תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע חיזוקים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז טאג טעגליך. יעדן שבת קוק איך ארויס צום פרישן קונטרס "עצתו אמונה", וואס דאס געבט מיר ממש לופט צום אטעמען פאר די גאנצע וואך.
איך האב זוכה געווען אנצוקומען צום ערשטן מאל קיין אומאן אויף ראש השנה פאר פיר יאר צוריק, און זייט דעמאלט בין איך ממש געבוירן געווארן פונדאסניי, אן קיין גוזמא. איך האב באקומען פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש אזוי סאך אין לעבן, דאווענען און רעדן צום אייבערשטן, לערנען אסאך תורה מיט'ן סדר דרך הלימוד, לעצטנס בין איך אויך זוכה צו לערנען יעדן ח"י פרקים משניות, און נאך גאר אסאך גוטע מתנות.
פארגאנגענעם ראש השנה האט מיין ווייב נישט געוואלט אזוי שטארק איך זאל פארן קיין אומאן, צוליב די מלחמה דארט, דאס האט געמאכט אן אנגעצויגנקייט אינדערהיים, ביז צום סוף בין איך למעשה געפארן מיט איר הסכמה, אבער נישט מיט'ן גאנצן הארץ, נאר אזוי בלית ברירה. און זייט דעמאלט האט דער מצב ביי אונז אין שטוב אנגעהויבן גיין צוביסלעך בארג אראפ, די שלום בית האט גאר שטארק אונטערגעהינקעט, מיר זענען כמעט אנגעקומען צו א גט רחמנא ליצלן, אויך אין פרנסה האבן מיר נישט געזען קיין שום ברכה, אלע צינורות פון פרנסה זענען פארשפארט געווארן, און אין דעם גאנצען שווערן מצב האט דער אייבערשטער אונז געהאלפן אז מיר האבן אנגעהויבן ווארטן אויף א שמחה ברוך ה'.
יעצט שטייען מיר שוין געציילטע וואכן פאר ראש השנה, איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג מיט'ן גאנצן הארץ אז איך זאל זוכה זיין צו פארן קיין אומאן, אבער מיין ווייב זאגט מיר אז איך וויל פארן זאלן איך איר קודם געבן א גט, און איך זאל מיר נישט צוריק קומען אהיים.
איך בין מודה אז איך האב א גרויסע חלק אין די אנגעצויגנקייט אינדערהיים, איך פרוביר צו פאררעכטן און טון אלעס צו פארבעסערן דעם מצב, פאררעכטן די זאכן וואס האבן גורם געווען די אלע פראבלעמען, אבער דערווייל האב איך נישט קיין שום עצה, איך בעט נאר דעם אייבערשטן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווייזן דעם וועג וואס צו טון יעצט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דו ווילסט דיין ווייב זאל דיך לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה – ווענדט זיך דאס אין דיר; אז דו וועסט איר העלפן, דו וועסט רעדן שיין צו איר, דו וועסט איר מכבד זיין - וועט זי דיך לאזן פארן צום רבי'ן.
מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש", זאגט מוהרא"ש: "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך דאס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז די ווייב זעט א גאנץ יאר ווי שיין מען פירט זיך, זי זעט וואס א ברסלב'ער חסיד איז, מען לערנט יעדן טאג תורה, מען לעבט מיטן אייבערשטן - דאן וועט זי נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיז:) "בלאזן שופר איז א חכמה, נישט קיין מלאכה"; עס גייט נישט מיט כח, עס דארף גיין מיט חכמה; אז מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דער שופר ליגט אין ארון קודש - דעמאלט דארף מען נישט קיין כח צו בלאזן דערמיט, עס איז נישט קיין שווערע ארבעט, עס געשעט אליין.
טשעפע נישט דיין ווייב, רעד צו איר שיין, רעד צו איר אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש. געב איר אסאך גוטע ווערטער, אז דו וועסט זיך אזוי פירן וועט זי דיך לאזן גיין צום רבי'ן אויף ראש השנה.
זאג דיין ווייב אז דו גייסט אהיימברענגען ישועות, מען פארט צו א צדיק אויף ראש השנה אויס'פועל'ן א גוט יאר - וועט זי דיך זיכער לאזן גיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.