תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך מוז זיך קודם באדאנקען פאר דעם יום טוב שבועות וואס איך האב געהאט דאס יאר, עס איז די ערשטע מאל ביי מיר וואס איך האב געהאט אמת'דיג א געפיל מקבל צו זיין די תורה פון פריש, איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך האב עפעס שייכות מיט די הייליגע תורה, אז איך קען אויך לערנען, איך האב געוואוסט גלייך ביים מאכן די גוטע קבלה, אז איך נַאר זיך אליין, איך וועל עס קיינמאל נישט קענען מקיים זיין, אבער דאס יאר, זייענדיג שוין מקורב צום הייליגן רבי'ן, איז עס געווען אן אמת'ער דערהויבענער שבועות, איך האב שוין זוכה געווען אזויפיל צו לערנען דורכ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, און איך האב זיך אויפגעפרישט יעצט צו לערנען נאך מער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.
יעצט צו מיין שאלה, מיין זון איז פינף יאר אלט, ער איז ברוך ה' זייער וואויל, מיר האבן אסאך נחת פון אים, מיר זענען אים מחנך מיט עצות פון הייליגן רבי'ן, אבער מיר האבן איין שטארקע פראבלעם מיט אים.
בערך א יאר צוריק האט מיין ווייב געזען ווי ער רירט זיך אן ווי מען טאר נישט, זי האט אים אנגעהויבן מסביר זיין אז מ'טאר דאס נישט טון, און שפעטער אויך געשריגן אויף אים, און אזוי האט זיך עס איבערגע'חזר'ט אסאך מאל. מיר האבן פרובירט מברר זיין וואס טוט זיך אין זיין חדר, און מיר האבן געהערט אז א צווייטע אינגל האט גערעדט צו אים וועגן דעם, מיר האבן גערעדט מיט'ן מלמד, און למעשה איז די זאך דורכגעגאנגען און מען האט פארגעסן דערפון. אבער יעצט האט מיר מיין ווייב געזאגט איין טאג איך זאל זען פארוואס ער פארזוימט זיך אזוי לאנג אינעם פריוואטן צימער, און ווען איך בין אריין האב איך געזען אז ער טוט עס שוין ווייטער. איך האב זיך איינגעהאלטן און גארנישט געטון, ווייל איך האב נישט געוואלט טון זאכן פון כעס, אבער איך בין זייער דערשראקן און פארלוירן, ווי אזוי האנדל איך דעם מצב?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף אויסלערנען קינדער זיי זאלן זיין געווארנט נישט אנצורירן דעם אות ברית קודש; ווי יונגער מען רעדט צו זיי, מען געוואוינט זיי צו צו זיין הייליג - וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים.
מען רעדט צו זיי איין מאל און נאכאמאל, און אמאל געבט מען א קליין פעטשל. שלמה המלך זאגט (משלי כב, טו): "אִוֶּלֶת, קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", א קינד איז צוגעבינדן מיט נארישע זאכן, א קינד ווערט געבוירן מיט נארישקייטן, "שֵׁבֶט מוּסָר, יַרְחִיקֶנָּה מִמֶּנּוּ", די שטעקן מיט וואס מען שלאגט אים - וועט עס דערווייטערן פון אים; מען דארף אויסלערנען די קינדער פון יונגווייז אן צו זיין ערליך, הייליג און אפגעהיטן.
פארגעס נישט, קינדער דארף מען אסאך זאגן ביז זיי פאלגן, מען טאר נישט זיין פויל, מען קען נישט ערווארטן זיי זאלן פאלגן מיט איין מאל הייסן, מען דארף זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, יעדע מאל מיט אן אנדערע וועג.
אויך דארף מען אסאך אויסלויבן א קינד; קינדער האבן נאכנישט קיין שטארקע דעת, זיי דארפן אסאך כבוד. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווי ווייניגער שכל מען האט - דארף מען מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל די וואס האבן ווייניג שכל - דארפן מער כבוד; דאס איז געזאגט געווארן פאר קינדער וואס זיי דארפן אסאך כבוד, דארף מען זיי אלץ לויבן און אויסרומען, און אויך זאגן ווי אזוי צו זיין הייליג.
האב נישט מורא צו זאגן אפן פאר דיינע קינדער: "דא טאר מען נישט אנרירן, דער אייבערשטער לאזט נישט"; זאג נישט מער און נישט ווייניגער, די ווערטער זאלסטו זאגן נאכאמאל און נאכאמאל: "מען טאר נישט אנרירן דא, דער אייבערשטער לאזט נישט".
וואויל זענען די עלטערן וואס לערנען אויס די קינדער צו זיין ערליך, וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.