק, "וַאֲזַי הַדָּבָר הַזֶּה מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר", דעמאלט ווערט יענע זאך שטערקער, "כִּי לֹא הִסִּיחַ דַּעְתּוֹ מִזֶּה", ווייל ווען יענער זעט ווי מען קוקט צוריק - זעט ער אז מען האט אים נישט אפגעלאזט, דאס מאכט אים ער זאל ווייטער נאכלויפן, "רַק אַדְּרַבָּא, שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם לְאַחֲרָיו עַל זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה", אדרבה, זיי ווערן נאר שטערקער ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק אויף זיי; אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי - ווערן זיי שטערקער.
לויב אויס דיין קינד, געב אים אסאך כבוד, און ווען ער וואשט זיך די הענט נאכאמאל און נאכאמאל זאלסטו אים אויסרימען, זאג הויך פאר דיין ווייב - ווען דיין קינד הערט – "מאמי דו זעסט ווי ערליך ער פירט זיך..." און אזוי אויך ווען ער דאווענט און ווען ער קושט נאכאמאל און נאכאמאל די מזוזה זאלסטו אים אויסרימען און אים געבן כבוד - וועט עס ביז א קורצע צייט אוועק גיין. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניג שכל - "צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר" דארף מען אים געבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן", ווייל די וואס האבן ווייניג שכל - "הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", דארפן מער כבוד; דו לויב אים אויס און זאלסט נישט ארויס ווייזן אז דו ווערסט נערוועז אדער דערשראקן פון זיין פיראכטס, וועט עס ביז א קורצע צייט אוועק גיין.
והעיקר, תפילה; בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער, בעט פאר דעם קינד פאר די נערווען זאכן, און אזוי אויך פאר אלע קינדער, ווייל תפילה איז די איינציגסטע עצה פאר געזונטע גוטע ערליכע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט ער געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.