שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען ווען די שכנימ'ס קינדער שלאגן?
חינוך הילדים, קינדער, שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א שכן וואס זייערע קליינע קינדער טוען וויי אנדערע קינדער, דער דריי יעריג אינגל נעמט אלץ איין קינד פאר א קרבן און טוט אים זייער וויי, ווי בייסן און שטארק שלאגן.


ביז אהער, ווען עס האט פאסירט ביי אנדערע שכנים, האב איך זיך נישט וואוסנדיג געמאכט, ווייל עס האט נישט מיט מיר. אויך די פיר יעריג מיידל קומט אסאך צו די קליינע קינדער און נעמט אוועק וואס זיי האבן און טשעפעט זיי.


לעצטנס האט דער קליינע אינגל אנגעהויבן וויי טון מיין קינד, אפאר טעג צוריק האט ער גענומען א צווייג און געשלאגן קינדער דערמיט. זיין מאמע איז דארט געווען און גארנישט געטון אדער געזאגט. איך בין איר דן לכף זכות אז אפשר האט מען איר אזוי געשלאגן אלס קינד אז זי וויל נישט שלאגן אירע קליינע קינדער. איך בין אריבערגעגאנגען, אוועקגענומען דעם שטעקן און אים שטרענג געזאגט אז מען טאר דאס נישט טון.


נעכטן האט ער זייער שטארק געביסן מיין קינד און זי האט אזוי געשריגן, און לעצטנס האב איך געלערנט אין עצתו אמונה אז מען זאל נישט שלאגן יענעמ'ס קינדער, האב איך געוואלט פרעגן וואס איך מעג יא טון פון מיין זייט אויב אזא מעשה פאסירט נאכאמאל, ווען יענעמ'ס קינדער טוען וויי מיינע קינדער און די מאמע טוט גארנישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קיינמאל זאלט איר נישט שלאגן יענעמ'ס קינדער, און אויך די אייגענע קינדער האט דער רבי נישט געלאזט שלאגן; שלאגן האט נישט מיט חינוך, שלאגן האט מיט נערווען אדער מיט פארלוירנקייט, אפהיטן זאל דער אייבערשטער אז מען שלאגט קינדער. דער רבי האט געגעבן מוסר פאר מוהרנ"ת ווען ער האט דערציילט פארן רבי'ן אז ער האט געדארפט געבן א פאטש פאר זיין זון, פאר חוצפה, פארן נישט פאלגן א טאטע ווען ער האט אים געזאגט ער זאל קומען זיצן ביים טיש, האט אים דער רבי פארגעהאלטן: "א קינד שלאגט מען?!" און זיכער נישט יענעמ'ס קינדער, וואס קען זיין פשוט א סכנה; וואס וועט איר טון ווען יענעמ'ס עלטערן וועלן רופן די פאליציי? השם ישמרינו.


אז מען זעט ווי א קינד טוט וויי אנדערע - דארף מען דאס אפהאלטן, אז מען זעט א קינד שלאגט אנדערע מיט א שטעקן - נעמט מען אוועק די שטעקן און מען זאגט מיט א שמייכל פאר די קינדער: "אזעלכע וואוילע קינדער וואס קריגן זיך נישט דארפן באקומען א גוטע זאך", און מען געבט יעדן איינעם א קיכעלע, אדער א וועפער און דאס גלייכן, און שלום על ישראל, און אז מען זעט א קינד גייט איינעם בייסן וכו' - דארף מען דאס אפשטעלן און גלייך מאכן פרייליך, נישט אז יענעמ'ס עלטערן זאלן קומען צו לויפן מיט טענות וכו'.


זייער גוט טוט איר מיט דעם וואס איר זענט דן לכף זכות די מאמע; וואלטן מיר אלע געקוקט אויף אנדערע מיט גוטע אויגן - וואלטן מיר שוין לאנג אויסגעלייזט געווארן פון גלות. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיינ'ס א תלמיד, רבי נחמן טולטשינער: "ווען מיר וואלטן געפאלגט דעם רבי'ן און געקוקט גוט אויף יעדן איינעם, וואלטן מיר געקענט מחזיר בתשובה זיין די גאנצע וועלט, און געברענגט די גאולה".


בפרט די אלע וואס וואוינען אין א בנין מיט אסאך משפחות אין די גרויסע שטעט, און אויך די וואס גייען זומער אין די קאנטריס וואו מען וואוינט אינאיינעם אסאך משפחות, דארט דארף מען זייער אכטונג געבן צו קוקן גוט אויף די שכנים, און נאר אז מען קוקט גוט, מען איז דן לכף זכות - קען זיין שלום. ווייל די טבע פון א מאמע איז, אז זי אליין קען וויי טון אירע קינדער טאג טעגליך, אן דארפן איינעם אפגעבן דין וחשבון (אזוי מיינט מען), און ווען עס קומט א שכן און זאגט א ווארט פאר איר קינד - ווערט א וועלט מלחמה, מען רעדט מער נישט, מען איז זיך מער נישט משדך, ווען מען פרעגט זיך נאך אויף די שכנים פאר שידוכים - בארעדט מען יענעם; אלץ האט זיך אנגעהויבן פון אזא מעשה, מיין קינד האט געביסן און זי האט געזאגט איך קען נישט זיין קיין מאמע, און פלוני'ס קינד האט אויסגעגאסן אין חצר א קלעב, און די מאמע זאגט גארנישט, מען נעמט שוין צאם אלע פרויען, מען מאכט אן אסיפה, א גענעראל פארזאמלונג און די שכנים פסק'ענען אלע אז זי טאר נישט האבן קיין קינדער וכו' וכו', אזוי הייבט זיך אן אלע מחלוקת, דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון דעם.


דעריבער זאלט איר דן זיין די מאמע לכף זכות, מען ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי אנדערע, מען מיינט מען ווייסט, אידישע פרויען און אידישע מאמעס גייען אריבער אזעלכע ווייטאג וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט, אמאל איז דא א פרוי וואס זי קען גארנישט טון מיט אירע קינדער, זי גייט אריבער שטילערהייט א גיהנום מיט איר מאן, וואס קיינער אויף די וועלט ווייסט נישט, און איר מח קען מער נישט דערהייבן, מען מוז דן זיין לכף זכות.


מיר שטייען יעצט פאר די הייליגע טעג, מיר דארפן אלע רחמי שמים מען זאל אונז אפשרייבן א גוט יאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "במדה שאדם מודד", ווי אזוי דער מענטש פירט זיך, "בה מודדין לו" פירט מען זיך מיט אים; אז מיר וועלן רחננות האבן אויף אנדערע - וועט מען רחמנות האבן אויף אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.