תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב א שטארקע פראבלעם, איך האב חתונה געמאכט מיין זון ברוך ה', באמת א טייערער בחור א ירא שמים און א בעל מידות, אבער מיין שנור רעדט זייער נישט דרך ארץ'דיג צו אים, זי רעדט צו אים אזוי ווי זי וואלט געווען זיין מאמע, זי זאגט זייער שטארק איר מיינונג, נישט אויף א וועג פון זיך דורך שמועסן מיט אים. ווען זיי קומען צו אונז אויף שבת דארף איך זיך איינהאלטן אז איך זאל נישט שרייען אויף איר, "ווער האט דיך געפרעגט?! אזוי רעדט מען צו א מאן?! וואו איז די ביסל רעספעקט?"
איך ווייס אז איך, אלס די שוויגער, טאר זיך נישט אריינמישן אין זייער לעבן. איך פריי זיך אז מיין זון האט א ווייב, און זיי לעבן ברוך ה' א גוט לעבן אינאיינעם, אבער עס גייט מיר ממש אויף די נערוון ווען איך הער ווי זי באפעלט אים וואס צו טון, זי רעדט פון זיינע פראבלעמען אין פארנט פון מענטשן, למשל ווען זי פרעגט מיך וואס זי קען טון אז איר מאן זאל זיין מער מסודר'דיג, און זי פרעגט עס אין פארנט פון אים. איך ענטפער איר מיט א שמייכל, אבער איך שפיר אז וואלט איר געדארפט מחנך זיין אז מ'קען נישט מאכן קיין וויצן אויפ'ן מאנ'ס חשבון.
איך ווייס אז איך טאר איר גארנישט זאגן, און איך וועל איר ווייטער טייער האלטן, ווי אזוי קען איך אבער זען אז זי זאל טוישן איר שלעכטע וועג פון רעדן? ביי מיר אין שטוב געבט מען זייער אכטונג אויף דעם, מען רעדט מיט רעספעקט, סיי די קינדער צו אונז, און סיי מיר צווישן זיך, עס איז זייער קעגן די חינוך ווי אזוי אונזער שטוב פירט זיך. אפילו די מיידלעך צווישן זיך, ווען זיי דארפן זיך טיילן מיט די ארבעט, זאגן זיי נישט "דו מוזט עס טון", נאר "אפשר לאמיר זיך צעטיילן מיט ארבעט".
עס שטערט מיך, איך וויל איר נישט אראפקוקן, ווייל אויסער די זאך - וואס בעצם האלט איך אז עס איז נישט פון שלעכטקייט, נאר מער א חסרון ידיעה, קיינער האט איר נישט געזאגט אז אזוי רעדט מען נישט - איז זי זייער גוט, אין אלעס אנדערש. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר ווייזן די ריכטיגע וועג מיט סייעתא דשמיא?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זייער א שווערע שאלה; זאגן די שנור ווי אזוי זיך צו פירן איז נישט כדאי, און נישט זאגן איז אויך נישט קיין עסק; עס איז זייער א ווייטאגליכע שאלה.
א שאד מען לערנט נישט מיט די מיידלעך אין סקול - מידות; ווי אזוי זיך צו פירן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע - בפרט מיט די מאן. אנשטאט לערנען זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן, אנשטאט לערנען די אלע יארן אין סקול זאכן וואס וועט פון דעם גארנישט בלייבן פאר'ן לעבן - וואלט מען געדארפט לערנען וואס דאס לעבן איז, ווי אזוי צו רעדן מיט א מאן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע; דאס עקלדיגקייט פון גאווה, דאס פארפוילטקייט פון אוועקמאכן א צווייטן, בפרט די מאן; מבטל זיין זיינע ווערטער וכו' וכו'.
בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער; זין און טעכטער, איידעמער און שנורן - זאלן זיין איידל און ערליך. בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן מיט שלום און ליבשאפט, נאר תפילה איז די עצה; אן תפילה איז מען פארלוירן, ווידעראום מיט תפילה קען מען טוישן יענעמ'ס נאטור, תפילה איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלעס!
דער בריוו וועט זיין געדרוקט אין ספר עצתו אמונה; ווען אייער זון וועט קומען צו אייך אויף שבת - זאלט איר לייגן דעם קונטרס ביי זייער שטוב, אזוי וועט אייער שנור ליינען דעם בריוו, וועט זי זיך כאפן, זי וועט טראכטן אז זי דארף פאררעכטן; זי וועט תשובה טון און מער נישט רעדן מיט עזות צו איר מאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.