שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען ווען מען ציטערט פון יעדן מענטש, אפשר איז ער נישט ערליך?
צניעות, חינוך הילדים, קדושה, מנוולים, פחדים, חשדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז מיר שווער צו שרייבן באריכות איבער די נושא, אבער איך מוז פרעגן, ווייל עס דרוקט מיר זייער אויפ'ן הארץ.


איך בין געוואויר געווארן אז מיין שווער איז ליידער א געפערליכער מנוול, אזוי ווייט אז ער טשעפעט און איז מטמא די אייגענע קינדער רחמנא ליצלן, און דאס האט מיר אוועקגענומען די גאנצע טראסט צו סיי וועלכער ערליכער איד, ווייל מיין שווער איז גאר א פרומער און ערליכער פון אינדרויסן, ער האט א שיינע לאנגע ווייסע בארד, און ער האט אלע סארט חומרות און דקדוקים.


ליידער האב איך געהערט ענליכע מעשיות אויף נאך אזעלכע מענטשן, און אלס א מאמע פון ליכטיגע קינדער לעב איך ממש אין א שרעק, יעדער מאן וואס איך זע טראכט איך אז אפשר איז ער אויך אזוי, ער מאכט זיך נאר פרום און באמת איז ער פארדארבן, און איך ציטער פאר מיינע קינדער, וואס זאל איך זיי יא לאזן און וואס נישט? מיט וועמען זאלן זיי זיך חבר'ן און מיט וועמען נישט?


ווען זיי גייען ארויס פון שטוב, בעט איך אסאך דעם אייבערשטן זיי זאלן זיי צניעות'דיג און ערליך, קיינער זאל זיי נישט טשעפען און זיי זאלן חלילה נישט טשעפען קיינעם. אבער איך שפיר אז איך נעם צופיל דרוק און שרעק פון דעם, דאס שטערט ממש מיין לעבן.


ווי אזוי קען איך ארויסקריכן פון די פחדים און מחשבות, און וואס איז די ריכטיגע וועג צו טראכטן און לעבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס זענען ליידער דא קראנקע מענטשן וואס בזמן שבית המקדש היה קיים, ווען עס זענען געווען די הייליגע סנהדרין - וואלט מען אזא מענטש געגעבן סקילה, מען וואלט אזא איינעם אראפגעווארפן פון א הויכע געביידע און אים פארשטיינערט. קראנקע מענטשן וואס נעמען קינדער פאר זייערע תאוות רחמנא לצלן, עד כדי כך עס זענען דא קראנקע מענטשן וואס וועלן נעמען זייערע אייגענע קינדער און זיי שחט'ן פאר זייערע תאוות השם ישמרינו, די מענטשן דארף מען איינשפארן אין תפיסה אויף זייער גאנץ לעבן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "די אלע וואס נעמען קינדער פאר זייערע תאוות - זיי דארף מען מסרס זיין און לייגן אין תפיסה אין א פארמאכטע צימער וואו די זון שיינט נישט - פאר זייער גאנץ לעבן".


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר דערציילט, איינער פון די מתפללים פון היכל הקודש זענען געקומען מיט א געוויין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגן: "מיין שכן האט גענומען מיינע טעכטער און געטון מיט זיי מעשה תועבה"; מוהרא"ש האט אים געזאגט ער זאל גיין צו די פאליציי, אזוי האט יענער געטון און מען האט אריינגעלייגט דעם מניוול אין תפיסה, איז געקומען צו לויפן א גרויסער אדמו"ר צו מוהרא"ש פועל'ן ביי מוהרא"ש ער זאל רעדן צו דעם מתפלל אז ער זאל צוריקציען פון די זאך און מען זאל באפרייען דעם מניוול, דער מניוול האט געדאווענט ביי יענעם אדמו"ר. דער מניוול, אין בית המדרש האט ער אזוי הויך געשריגן: "אמן יהא שמי' רבה" – אז מען האט געקענט טויב ווערן, און שטילערהייט האט ער גענומען צוויי אידישע מיידלעך און זיי גע'שחט'ן! מוהרא"ש דערציילט מיר: "איך האב געפרעגט דעם אדמו"ר, זאגט מיר, ווען דער מניוול וואלט דאס געטון מיט אייערע קינדער, מיט אייערע אייניקלעך - וואלט איר אויך געזאגט מען זאל אים לאזן פריי?" מוהרא"ש האט נישט געקענט פארשטיין וואס איז די זאך פון דעם אדמו"ר זיך אנצונעמען פאר די רוצחים.


