תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין פיר יעריג אינגל הערט נישט אויף שלאגן און טיילן מכות פאר יעדן וואס שטייט אים אין וועג, ממש יעצט האב איך געכאפט קלעפ פון אים מיט א שירעם; וואס טוט מען?
ווען איך שלאג אים העלפט עס נישט, און שרייען אויף אים העלפט זיכער נישט, אבער דער מצב איז שוין נישט צום אויסהאלטן. איך קען אים שלאגן גאר שטארק אויף א וועג וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געשלאגן א קינד, אבער איך ווייס ביי מיר אז עס איז נישט אויסגעהאלטן, וואס קען איך אבער טון אז אן אנדערע שפראך פארשטייט ער נישט. יעצט האב איך אים געוואלט צובינדען די הענט און פיס אויף א וועג אז עס זאל אים נישט וויי טון, איך האב זיך אבער איינגעהאלטן; וואס קען איך אבער יא טון?
ער ווערט צעווילדעוועט ממש אויף יעדע קלייניקייט וואס גייט נישט ווי ער האט געוואלט, און איך קען זיך ממש נישט אן עצה געבן מיט אים; וואס טוט מען?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
שלאגן העלפט נישט, שרייען העלפט אויך נישט און וואס מען טוט נאר פאר חינוך נערוועזערהייט העלפט נישט.
חינוך איז א שווערע ארבעט אבער עס צאלט זיך אויס. שלמה המלך זאגט (משלי כט, טו): "שֵׁבֶט וְתוֹכַחַת", דער שטעקן און די שטראף רייד, "יִתֵּן חָכְמָה", געבט חכמה פאר'ן קינד; אז מען לערנט א קינד ווי אזוי זיך צו פירן - ווערט ער קלוג. נישט מחנך זיין איז זייער גרינג ביים אנהויב, אבער ביים סוף קען מען נישט אויסהאלטן די צער און ווייטאג, אזוי ווי ער זאגט ווייטער (שם): "וְנַעַר מְשֻׁלָּח", און דער קינד וואס איז פארשיקט, דאס הייסט מען לאזט אים גיין און קומען, טון וואס ער וויל - "מֵבִישׁ אִמּוֹ", פארשעמט זיין מאמע.
חינוך הויבט זיך אן ביי קליינע קינדער. שלמה המלך זאגט (שם כב, טו): "אִוֶּלֶת, קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", א קינד איז צוגעבינדן מיט נארישקייטן, און די עלטערן דארפן דאס ארויסנעמען פון זיי. עלטערן דארפן אויסלערנען קליינע קינדער, גאר קליינע קינדער פון צוויי יאר אלט - צו פאלגן טאטע און מאמע, נישט דורך שרייען און שלאגן. ווי אזוי לערנט מען אויס? דורך זאגן איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל און הונדערט מאל און טויזנט מאל: "מען דארף פאלגן א טאטע", "מען דארף פאלגן א מאמע" - ביז די קינדער פארשטייען אז מען דארף פאלגן.
נאך א וויכטיגע זאך פאר עלטערן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם", עס איז געזונטער פאר די קינדער צו זיין דערווייטערט פון זיי, "לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם" נישט זיין צוגעקלעבט צי שטארק צו זיי, "לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם", זיך נישט שטענדיג שפילן מיט זיי, "רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", ענדערש נישט קוקן אויף זיי; ווייל ווען מען שפילט זיך צי סאך מיט די קינדער - מיינען די קינדער אז טאטע איז א חבר, רעדן זיי צום טאטן ווי צו א חבר.
בעט דעם אייבערשטן דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן. מוהרא"ש האט דערציילט אז איינמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.