שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס האט גרויסע פחדים?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע עצות און שכל וואס איר געבט פאר מיר, פאר מיין ווייב, פאר מיינע קינדער, און פאר וועם נישט. איך בין ברוך ה' א מלמד, און איך שעפ מיין חכמה פון אייערע בריוון, גליונות שיעורים, חיזוק יומי, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב א קינד אין מיין קלאס וואס איז א שרעקליכער פחדן, איך האב קיינמאל נישט געהערט איינעם אדרעסירן דעם פראבלעם, אבער היות איך הער אויס יעדע שיעור, בין איך אנגעקומען צו א שיעור ווי דער ראש ישיבה רעדט איבער די מלמדים אין קרית ברסלב ווי זיי געבן אכטונג אויף די כבוד פון די קינדער און אויף זייערע געפילן, הער איך דארט ווי דער ראש ישיבה דערציילט פון א קינד וואס איז אריין אין א פחד אז דער מלמד אדער באס דרייוער גייט אים איבערלאזן, און דער ראש ישיבה רעדט דארט ארום ווי אזוי מען אכטונג אויף דעם קינד, דער מלמד מאכט עס מיט חכמה נישט איבערצולאזן דאס קינד קיינמאל אליין.


איך וויל וויסן אויב דאס איז אן הנהגה אזוי זיך צו פירן מיט א קינד וואס האט פחדים, ווייל איך טראכט אז מען קען דאך נישט באגלייטן דאס קינד זיין גאנץ לעבן, ווי אזוי לערנט מען אויס אזא קינד זיך צו ספראווען מיט די פחד? איז דאס טאקע די לעזונג אז דער מלמד זאל מיטנעמען דאס קינד מיט זיך איבעראל וואו ער גייט? דאס קינד וועט דאך אזוי זיך נישט אויסלערנען צו לעבן נארמאל?


איך פרעג ווייל איך האב יעצט אזא קינד אין מיין קלאס וואס האט שרעקליכע פחדים, איך הייב אים אויף, און איך רעד אסאך מיט אים אז ער זאל רעדן צום אייבערשטן, אבער דער חלק אז ביזדערווייל באגלייט מען דאס קינד כסדר, כאפ איך נישט געהעריג. איך וועל זיך פרייען צו האבן א קלארע מהלך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייג אריין אין די קינדער, דיינע תלמידים – אמונה, רעד אסאך פון אייבערשטן, ווי מער דו וועסט רעדן דיבורי אמונה - אלץ מער וועלן זיי נישט מורא האבן, ווייל אמונה נעמט אוועק אלע פחדים.


בנוגע דיין תלמיד וואס האט שטארקע פחדים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אים און דו וועסט רעדן צו אים פון אייבערשטן - וועט ער ווערן א געזונט קינד.


אז דו רעדסט פון די מעשה וואס מיר האבן געהאט אין חדר אין קרית ברסלב ליבערטי, וועל איך דיר דערציילן די סוף פון די מעשה.


פאר לאנגע חדשים האט דער קינד נישט געהאט קיין מנוחה, ער פלעגט זיך ווארפן פאר שרעק, עס איז אריין אין אים א פחד נאכדעם וואס א באס דרייווער האט געוואלט מאכן סדר צווישן די לעבעדיגע קינדער וואס טאנצן און שפרינגען אויפ'ן באס אויפ'ן וועג אהיים, ער האט געזאגט פאר די קינדער: "ווער עס גייט נישט פאלגן וועט נישט קענען מיט קומען אויפ'ן באס, ער וועט בלייבן אליין אין חדר!" דער קינד האט דאס אנגענומען זייער ערנסט, עס איז אריין אין אים א פחד אז מען גייט אים איבערלאזן אין חדר, ער האט מער נישט געוואלט קומען אין חדר; גאנצע טעג איז ער געבליבן אין שטוב און ווען זיינע עלטערן האבן אים געהייסן גיין איז ער געגאנגען מיט וויינען און שרעק.


אין חדר האט ער זיך נישט אוועק גערירט פון זיין מלמד; דער מלמד איז אן ערליכער, א פארשטענדליכער, פלעגט ער אים מיט נעמען מיט זיך, ער האט זייער אכטונג געגעבן אויפ'ן קינד. ווען דער מלמד איז געגאנגען אין אפיס - איז ער מיט געגאנגען, ווען ער איז געגאנגען רעדן אויפ'ן טעלעפאן - איז ער מיט געגאנגען. די קינדער פון כתה האבן אים מקנא געווען, ער פלעגט זאגן פאר זיינע עלטערן 'די קינדער זענען מיר מקנא, זיי מיינען אז איך גיי מיט די רבי ווייל איך בין א מיוחס, זיי ווייסן נישט וואס פאר א יסורים איך האב'.


ער פלעגט אהיים גיין א שעה פריער ווייל די לעצטע שעה פלעגט ער זיך ממש ווארפן פאר שרעק אז אפשר גייט מען אים איבערלאזן. ער האט נישט געוואלט גיין זונטאג און פרייטאג אין חדר, ווייל דעמאלט האט ער נישט קיין וועג אהיים פריער.


עס איז נישט שייך אראפ צו שרייבן וואס ער איז אריבער די פאר חדשים; די עלטערן האבן נישט געהאט קיין מנוחה, זיי האבן נישט געוויסט וואס צו טון, זיי האבן פארגאסן אסאך טרערן צום אייבערשטן, איך האב אסאך געבעטן פאר'ן קינד און דער מלמד האט אסאך מתפלל געווען פאר'ן קינד.


דער סוף פון די מעשה איז, איך בין געווען אין שטעטל קרית ברסלב דעם יום טוב שבועות; דערציילט מיר דער טאטע פונעם קינד אז זיין זון זאגט אים ער ווייסט נישט פארוואס ער האט אזוי מורא געהאט, ער קען נישט פארשטיין וואס איז דא מורא צו האבן...


אזוי אויך דערציילט מיר דער טאטע, אז זיין קינד האט נישט געוואלט גיין אין שול ווייל אויפ'ן וועג זענען דא הינט וואס בילן, דער קינד פלעגט האבן שרעקליכע פחדים פון די הינט. די עלטערן האבן אלץ גערעדט פון אמונה אז קיינער קען גארנישט טון, נאר דער אייבערשטער; די הינט בילן - אבער קענען גארנישט טון, דער אייבערשטער היט אונז, אז מען בעט דעם אייבערשטן פאסירט גארנישט; ביז דער קינד האט שוין נישט מורא, ער גייט אין שול אן קיין שום פחד, דאס איז די איינציגטסע עצה אוועק צו נעמען שרעק, רעדן פון אמונה.


מען דארף האבן מלמדים און טיטשערס וואס האבן אמונה, ווייל מען קען נישט לערנען אמונה מיט תלמידים נאר אז מען האט אליינס א שטארקע אמונה; אז דער מלמד אליינס קווענקלט און איז נישט זיכער מיט אמונה, ער אליינס פאר זיך האט פחדים, ער נעמט פילן פאר פחדים - ווי אזוי קען ער העלפן זיינע תלמידים?


וואויל איז דער וואס איז מקורב צום רבי'ן, דער האט א קלארע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.