עס איז א געפערליכע זאך צו פארדעקן אויף די מניוולים, די קראנקע מענטשן וואס לויפן נאך קינדער; זיי שחט'ן די קינדער פאר זייער גאנץ לעבן. מוהרא"ש זאגט, די קינדער וואס פאלן אריין אין די הענט פון א מניוול - זענען גע'שחט'ן פאר זייער לעבן.


איך וויל אייך אבער פאררעכטן, דאס וואס אייער שווער האט געטון מיט זיינע אייגענע קינדער; אייער שווער גייט א לאנגע שיינע ווייסע בארד, ער שטעלט זיך ארויס ווי א פרומער מיט אלע חומרות וכו', ער איז א קראנקער מענטש, ער האט גענומען זיינע אייגענע קינדער און זיי גע'הרג'ט, - דאס מיינט אבער נישט אז יעדער מאנס-פערזאן איז א קראנקער, דאס מיינט נישט אז יעדער מאן אז א מניוול.


דאס איז אויך ביי אנדערע זאכן; אז מען איז אריינגעפאלן מיט א נישט געזונטע שידוך - מיינט נישט אז אלע זענען נישט געזונט. עס זענען דא ווייבלעך וואס האבן זיך אפגעליטן פון קראנקע מענער, זיי זענען דורך שרעקליכע פייניגונגען אין לעבן, ביי זיי איז אפגע'פסק'נט אז אלע מענער זענען קראנק, אלע מענער פייניגן. אזוי אויך איז דא ביי מענער גרושים וואס זענען אריינגעפאלן מיט א קראנקע פרוי, מען קען הערן פון זיי ווי זיי רעדן אז זיי ווילן מער נישט חתונה האבן, זיי רעדן צווישן זיך, זיי זאגן "אלע פרויען זענען קראנקע"; דאס איז נישט ריכטיג, אז דו ביסט אריינגעפאלן מיט א קראנקער מיינט נישט אז יעדער מאן איז אזוי, אדער יעדע פרוי איז אזוי; דאס זאג איך אייך, אז אייער שווער וואס שטעלט זיך אהער ווי א שיינער איד - איז א פארברעכער, מיינט נישט אז די גאנצע וועלט איז אזוי.


וואס יא? רעדט צו אייערע קינדער פון זיך היטן פון מניוולים, מען דארף רעדן צו קינדער אפענע דיבורים; וואס מיינט אפענע דיבורים? מען זאגט זיי אז עס זענען דא קראנקע מענטשן וואס ווילן אנכאפן אין פריוואטע פלעצער. לערנט אויס אייערע קינדער זיי זאלן דערציילן טאטי און מאמי אויב איינער וויל אנרירן ביי פריוואטע פלעצער, לערנט זיי אויס צו זיין הייליג; די אינגלעך זאלט איר לערנען זיי זאלן נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, ווען מען גייט ארויס אין בית הכסא רירט מען נישט אן, אזוי אויך ווען מען וואשט זיך, מען באדט זיך - רירט מען נישט אן דעם אות ברית קודש, אויך די מיידלעך זאלט איר אויסלערנען צניעות, זיי זאלן קיינמאל נישט שפילן מיט אנדערע קינדער - שפילן מיט'ן גוף, און נישט שלאפן מיט אנדערע קינדער אין איין בעט.


וואויל זענען די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער בקדושה ובטהרה - וועלן זיי זען שיינע פירות.