שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען לכבוד די יארטאג פון די חתונה?
שלום בית, חתונה, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס דארף מען טון לכבוד די יארטאג פון די חתונה? דארף מען קויפן א מתנה פאר די ווייב? אדער דארף מען נאר לויבן דעם אייבערשטן און זאגן די פסוקים פון הלל צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מען זוכה געווען חתונה צו האבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז מען האט זוכה געווען חתונה צו האבן און אז עס איז אריבער נאך א יאר וואס מען לעבט אינאיינעם; און מען דארף נישט זיין קיין נאַר, מען דארף וויסן וואס די ווייב וויל, און אויב זי ערווארט א מתנה, זי ווארט מען זאל מאכן עפעס אן עסק - דארף מען דאס טון און זיך פרייען מיט דעם, ווייל פרייליך מאכן אין שטוב איז נישט עפעס א קלייניקייט, פרייליך מאכן די ווייב איז א גרויסע מצוה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.