תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די הערליכע בית פיגא סקול וואו איך לערן.
איך האב געוואלט בעטן אביסל חיזוק אויף זאגן תהילים, ווי דער ראש ישיבה ווייסט האב איך א גרויסע געבענטשטע משפחה, איך דארף אסאך העלפן אינדערהיים, און עס קומט כמעט נישט אויס אז איך זאל האבן אן עקסטערע רגע אין טאג ווען איך זאל מיך קענען אראפזעצן זאגן תהילים, נאר שבת.
שבת איז די איינציגסטע צייט ווען איך קען זאגן תהילים, אבער אפילו דעמאלט ווען איך האב שוין יא אביסל צייט האב איך נישט קיין געדולד פאר דעם, ווייל איך וויל זיך אביסל סתם הנאה און שפילן עפעס אדער ליינען עפעס.
איך וואלט זיך זייער געפריידט צו באקומען א בריוו פון דער ראש ישיבה.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר העלפט אייער מאמע תחי', דאס איז דאך די גרעסטע מצוה.
די הייליגע חכמים זאגן אונז (ירושלמי פאה א, א) אז די מצוה פון מכבד זיין טאטע מאמע איז חמורות שבחמורות, עס איז פון די הארבסטע מצוות, נאך זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (קידושין ל:): "בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", דער אייבערשטער זאגט, אויב זענט איר מכבד די עלטערן - איז דאס אזוי ווי איר זענט מיך מכבד.
אוי געוואלד, וויפיל קינדער ווייסן נישט פון די מצוה פון כיבוד אב ואם, וויפיל קינדער זענען אזוי אריינגעטון מיט פרענדס, מען לויפט ארויס פון שטוב מיט חבר'טעס, מען לאזט איבער די מאמע מיט די שטוב ארבעט. די אויסגעמוטשעטע מאמע דארף אלעס טון פאר די קינדער און די קינדער זענען נישט געלערנט וואס איז דאס א "מאמע", וואס איז דאס "לעבן", מען איז מזלזל אין די מאמע, שפעטער ווען מען וווערט אליינס א מאמע און מען קען קוים אטעמען - דעמאלט כאפט מען זיך, מען האט חרטה.
וואויל איז אייך אז איר העלפט אין שטוב. פרובירט צו זאגן יעדן טאג איין קאפיטל תהילים, און שבת זאלט איר זאגן פינף קאפיטלעך. אויך זאלט איר זיך אפרוען און שפילן געימס און זאגן לכבוד שבת קודש, און אלץ זאל די מצוה פון כיבוד אב ואם שטיין העכער אלעס.